בלאט 1 פון 1
גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:55 am
דורך חלום חלמתי
האט איר געזען א גוטע ליניע, שטיקל, ווארט, און א גליון אדער אויסגאבע? שטעלט אים דא אהער להנות בהם בני אדם.
אויב ס'פעלט אויס, א ווארט צוויי פארוואס דאס איז אינטרעסאנט.
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבע'ס
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:57 am
דורך חלום חלמתי
אהרן שמואל האלד - פינעקס מארקעטינג - אין אינגערמאן אויסגאבע
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבע'ס
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:12 am
דורך חלום חלמתי
ר' ארי' לייב גלאנץ אין היימשטאט איבער די חתונה פון אב"ד סאטמאר מהר"א וומ"ס תשמ"ה
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 11:24 pm
דורך חלום חלמתי
ביים בת עין'ס יארצייט דארף קומען א דריי-פערטל פון דאס וואס יעקב אבינו האט געשיקט פאר פעטער עשו... דאס איז נישט גשמיות וויבאלד עס איז לע"נ דעם הייליגן בת עין...
... מען האט גענומען דעם צדיק ר' ישעי'לע און אים אריינגעשטיפט אין א זיבן-שטאקיגע פלאנקען-ראוסט.
Off Topic
יוסי בראך אין 'מיין אבזערוואציע' קאלום אין דער גלאבוס פרשת בא
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 11:31 pm
דורך חלום חלמתי
וואס איז די סיבה וואס דו ביסט אזוי צעפראסקעט? האב איך אים געפרעגט אין מער דיפלאמאטישע ווערטער, נעמליך: "וואס איז דיין לייף-דזשורני?"
Off Topic
לייבוש אדלער אין 'מענין לענין' קאלום אין מאמענט פרשת וארא
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:11 pm
דורך חלום חלמתי
אפילו דער קאסטומער וואס דו ביסט ספעציעל אראפגעגאנגען אים צו באדינען א נאכט פאר דו האסט בר מצוה געמאכט, אים צו געבן גוטע קאסטומער סערוויס, גייט עס אויך נישט געדענקען [יארן שפעטער]. ווייסט ווער עס וועט עס יא געדענקען? דיין ווייב און קינדער.
Off Topic
שמעון קליינמאן אין שפאגל-נייער 'בן דרוסאי' קאלום אין דער וויליאמסבורג טרייבל מאגאזין
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 2:38 am
דורך חלום חלמתי
הארצרייסנדע אמונה זאץ פון ר' פיני גליק, נאך די
פטירה פון זיין זון
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:07 pm
דורך שמח
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 11, 2026 5:51 pm
דורך חלום חלמתי
א פאליטישאן איז אנגעקומען אין א שטאט צו קאמפיינען, פרעגט ער דארט די מענטשן מיט וואס ער קען זיי העלפן.
זאגט אן איינוואוינער: מיר האבן צוויי פראבלעמען.
פאליטישאן: וועלכע צוויי פראבלעמען?
איינוואוינער: די ערשטע איז אז מיר פארמאגן נישט קיין דאקטאר אין דעם שטאט.
דער פאליטישאן נעמט שנעל ארויס זיין טעלעפאן, מאכט אפאר רופן און נאך אפאר מינוט זאגט ער: עס איז ערלעדיגט. ביז א צוויי טאג וועט דא זיין א דאקטער. וואס איז ענקער צווייטע פראבלעם?
איינוואוינער: אז די שטאט האט נישט קיין טעלעפאן סערוויס...
Off Topic
גליון 'חוט של חסד' בנשיאות הרב שלום ארוש שליט"א
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 11, 2026 6:09 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 11, 2026 5:51 pm
א פאליטישאן איז אנגעקומען אין א שטאט צו קאמפיינען, פרעגט ער דארט די מענטשן מיט וואס ער קען זיי העלפן.
זאגט אן איינוואוינער: מיר האבן צוויי פראבלעמען.
פאליטישאן: וועלכע צוויי פראבלעמען?
איינוואוינער: די ערשטע איז אז מיר פארמאגן נישט קיין דאקטאר אין דעם שטאט.
דער פאליטישאן נעמט שנעל ארויס זיין טעלעפאן, מאכט אפאר רופן און נאך אפאר מינוט זאגט ער: עס איז ערלעדיגט. ביז א צוויי טאג וועט דא זיין א דאקטער. וואס איז ענקער צווייטע פראבלעם?
איינוואוינער: אז די שטאט האט נישט קיין טעלעפאן סערוויס...
Off Topic
גליון 'חוט של חסד' בנשיאות הרב שלום ארוש שליט"א
אפשר האט ער געהאט סטארלינק...
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 1:18 pm
דורך חלום חלמתי
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 3:17 pm
דורך נאסע שמאטעס
דאס רייסט
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 1:40 pm
דורך חלום חלמתי
אזוי ווי ער [פרעזידענט טראמפ] גייט דאך אין עטליכע שעה אויסהאמערן א שלום אפמאך [צווישן רוסלאנד און אוקראינע], איז דאך די [שיקן] וואפן ממש "בל תשחית"...
Off Topic
ר' הערשל פריעדמאן אין 'האריזאנט' קאלום אין 'דער איד' פרשת יתרו תשפ"ו
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:50 pm
דורך חלום חלמתי
פון אלע קינדער וואס וואוינען דארט [אין לעיקוואד], לערנען נאר בערך פינף טויזנט קינדער אין אלגעמיינע פובליק שולעס. און אזויפיל ווי איבער פופציג טויזנט (!) לערנען אין חרד'ישע פריוואטע מוסדות.
Off Topic
מאיר בערגער אין 'מיט קלארע ברילן' קאלום אין די בעלזא 'המחנה' אויסגאבע, פרשת יתרו תשפ"ו
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 28, 2026 11:46 pm
דורך חלום חלמתי
טרייבל מאגאזין, נאך די פאשקעוויל קעגן אומזיסטע אויסגאבעס
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג מערץ 01, 2026 12:41 am
דורך חלום חלמתי
גאנץ גוט...
Re: גוטע ליניעס אין אויסגאבעס
געפאוסט: זונטאג מערץ 01, 2026 12:12 pm
דורך מנחם קארפינקל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 28, 2026 11:46 pm
טרייבל מאגאזין, נאך די פאשקעוויל קעגן אומזיסטע אויסגאבעס
אומלאגישע ארגומענט לדעתי
יענעמ'ס פראבלעם איז לכאו' אז [שלעכטע / מגושם'דיגע, וואט עווער] זאכן קומען אן אין שטוב אומוועלענדיג, לייגן דעם דגוש פון די טענה אויף שיקן פאסט בכלל צו קענען קאנטער ארגומענטירן איז סתם פאלש געשניטן
כ'האב נישט געזען די גאנצע און נישט די א. ג. פאשקעוויל נאר די אויסצוג