בלאט 1 פון 1
נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 4:02 pm
דורך תורה ויראה
ביטע אויפמערקן אויב ס'איז שוין דא א אשכול דערפון

- Screenshot 2026-01-14 160011.png (1.16 MiB) געזען געווארן 471 מאל

- Screenshot 2026-01-14 160034.png (586.39 KiB) געזען געווארן 471 מאל
Re: נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 4:10 pm
דורך נאסע שמאטעס
א נייע מושג אן א רבי אדער גדול וואס הייסט עס טון, פארוואס זאל עס געשען?
Re: נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 4:11 pm
דורך תורה ויראה

- Screenshot 2026-01-14 161118.png (85.52 KiB) געזען געווארן 454 מאל
Re: נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:23 pm
דורך עריק
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 4:10 pm
א נייע מושג אן א רבי אדער גדול וואס הייסט עס טון, פארוואס זאל עס געשען?
נישט קיין נייע מושג , הרה"ק מלויבאוויטש האט עס שוין איינגעפירט יארן צוריק און אין ארה"ק שטיצן עס גאר אסאך גדולים און זיי זענען זיך משתתף בי די מעמדי הסיום יעדעס יאר
Re: נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 11:39 am
דורך בחינה 25
כ'האב אנגעהויבן לערנען מיט די סדר, ווען איינע פון די גבאים אין היכל ראזנבערג האט מיר געפאקט ביי די מעשה...
יוש האב איך געכאפט א פסק...
מיט א גאנצע דרשה, רמב"ם איז א הייליג ספר, אבער דו זעלבע ווי דו פארשטייסט אז דף היומי איז טרייף וכו'
געוואגט האב איך מיך נישט צו זאגן וואו אין מנחות איך האלט...
שוין, עליך נאר לערנען רמב"ם אינדערהיים...
Re: נייער מפעל עולמי "שיננא" - לימוד משנה תורה להרמב"ם
געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 12:02 pm
דורך בחינה 25
אגב, כ'ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן פשט/טייטש,
סוף הל' עבו"ז וועגן די כישוף ידעוני, אז מ'נעמט א ביין "ששמו ידוע" און מלייגט עס אין מויל וכו'
די נאמען איז 'ידוע'? אדער די נאמען איז 'באוואוסט'?
ספר תרי'ג אין אידיש (ר' י'פ) מהדורא א', שרייבט ער ס'הייסט ידוע,
מהדורא ב', ציט ער צוריק...