בלאט 1 פון 1
הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:05 pm
דורך דער תהלים איד
היינט איז די יארצייט פון דעם איש צדיק, בעל יסורים וואס האט געדינט השי"ת 24 שעה א טאג באופן פלא מאוד, און גע'פועל'ט אפענע ישועות פאר אידן בימינו אלה.
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:08 pm
דורך דער תהלים איד
אן אינטערסאנטער קליפ, ווי א ספרדישע איד איז זיך מזכיר אז זיין כלה האט עפעס אנטדעקט א מלה און דארף א ישועה.
זעענדיג פון וואסערע סארט איד מען רעדט, האט רבי מיכלע אנגעהויבן וואונטשן אז אויב וועט זי היטן שבת, און מכבד זיין דעם שבת, וועט זי געהאלפן ווערן.
"און אויב נישט?" פרעגט דער איד דורכ'ן איבערטייטשער. כלומר, אויב וועט זי נישט היטן שבת (ח"ו) קען מען אויך מאכן עפעס א דיעל?... "אויב נישט זאל זי גיין אין דער ערד אריין" ענטפערט דער רבי מיט זיין ענוות חן אבער מיט א פלאקער אז אידן זאל תשובה טון.
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:11 pm
דורך ויצא
איך בין אמאל געווען ביי אים און מאנסי סוף יומיו אוי איז ער זיס געווען
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:14 pm
דורך חלום חלמתי
וויפיל יאר צוריק איז ער נפטר געווארן?
איך געדענק אים נאך ביי שמחות, ווי ער פלעגט קומען און זאגן זיינע ווערטלעך, (וואס מ'האט כמובן מער געלאכט וויזוי ער זאגט עס ווי פונעם עצם ווערטל) און ער האט נישט אויפגעגעבן ביז די חתן האט געשמייכלט.
ווער ס'האט געהאט שכל האט געוויסט אז ער איז א איש קדוש און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו נעמען ברכות
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:20 pm
דורך דער תהלים איד
א עבודה בעפאר'ן צורירן צו א לעפל גריז, אן חלומ'ן אז איינער זעט בכלל:
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:24 pm
דורך ויצא
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 4:14 pm
וויפיל יאר צוריק איז ער נפטר געווארן?
איך געדענק אים נאך ביי שמחות, ווי ער פלעגט קומען און זאגן זיינע ווערטלעך, (וואס מ'האט כמובן מער געלאכט וויזוי ער זאגט עס ווי פונעם עצם ווערטל) און ער האט נישט אויפגעגעבן ביז די חתן האט געשמייכלט.
ווער ס'האט געהאט שכל האט געוויסט אז ער איז א איש קדוש און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו נעמען ברכות
תשע"ה
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:45 pm
דורך דער תהלים איד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 4:14 pm
איך געדענק אים נאך ביי שמחות, ווי ער פלעגט קומען און זאגן זיינע ווערטלעך, (וואס מ'האט כמובן מער געלאכט וויזוי ער זאגט עס ווי פונעם עצם ווערטל) און ער האט נישט אויפגעגעבן ביז די חתן האט געשמייכלט.
מיין טאטע פלעגט אים ארייננעמען אין שטוב שלאפן (שלאפן? אזוי האט עס געהייסן...) ווען ער פלעגט זיין צוגאסט פון אר"י.
האט ער אים אמאל געוואלט בעטן ער זאל מער נישט זאגן אינטערסאנטע ווערטלעך... ווייל דער עולם קוקט עס אראפ... ס'מאכט אים אויסזען ווי א בדחן... האט ער אים געזאגט אז דער עולם וויל מער הערן פון רבי'ן דברי הדרכה און חיזוק וכו'...
האט ער געענטפערט כזה:
"מיינסט דאך אודאי די חתונה לעצטע וואך, ביי משפחת ווידער"
(וואו ער האט געזאגט א ווערטל אז איינער האט געקויפט לייף אינשורענס ביי די 90 יאר, האט אים דער אגענט געפרעגט "יעצט דערמאנסטו זיך?", האט ער געענטפערט "יא, איך גיי בדרכי אבות, מיין טאטע האט געקויפט ביי די 100", האט ער געפרעגט פארוואס טאקע האט דיין טאטע געקויפט אזוי שפעט? "ווייל ער איז געגאנגען דרכי אבות, זיין טאטע האט געקויפט ביי די 110", און פארוואס טאקע? ווייל זיין טאטע ביי די 120, פארוואס? דרכי אבוטת זיין טאטע האט געקויפט ביי די 130... אזוי האט ער דערציילט ביז בערך 300... ביז דער עולם הא7 שוין געלאכט פון די געלעכטער...)
"ווייסטו דאך, די מאמע ברויך א גרויסע ישועה, איך האב געהאט אן ענין דערביי".
ומי יבא בסוד קדושים.
Re: הרה"ק רבי מיכל'ע מנתני', רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק זי"ע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:03 pm
דורך אנדערער
תנו רבנן. די רבנן האבן געלערנט.....