בלאט 1 פון 4

די ווייטאגליכע נושא איבער גמ"ח'ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:14 am
דורך משה נחמן
א גרויסע גמ"ח אין מאנסי האט פושט רגל געווען אין אנגעזעצט איבער 50 מיליון יא מיט א "מ" דאללער

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:30 am
דורך יעקב דוד
משה נחמן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:14 am א גרויסע גמ"ח אין מאנסי האט פושט רגל געווען אין אנגעזעצט איבער 50 מיליון יא מיט א "מ" דאללער

וויפול מאל ברויך עס געשעהן ביפאר די עולם הערט אויף צו האלטן גרעסערע סומעס און א גמ"ח?

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:04 am
דורך יעקב דוד
אויב די נומערן זענען אמת, איז די גרעסערע פלא אויף די אנדערע 40 מיליון, 10 מיליון צו בארגען פאר א קהילה וואס די האבן א פעימענט פלען אויפן ביהמ"ד פראיעקט פון מער ווי דעהם איז נישט עק וועלט (זיי מעגן פארבארגן מיט ערבים וכדומה).

אבער די אנדערע 40???! אינוועסטירט?? געגנבט?

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:25 am
דורך יאנטשי
דאלאר אדער שקל?

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 10:27 am
דורך פשוט און גראד
קרעיזי

-----
שאלה; וויאזוי ווערן אזוינע סכומים נעלם? אינוועסטעט אין ביי, אדער סתם ביי ביי

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 10:47 am
דורך ChatGPT
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:52 am 10 מיליון דאלער פאר די ביהמ''ד??? פלעין??? סתם אזוי?? צ-ע-ה-ן מיליאן???? אויף וועמענס אחריות??? ווער געבט די רעכט אויף דעם?? דאס איז דאך א הימל שרייענדע פארברעך!! עד מתי??!! נעמען מענטשן'ס אפגעשפארטע געלט, און דאס מפקיר זיין??!!

עס גייט מיר נישט אין קאפ.
אפילו איין דאלער איז אן עוולה- אבער ביסט זיכער א די נומערן זענען ריכטיג, נישט אווער-איבערגעיורען?
אפילו אויב די גאנצע מעשה איז אמת, זענען די נומערן כנראה זייייייער אויפגעבלאזן.

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:07 am
דורך נאסע שמאטעס
איינער ווייסט א מקור אז די מעשה עקזיסט?

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:11 am
דורך פשוט און גראד
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:07 am איינער ווייסט א מקור אז די מעשה עקזיסט?
די ספעסיפיק ווייס איך נישט. אבער די נושא איז א אמתע אין ווייטאגליכע. איז עס גמ"ח. איז עס א סאו קאלד
אינוועסטמענט. זייער זייער א ווייטאגליכע נושא.

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am
דורך אגד
עס איז סטאנדארט פאר א קהילה צו בארגן געלט פון זייער גמח, שטייצעך אויב עס איז אין פלאן צו באצאלן.

ביי אונז אין קרית יוא' איז דער "סעילס פיטש" פון דעם נייעם גמח גאר עמטליך געווען אז זיי גייען בארגן געלט פאר די קהילה און די מוסדות ווען עס פעלט אויס.

דורך פלאם
די גמ"ח האט קיינמאל באלאנגט פאר איגוד מוסדות וויזניץ, ס'איז א פריוואטע מענטש

ס'איז דא שמועות אז א חלק פון די געלט בערך 5 מיליון איז געגאנגען קיין בית וויזניץ [איך האב געהערט פון איינע פון די רבנים יעצט אינוואלווד אז ס'איז נישט אמת], בכל אופן ווייס איך פון עטליכע הלואות פאר קהילות וואס ווערן מ'איז נישט גובע יעצט אויך נישט,

די מעשה האט פאסירט בערך זעקס חדשים צירוק, די סיבה פון די פותח האשכול איז נישט די נושא, און אויך נישט קיין פריוו צו ערהאלטן די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט [שווער צו זען אז ער זאל שטיין דארט אין די שורה] נאר צו פארווישן דאס וואס זיין קהילה האט געטיילט פעשט פאר די קהילה ווי די גמ"ח שטייט איין

נ. ב. איך פערזענדליך האב דארט ליגן געלט, און מיט דעם אלעם פארדאם איך זיין געשריבענע

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:15 am
דורך פשוט און גראד
פלאם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am די גמ"ח האט קיינמאל באלאנגט פאר איגוד מוסדות וויזניץ, ס'איז א פריוואטע מענטש

@נקודות טובות האט שוין מעורר געווען אז אפשר דארף די קעפל א טויש. אבער די נושא בלייבט א נושא אין דזענעראל

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:16 am
דורך פלאם
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:15 am

די נושא בלייבט א נושא, און טויש די קעפל צו קלוינבורגע גמ"ח אין וויליאמסבורג האט אנגעזעצט.

