בלאט 1 פון 1
וויזשניצער רבי פון בני ברק קומט קיין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:16 am
דורך א גרויסע צדיק
געמאלדן אז ויזניצע רבי שליט"א לרפוא"ש קומט קימעדיגן וואך קיין אמריקע פאר צוויי חתונות פון אייניקלך
ער וועט ארויס פארן מוצ"ש תולדות
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 8:55 am
דורך נחמן כץ
מ'הייבט זיך אי"ה 01:00 מוצאי שבת, אלע טעג וועט דע רבי זיין אין שיכון סקווירא.
מיטוואך וועט די רבי אנקומען קיין מאנסי צום חתונה פונעם אייניקל בת לחתנו הרה"צ נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א אין בהמ"ד לבוש מרדכי וויזשניץ-מאנסי.
דאנערשטיג וועט דע רבי פארן אין קאנטרי ביז נאך שבת.
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 9:31 am
דורך א גרויסע צדיק
מאנטיג פארט די רבי צוריק קיין א"י
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 1:23 pm
דורך דריידל
פארוואס שטייט נישט אין קעפל פון וועלכע וויזניץ מ'רעדט?
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 2:47 pm
דורך א גרויסע צדיק
די גרויסע ברודער
מרן האדמור שליטא
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 2:50 pm
דורך לכל קהלא
דריידל האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 1:23 pm
פארוואס שטייט נישט אין קעפל פון וועלכע וויזניץ מ'רעדט?
ווייל די אנדערע קומט‘‘ אסאך מאל‘‘ אויף ארץ ישראל
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 3:01 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
דריידל האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 1:23 pm
פארוואס שטייט נישט אין קעפל פון וועלכע וויזניץ מ'רעדט?
לשיטתם שטייט יא
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 3:24 pm
דורך דריידל
א גרויסע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 2:47 pm
די גרויסע ברודער
מרן האדמור שליטא
איך ווייס אויך. מ'דארף אבער שרייבן קלאר. ס'נישט קיין בושה אז ס'דא מער ווי איינער מיטן זעלבן נאמען. ס'מאכט נישט קלענער.
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 3:37 pm
דורך שמואל פוקס
איך מיין אז געווענליך ווען מען זאגט וויזניצע רבי סתם, פארשטייט יעדער איינער אז מען מיינט אים. די אנדערע שרייבט מען מיט אנדערע צונעמען, געווענליך.
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 6:15 pm
דורך חאצקיל
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 3:37 pm
איך מיין אז געווענליך ווען מען זאגט וויזניצע רבי סתם, פארשטייט יעדער איינער אז מען מיינט אים. די אנדערע שרייבט מען מיט אנדערע צונעמען, געווענליך.
כ׳גלויב אז וויזניצער רבי סתם - מיינט יעדער וויזניצער חסיד - אז זיכער איז די רעדע איבער די ״עכטע״ וויזניץ - יא, דער וואס איז רבי אין זיין הויף!
פאר א פרעמדן מענטש - איז לכאו׳ יעדער אנדערש.
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 6:20 pm
דורך שמואל פוקס
לאמיר רעדן לאגיש און נארמאל! לאמיר נישט ווערן איבערגענומען.
אין יעדע וויז(ש)ניצע הויף, ווען מען רעדט אינעם חצר זעלבסט, צווישן זיך און ארום זיך, וועט מען רופן וויז(ש)ניץ די אייגענע חסידות וואו מען באלאנגט. די אנדערע וויזשניצע הויפן, וועט מען באטיטלען מיט א שם לוואי, לסימן ולהיכר פון וועמען מען רעדט.
אין די גאס, ווען פרעמדע מענטשן רעדן צווישן זיך, און מען וועט זאגן וויזניץ סתם, אן קיין כינוי, וועט נישט זיין קיין ספק פון וועמען מען רעדט. יעדער וועט פארשטיין און וויסן וועמען מען מיינט. אויב מען וויל רעדן איבער א צווייטע וויז(ש)ניצע רבי, וועט מען דערמאנען מיט א סימן אלס היכר.
ודברים פשוטים הוא, שכל אחד בלי נגיעות, חושב ויודע ככה.
...
די שמועס איז בעצם איבעריג, ס'פעלט נישט אויס...
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 1:15 pm
דורך נחמן כץ
אין קעפיל שטייט זיכער נישט אז דער נושא דא איז וויאזוי שרייבט מען.
"ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע" דאס איז דער נושא, נישט פארפארן.
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 6:07 am
דורך א גרויסע צדיק
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 5:56 am
דורך א גרויסע צדיק
שב"ק האט די רבי געוויילט אין שיכון ויזניץ ב"ב נאכן מיטאג טיש אידערהיים נישט ווי געווארטערט האט די רבי מודיע געווען אז ער גייט ארויף אין שול פאר אפארשפיל
די עסקנים זענען זייער אנגעצויגן געווארן הערנדיג אז זיי דארף'ן אנגרייטן אפארשפיל פון מינוט צו מינוט
די רבי איז געווען זייער אויף געלייגט ביים שמחת הפארשפיל מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה ווי אויך ניגונים פון די סקווירא הויף
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 3:33 am
דורך משה נחמן

- וויזניץ.jpg (87.15 KiB) געזען געווארן 696 מאל
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 5:37 am
דורך א גרויסע צדיק
די רבי פארט צוריק קיין א"י שוין די וואך צוליב ניחום אבלים אויף זיין מחותן הרה"צ ישראל אליעזר הגר זצ"ל
די וועט זיך היינט משתתף זיין ביים שמחת החתונה פון די אייניקל אין מאנסי און דערנאך וועט ער אהיים פארן
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 6:55 pm
דורך נחמן כץ
דע רבי פארט אי"ה מיטן אל על פליגער, מארגן נאכמיטאג
Re: ויזניצע רבי קומט קיין אמריקע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 1:47 pm
דורך א גרויסע צדיק
אפאר וידיאו'ס פון די נעכטיגע חתונה אין מאנסי