בלאט 1 פון 1

שובבי"ם תשפ"ו: קומטס אריין מיט פרטים...

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:45 pm
דורך נהוראי
עס קומט שובבי"ם יעדע נארמאלע מענטש גייט זיך זעצן לערנען שובבי"ם אליין האב איך נישט קיין הוה מינה אז איינער גייט בכלל טראכטן פון אידטיש ממילא קומט'ס יעצט אריין מיט אייערע פלענער וואס איר טוט לכבוד שובבי"ם !
מיין זון פרעגט מיך נעכטן צו שובבי"ם ת"ת איז די זעלבע זאך ווי ת"ח ות"ת ?

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:48 pm
דורך חלום חלמתי
נהוראי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:45 pm שובבי"ם אליין האב איך נישט קיין הוה מינה אז איינער גייט בכלל טראכטן פון אידטיש
חלום חלמתי גייט אנגיין מיט א שטארקייט!

א זון וואס ווייסט שוין פון תח תת ווייסט נישט פון שובבים תת?

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:54 pm
דורך נהוראי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:48 pm
נהוראי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:45 pm שובבי"ם אליין האב איך נישט קיין הוה מינה אז איינער גייט בכלל טראכטן פון אידטיש
חלום חלמתי גייט אנגיין מיט א שטארקייט!

א זון וואס ווייסט שוין פון תח תת ווייסט נישט פון שובבים תת?
ניין ער הערט ווי אלע גרויסע טאטע'ס קרעכצן אז עס קומט שובבים וויל ער וויסן צו די גזירה פון שובבים איז געשען די זעלבע צייט ווי תח ותת

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:58 pm
דורך ירא השם
נהוראי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:48 pm
נהוראי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:45 pm שובבי"ם אליין האב איך נישט קיין הוה מינה אז איינער גייט בכלל טראכטן פון אידטיש
חלום חלמתי גייט אנגיין מיט א שטארקייט!

א זון וואס ווייסט שוין פון תח תת ווייסט נישט פון שובבים תת?
ניין ער הערט ווי אלע גרויסע טאטע'ס קרעכצן אז עס קומט שובבים וויל ער וויסן צו די גזירה פון שובבים איז געשען די זעלבע צייט ווי תח ותת
ווי זעסטו טאטעס קרעכצן אז עס קומט שובבי"ם? איך זע נישט, אדרבה ווייז מיר

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך האב מיך געזעצט לערנען ייטב פנים אויף שובבים און עס איז לעכטיג און הערליך.

עס איז שוין נאנט צו פורים און מען קען זיך גרייטן מיט חסידישע ספרים אויף פורים, אויף שבת זכור, די טעג ווערן הייליג לעכטיג און געשמאק!

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:55 pm
דורך נקודות טובות
צ"ק.

אנדערש ווי אלע יארן איז ערווארטעט אז די יאר וועט שובבים זיך אנהויבן זונטאג שמות, און זיך ענדיגן מוצאי שבת משפטים. עקספערטן ווייזן אבער אן אז ס'קען זיך נאך טוישן ביז די לעצטע מינוט.

די יאר לאור המצב וועט זיין היבש קילערע וועטערס, אנדערש ווי אין אוסטראליע וואס דארט איז שובבים ע"פ רוב גאר הייס.

די קאווע שטיבלעך אין די בתי מדרשים וועלן זיין פיל מיט ישיבה קטנה בחורימ'לעך וועלכע פירן אזעלכע נא נו רציפות געשפרעכן, און איבערלאזן וועלן זיי דעם ביהמ"ד א חרבן מיט אויסגעגאסענע קאוועס, און צושטיקעלטע האט קאפס.

אין אנדערע גאר פרייליכע נייעס פאר די בחורים איז געמאלדן געווארן, אז ווער עס וועט לערנען דאנערשטאג די גאנצע 4 שעה רציפות, וועט עס קענען רעכענען פאר דאפעלט.

פרטים האסטו געוואלט?

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:38 pm
דורך הדסים
שיגענער...

Re: שובבי"ם תשפ"ו קומט'ס אריין מיט פרטים !

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 6:01 pm
דורך משה רבינו
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:55 pm צ"ק.

אנדערש ווי אלע יארן איז ערווארטעט אז די יאר וועט שובבים זיך אנהויבן זונטאג שמות, און זיך ענדיגן מוצאי שבת משפטים. עקספערטן ווייזן אבער אן אז ס'קען זיך נאך טוישן ביז די לעצטע מינוט.

די יאר לאור המצב וועט זיין היבש קילערע וועטערס, אנדערש ווי אין אוסטראליע וואס דארט איז שובבים ע"פ רוב גאר הייס.

די קאווע שטיבלעך אין די בתי מדרשים וועלן זיין פיל מיט ישיבה קטנה בחורימ'לעך וועלכע פירן אזעלכע נא נו רציפות געשפרעכן, און איבערלאזן וועלן זיי דעם ביהמ"ד א חרבן מיט אויסגעגאסענע קאוועס, און צושטיקעלטע האט קאפס.

אין אנדערע גאר פרייליכע נייעס פאר די בחורים איז געמאלדן געווארן, אז ווער עס וועט לערנען דאנערשטאג די גאנצע 4 שעה רציפות, וועט עס קענען רעכענען פאר דאפעלט.

פרטים האסטו געוואלט?
וואס מיינט עס גייט זיך אנהייבן אלף שמות ער וויל וויסן א עכטע דעיט