10 מיליון און 3 מיליון זענען פרישע נאמבערס קיינמאל געהערט געווארן דערפון, אפילו אויף די שמועות פון פינף איז עס אויך נאר השערות, ווילאנג ס'איז נישטא קיין פראף אויף דעם איז דאס סך הכל א פריוו פון א קהילה וואס וויל זיך ליגעטימעזירן מיטן באשמירן יענעםץ

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:18 am
דורך פשוט און גראד
פלאם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:16 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:15 am
פלאם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am די גמ"ח האט קיינמאל באלאנגט פאר איגוד מוסדות וויזניץ, ס'איז א פריוואטע מענטש

ס'איז דא שמועות אז א חלק פון די געלט בערך 5 מיליון איז געגאנגען קיין בית וויזניץ [איך האב געהערט פון איינע פון די רבנים יעצט אינוואלווד אז ס'איז נישט אמת], בכל אופן ווייס איך פון עטליכע הלואות פאר קהילות וואס ווערן מ'איז נישט גובע יעצט אויך נישט,

די מעשה האט פאסירט בערך זעקס חדשים צירוק, די סיבה פון די פותח האשכול איז נישט די נושא, און אויך נישט קיין פריוו צו ערהאלטן די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט [שווער צו זען אז ער זאל שטיין דארט אין די שורה] נאר צו פארווישן דאס וואס זיין קהילה האט געטיילט פעשט פאר די קהילה ווי די גמ"ח שטייט איין

נ. ב. איך פערזענדליך האב דארט ליגן געלט, און מיט דעם אלעם פארדאם איך זיין געשריבענע
@נקודות טובות האט שוין מעורר געווען אז אפשר דארף די קעפל א טויש. אבער די נושא בלייבט א נושא אין דזענעראל
די נושא בלייבט א נושא, און טויש די קעפל צו קלוינבורגע גמ"ח אין וויליאמסבורג האט אנגעזעצט.
איה"נ - אדער סתם אווערנעס איבער גמ"ח מכריקה

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:18 am
דורך יאנטשי
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:00 am

מיין עיקר שאלה איז מער אויף די פערציג ווי די צען.
@יאנטשי
טשעק עיס אויס
איך ווייס נאכנישט פון וועלכע גמח מען רעדט, איז דאס די וויזניצע גמח אין מאנסי?

איך האב געהערט אז גאר אסאך אידן אין סקווירא האבן געבארגט 10 אלפים צו באצאלן די קרן הבנין חוב פאר די נייע ביהמ"ד

Re: גמ"ח אהבת ישראל ויזניץ

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:34 am
דורך פשוט און גראד
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:20 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:17 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:13 am

ער קען דאך יעצט סתם אזוי זאגן אז ער קומט נישט אריין צום דאווענען אויב די גמח עפענט נישט צוריק...
מיין פוינט איז נישט וואס די אדמו"ר זאל יא אדער נישט טוהן. מיין פוינט איז אז די עסעט איז דא, אין אויב ס‘איז דא א קעפעבעל לידער איז כאטש דא עפעס.
מיין פוינט איז אז די עסעט איז נישט דא, דו קומסט די צוריק אז נאר די רבי קען עס איינקעשן, אז ער קען קען ער אן צו מיטן ביהמ"ד.
פון א רעבישע שטאנדפונקט ביזטו גערעכט. פון א ציווילע, דעיס אז די עסעט עקזיסטירט איז זייער שטארק, צו מ‘קען עס איינקעשען היינט, אבסולוטלי נישט. אבער ברוב הימים אפשר.

