בלאט 1 פון 1

תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:26 pm
דורך איפכא מסתברא
די תקנות זענען אוועקגעשטעלט געווארן פונקט הונדערט זעכציג יאר צוריק.
פר' וישלח תרכ''ו

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:27 pm
דורך איפכא מסתברא
איך קוק ארויס אז דער מנחיל תורת הונגאריע @מסתמא זאל אריינקומען

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 6:31 pm
דורך איפכא מסתברא
גענומען פון לב העברי

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 6:32 pm
דורך מסתמא
איפכא מסתברא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 01, 2025 5:27 pm איך קוק ארויס אז דער מנחיל תורת הונגאריע @מסתמא זאל אריינקומען
העי כבין נישט בעה”ב אויף אונגארן אדער אויף די עבר. בנוגע צולייגן א פלייצע דארף איך האבן די צייט, אדרבה ווער עס קען זאל אנהייבן און/אדער צולייגן און אזוי וועט זיך בויען א הערליכע טעמע איבער אונזער מסורה, וזכות הרבים יהא תלוי בו.

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 8:17 am
דורך זלמעלע
אינטערסאנט אז דער רבי ברענגט פון דברי חיים אז אלע תקנות זענען אסורות מדין השו"ע און נישט אלס תקנות (דברי יואל סי' י')

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 7:01 pm
דורך הדסים
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:17 am אינטערסאנט אז דער רבי ברענגט פון דברי חיים אז אלע תקנות זענען אסורות מדין השו"ע און נישט אלס תקנות (דברי יואל סי' י')
דער מהר"ם שיק שרייבט ענליך.

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm
דורך זלמעלע
הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:01 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:17 am אינטערסאנט אז דער רבי ברענגט פון דברי חיים אז אלע תקנות זענען אסורות מדין השו"ע און נישט אלס תקנות (דברי יואל סי' י')
דער מהר"ם שיק שרייבט ענליך.
דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 7:34 pm
דורך הדסים
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:01 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:17 am אינטערסאנט אז דער רבי ברענגט פון דברי חיים אז אלע תקנות זענען אסורות מדין השו"ע און נישט אלס תקנות (דברי יואל סי' י')
דער מהר"ם שיק שרייבט ענליך.
דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?
דער איסור איז ווייל זיי ווילן זיך מדמה זיין צו די עוע"ז. עי' בתשו' סי' ע"א
Screenshot 2026-04-19 193338.png
Screenshot 2026-04-19 193338.png (166.88 KiB) געזען געווארן 518 מאל

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 7:39 pm
דורך ראובן
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:01 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:17 am אינטערסאנט אז דער רבי ברענגט פון דברי חיים אז אלע תקנות זענען אסורות מדין השו"ע און נישט אלס תקנות (דברי יואל סי' י')
דער מהר"ם שיק שרייבט ענליך.
דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?
אי משום הא האב איך סאך א שטעקערע קשיא. אויף די תקנות האט געחתמ׳עט די הייליגע דברי חיים וואס האט געוואוינט אין גאליציע נישט אין אונגערן, און אין גאליציע אליינס האט מען געהריג געמאכט חופות אינעווייניג.

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 8:06 pm
דורך זלמעלע
ראובן האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:39 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:01 pm

דער מהר"ם שיק שרייבט ענליך.
דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?
אי משום הא האב איך סאך א שטעקערע קשיא. אויף די תקנות האט געחתמ׳עט די הייליגע דברי חיים וואס האט געוואוינט אין גאליציע נישט אין אונגערן, און אין גאליציע אליינס האט מען געהריג געמאכט חופות אינעווייניג.
אלא על כרחך (און אזוי האט געשריבן הרב "הדסים" אויבן מיט אנדערע ווערטער) אז נישט די פראקטישע אונוויזונגען זענען הלכה'דיג, נאר די איסור ע"פ שו"ע איז מתדמה צו זיין צו רשעים
בשעתם ובמקומם איז דעם און דעם פעולות איז געווען התדמות לרשעים
ומובן

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 8:34 pm
דורך ראובן
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:06 pm
ראובן האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:39 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm

דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?
אי משום הא האב איך סאך א שטעקערע קשיא. אויף די תקנות האט געחתמ׳עט די הייליגע דברי חיים וואס האט געוואוינט אין גאליציע נישט אין אונגערן, און אין גאליציע אליינס האט מען געהריג געמאכט חופות אינעווייניג.
אלא על כרחך (און אזוי האט געשריבן הרב "הדסים" אויבן מיט אנדערע ווערטער) אז נישט די פראקטישע אונוויזונגען זענען הלכה'דיג, נאר די איסור ע"פ שו"ע איז מתדמה צו זיין צו רשעים
בשעתם ובמקומם איז דעם און דעם פעולות איז געווען התדמות לרשעים
ומובן
לכאורה מוז מען אזוי זאגן, הגם אז פשטות הלשון איז קלאר נישט אזוי משמע

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 12:11 am
דורך Think and Thank
אפילו אן להתדמות איז דא די חלק פון מנהג המקובל וואס צאנזער רב דערמאנט, וואס איז נאר נוגע אין די פלעצער וואו עס איז געווען מקובל.

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 1:10 am
דורך ראובן
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2026 12:11 am אפילו אן להתדמות איז דא די חלק פון מנהג המקובל וואס צאנזער רב דערמאנט, וואס איז נאר נוגע אין די פלעצער וואו עס איז געווען מקובל.
צאנזער רב שרייבט אז דאס איז בכל מקום. מיינט עס נאר בכל מקום ווי די מנהג איז אזוי?

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 2:08 am
דורך תינוק הבורח
דער בית הכנסת אין פרעשבורג האט געהאט א מגדל.

Re: תקנות מיהאלאוויץ

געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 3:46 pm
דורך צווייטער
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 8:06 pm
ראובן האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:39 pm
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2026 7:21 pm

דאס מיינט צו זאגן אז די ספרדים וואס מאכן חופות אינטערן דאך זענען עוברים על "איסור השו"ע"?
אי משום הא האב איך סאך א שטעקערע קשיא. אויף די תקנות האט געחתמ׳עט די הייליגע דברי חיים וואס האט געוואוינט אין גאליציע נישט אין אונגערן, און אין גאליציע אליינס האט מען געהריג געמאכט חופות אינעווייניג.
אלא על כרחך (און אזוי האט געשריבן הרב "הדסים" אויבן מיט אנדערע ווערטער) אז נישט די פראקטישע אונוויזונגען זענען הלכה'דיג, נאר די איסור ע"פ שו"ע איז מתדמה צו זיין צו רשעים
בשעתם ובמקומם איז דעם און דעם פעולות איז געווען התדמות לרשעים
ומובן
ועוד, די עיקר שארפקייט פונעם תקנה איז געווען אקעגן מאכן א חופה אינעווייניג "אין א שול" להתדמות להגויים וואס פלעגן עס מאכן אין קלויסטער. אבער מאכן א חופה אונטער די הימל איז א מנהג ישראל עפ''י הרמ''א לסימנא טבא, און נישט דאס איז געווען די שארפקייט פונעם איסור.