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:38 am
דורך מטות
די גרינגסטע וועג צו מאכן אז א גמ"ח זאל קראכן איז צו מפרסם זיין אז ס'האט געקראכט ודו"ק

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:40 am
דורך אסעמבלימאן
אגד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am
משה נחמן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:14 am גמ"ח אהבת ישראל ויזניץ וואס באלאנגט פאר איגוד מוסדות ויזניץ
האט פושט רגל געווען אין אנגעזעצט איבער 50 מיליון יא מיט א "מ" דאללער
אבער וואס סקומט ארויס איז אז 10 מיליון דאללער פון דארט איז אריין צום קאסע פון בית ויזניץ כדי ציענדיגן די דערווייל אומפארענדיגטע בנין על סמך נדבות וואס גייט איינמאל אריין קומען
און נאך 3 מיליון דאללער ליגט ביי להחזיקם ולהחיותם וואס יעצט קענן זיי עפענן א ברענטש אין אמעריקא צי שטיצן די אלע וואס זען אנגעזעצט געווארן
עס איז סטאנדארט פאר א קהילה צו בארגן געלט פון זייער גמח, שטייצעך אויב עס איז אין פלאן צו באצאלן.

ביי אונז אין קרית יוא' איז דער "סעילס פיטש" פון דעם נייעם גמח גאר עמטליך געווען אז זיי גייען בארגן געלט פאר די קהילה און די מוסדות ווען עס פעלט אויס.
די גרויסע גמ''חן אין קרית יואל פארבאגן גרויסע געלטער פאר זייער קהילה/מסודות נאר למשל אויב זיי האבן נדבנים וואס האבן געגעבן העד-טשעקס פאר עטליכע יאר, אדער די קרעדט קארד לויפט יעדע חודש, וועט די גמ''ח אויסבארגן דעם סכום

דאס מיינט אזוי, די גמ''ח וועט פארבארגן די סכום וואס איז שוין געווארן צוגעזאגט דורכן נדבן, און דער נדבן האט שוין געגעבן העד-טשעקס אדער קרעדיט קארד חודשליך, וועט די גמ''ח אויסבארגן אז די קהילה/מוסד זאל שוין תיכף קענען נוצן דאס געלט

און אפילו אזוי, פארבארגן זיין נישט קיין 10 מיליאן, און נאר מיט באמת גוטע ערבים

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:42 am
דורך חלום חלמתי
אסעמבלימאן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:40 am

אין ק"י רופט מאיר הירש אויס ביים דינער א שכח פאר ווערצבערגער פון די גמ"ח פארן בארגן א מיליאן דאלאר פאר די מוסדות...

די רייכסטע מוסד מסתם
פון די גרעסטע גמ"ח'ן
און מען דארף זיך בעטן פאר א מיליאן

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:43 am
דורך באלאגאן
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:18 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:00 am

מיין עיקר שאלה איז מער אויף די פערציג ווי די צען.
@יאנטשי
טשעק עיס אויס
איך ווייס נאכנישט פון וועלכע גמח מען רעדט, איז דאס די וויזניצע גמח אין מאנסי?

איך האב געהערט אז גאר אסאך אידן אין סקווירא האבן געבארגט 10 אלפים צו באצאלן די קרן הבנין חוב פאר די נייע ביהמ"ד
פשיהא
ווי וואקסט סקווירא אריין דא?
(סדאך נישט וויזשניץ מאנסי וואס מען מיז זעהן אריין צומישן סקווירא)

וועלכע חוב פון 10 טויזענט?

לעצטע מאל עס איז געווען א קאמפעין פאר די שהול איז געווען עטליכע יאר צוריק לג בעומר
די נומער דאן איז געווען 5000

אויב וואלט עס געהאט מיט סקווירא וואלט גמ"ח זיכרון יעקב סקווירא געווען די ערשטע צו פאלן

אבער אז מען קען אויסגעבן ווייטאג פארוואס נישט

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:48 am
דורך אגד
@אסעמבלימאן, דו שמועסט אויס וואס זיי טוען, אלס אחריות'דיגע מענטשן. פארשטייט זיך אז מען טאר קיינעם נישט בארגן יענעם'ס געלט אומ'אחריות'דיג.

אבער אין זייערע צעטליך צו בעטן דעם עולם צו לייגן געלט דארט האבן זיי עס ניטאמאל געשריבן, און בארגן פאר די מוסדות איז דארט געווען דער סעילס פיטש.

דאס מאכט עס פאר א נארמאלע זאך, פארשטייט זיך מיט א נארמאלע פלאן.

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:48 am
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:42 am
די רייכסטע מוסד מסתם
נישט אז עס קומט אריין דא, קען זיין זיי האבן די מערסטע אייגענע אינוועסמענט אינקאם, אבער רייכסטע זענען זיי ווייט נישט קאמפערד צו די סיטי מוסדות מיט וואוטשערס.

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:56 am
דורך פשוט און גראד
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:48 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:42 am
די רייכסטע מוסד מסתם
נישט אז עס קומט אריין דא, קען זיין זיי האבן די מערסטע אייגענע אינוועסמענט אינקאם, אבער רייכסטע זענען זיי ווייט נישט קאמפערד צו די סיטי מוסדות מיט וואוטשערס.
אלס אידישע אינפרוסטוקשער מיט עקשעל קאסט אף קאנסטראקשען (להוציא פון פראפערטי וועליו) קען יא זיין אז ס‘איז די רייכסטע

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:03 pm
דורך יאנטשי
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:56 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:48 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:42 am
די רייכסטע מוסד מסתם
נישט אז עס קומט אריין דא, קען זיין זיי האבן די מערסטע אייגענע אינוועסמענט אינקאם, אבער רייכסטע זענען זיי ווייט נישט קאמפערד צו די סיטי מוסדות מיט וואוטשערס.
אלס אידישע אינפרוסטוקשער מיט עקשעל קאסט אף קאנסטראקשען (להוציא פון פראפערטי וועליו) קען יא זיין אז ס‘איז די רייכסטע
וואס מיינט רייכסטע? מערסטע אויסגעצאלטע עסעטס, מערסטע גאווערמענט פאנדינג, מערסטע אינוועסטמענט, אדער פאנדרעיזט די מערסטע אין עקטועל קעש, האט די גרעסטע גראוס אינקאם, אדער האט די גרעסטע נעט אינקאם (נישט עכטע נעט, נאר פערצענטואל לויטן בודזשעט) ?

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:12 pm
דורך פשוט און גראד
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:03 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:56 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:48 am

נישט אז עס קומט אריין דא, קען זיין זיי האבן די מערסטע אייגענע אינוועסמענט אינקאם, אבער רייכסטע זענען זיי ווייט נישט קאמפערד צו די סיטי מוסדות מיט וואוטשערס.
אלס אידישע אינפרוסטוקשער מיט עקשעל קאסט אף קאנסטראקשען (להוציא פון פראפערטי וועליו) קען יא זיין אז ס‘איז די רייכסטע
וואס מיינט רייכסטע? מערסטע אויסגעצאלטע עסעטס, מערסטע גאווערמענט פאנדינג, מערסטע אינוועסטמענט, אדער פאנדרעיזט די מערסטע אין עקטועל קעש, האט די גרעסטע גראוס אינקאם, אדער האט די גרעסטע נעט אינקאם (נישט עכטע נעט, נאר פערצענטואל לויטן בודזשעט) ?
Ownership אויף נכסים

ס‘איז א דיבעיט. אבער אויבערפלעכליך

Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:19 pm
דורך מחנה ישראל
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:18 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 am
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:00 am

מיין עיקר שאלה איז מער אויף די פערציג ווי די צען.
@יאנטשי
טשעק עיס אויס
איך ווייס נאכנישט פון וועלכע גמח מען רעדט, איז דאס די וויזניצע גמח אין מאנסי?

איך האב געהערט אז גאר אסאך אידן אין סקווירא האבן געבארגט 10 אלפים צו באצאלן די קרן הבנין חוב פאר די נייע ביהמ"ד
געהערט אז די גאנצע סקווירא ווילעדזש עקזיסטירט נאר דורך די וויזשניצע גמ"ח, אלע נייע גארבידזש טראקס קויפן זיי מיט די גמ"ח געלט

די נייע אמבולאנס האט מען געקויפט דורך די גמ"ח..

זייער אלע בנינים אין ארץ ישראל, מאנסי, בארא פארק, שטיבלעך, חדרים, סקול'ס, ישיבות אלעס האט מען נאר געקויפט דורך די וויזשניצע גמ"ח

כהאב אויך געהערט אז בעצם איז דאס א סקווירא גמ"ח סליגט נאר אויף א וויזשניצע נאמען אז זיי זאלן קענען האבן פוד סטעמפס..