בלאט 1 פון 1
וואו זאל מען לייגן די נייעס אויף אידטיש? (אנקעטע)
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:25 am
דורך חלום חלמתי
איך באקום בקשות אין אישי צו אנהייבן לייגן נייעס אין די דעזעגנירטע טעמעס, אבער איך קוק עס אן עטוואס נערווירנד צו זעהן א אלטע 2020 עלעקשן טעמע אקטיוו ווייל ס'איז דא א קליינע אפדעיט. אזוי אויך כאפ איך נישט וואס ס'באלאנגט יא אין בולעטין און וואס צו לייגן ערגעץ אנדערש.
קומט אריין מיט אייער מיינונג.
צוויי טאגיגע בליץ אנקעטע, נאר די אקטיווע ליינער זאלן קענען וועהלן...
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:28 am
דורך חלום חלמתי
היינט אליינס האב איך געשריבן 11 נייעסלעך איבער טראמפ. וועלכע באלאנגט אין בולעטין און וועלכע אין די טראמפ אדמיניסטראציע טעמע?
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:45 am
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:28 am
היינט אליינס האב איך געשריבן 11 נייעסלעך איבער טראמפ. וועלכע באלאנגט אין בולעטין און וועלכע אין די טראמפ אדמיניסטראציע טעמע?
א נייעס וואס בארירט מער ווי בלויז אמעריקאנע פאליטיק, למשל די שאטדאון, קען זיכער גיין אין בולעטין. צווישן די צוויי איז טראמפ אדמיניסטראציע געהענגל עכט פאר אלע נייעס וואס איז קיינעם נישט נוגע.
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:45 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:28 am
היינט אליינס האב איך געשריבן 11 נייעסלעך איבער טראמפ. וועלכע באלאנגט אין בולעטין און וועלכע אין די טראמפ אדמיניסטראציע טעמע?
איך האב געשטימט צוויי ווייל איך גלייך ווען נייעס איז צעטיילט לויט די נושאים. אבער ווען ס'איז עפעס אן אלטע נייעס לייג עס ווי אימער, (חוץ אויב מ'רעדט פון עפעס א שטורמישע אויפדעקונג) אויב האסטו א ספק קען עס גיין אין ביידע רק בלי לחץ.
אין אנדערע ווערטער; ס'זאל זיין צעטיילט לויט נושאים און נישט לויט טעמעס - אשכולות.
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:59 am
דורך קלאפן
כהאב געוואוט צוויי אבער איך דיסעגרי מיט די לשון "פארהאסטעדזשט" מיר האבן אזוי אויך גאר שטארק הנאה!!!!
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:04 am
דורך אנדערער
געוועלט דריי
שרייב נאר שרייב. אונז וועלן שוין ליינען
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:06 am
דורך הדסים
דערווייל געווינט צוויי מיט א לענדסלייד, @חלום חלמתי כ'מיין אז מ'זאל מאכן די אנקעטע בלויז פאר גאר אקטיווע ליינער און שוין פארמאכן די אנקעטע...
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:47 am
דורך פעינטיג
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:04 am
געוועלט איינס
שרייב נאר שרייב. אונז וועלן שוין ליינען
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:54 am
דורך פעינטיג
פארוואס כאגע'וואוט פארן ערשטן אפציע: כליין דורך די איינע טעמע און איך בין מער ווייניגער אפדעיטעט מיט אלע נייעס, כ'דארף נישט קריכן פון טעמע צו טעמע צו כאפן וואס גייט פאר אויפן וועלט.
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:21 am
דורך חיימ'קע
פעינטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:54 am
פארוואס כאגע'וואוט פארן ערשטן אפציע: כליין דורך די איינע טעמע און איך בין מער ווייניגער אפדעיטעט מיט אלע נייעס, כ'דארף נישט קריכן פון טעמע צו טעמע צו כאפן וואס גייט פאר אויפן וועלט.
גאמ
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:25 am
דורך יפת
די בעלעט איז א סקעם אבער די ערשטע געווינט עניוועי.
א ריכטיגערע וועג פון פרעגן איז
1) ווייטער האלטן אלע נייעס מסודר אונטער איין סך הכל׳דיגע בולעטין
2) אנפאנגען צו צושפרייטן נייעס צומישט איבער די הונדערטער טעמעס
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:27 am
דורך חצקל משמש
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:04 am
געוועלט דריי
שרייב נאר שרייב. אונז וועלן שוין ליינען
גא”מ,
אבער למעשה האלט איך אז ווען עס איז מער צושפרייט ווערט מער א שמועס איבער די נייעס ווי איידער ווען עס איז בלויז אין די בולעטין.
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:46 am
דורך בודקע
געגאנגען פאר ס'ערשטע, פשוט ווייל כ'פארשטיי אז ס'איז שווער צו גיין זיכן,
אבער וואס יא, איך האלט אז למשל, גרויסע נייעס איבער מלחמות, לדוגמא רוסלאנד אוקריינא, א"י, און אזוי אויך סתם נייעס פון די טראמפ אדמיניסטראציע וואס די ווייט האוז לייגט ארויס פשוט ווייל זיי גייען ליידיג, וואלט איך בעסער ליב געהאט ווען ס'איז איש על מחנהו ואיש על דגלו,
אבער אויב איז דיך גרינגער אזוי, לאז עס אזוי
#מיר_באלעקן_זיך_עניוועי_טענקס!
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:21 pm
דורך אנדערער
חצקל משמש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:27 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:04 am
געוועלט דריי
שרייב נאר שרייב. אונז וועלן שוין ליינען
גא”מ,
אבער למעשה האלט איך אז ווען עס איז מער צושפרייט ווערט מער א שמועס איבער די נייעס ווי איידער ווען עס איז בלויז אין די בולעטין.
איך גלייך שמועסן איבער די נייעס
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:22 pm
דורך נאסע שמאטעס
חיימ'קע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:21 am
פעינטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:54 am
פארוואס כאגע'וואוט פארן ערשטן אפציע: כליין דורך די איינע טעמע און איך בין מער ווייניגער אפדעיטעט מיט אלע נייעס, כ'דארף נישט קריכן פון טעמע צו טעמע צו כאפן וואס גייט פאר אויפן וועלט.
גאמ
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:12 pm
דורך חצקל משמש
חצקל משמש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:27 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:04 am
געוועלט דריי
שרייב נאר שרייב. אונז וועלן שוין ליינען
גא”מ,
אבער למעשה האלט איך אז ווען עס איז מער צושפרייט ווערט מער א שמועס איבער די נייעס ווי איידער ווען עס איז בלויז אין די בולעטין.
דרך אגב איך רעד בלויז אלץ ליינער נישט אלץ משמש...
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 4:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
כ'קען עכט נישט אריינרעדן, זינט איך בין נישט אקטיוו דא, אבער ווען איך האב געשריבן איז עס געווען אין די בולעטין טעמע. נישט מעגליך צו שרייבן אין יעדע טעמע, אדער לויפן ליינען איין מעסעדזש פער טעמע.
Re: אנקעטע - ווי זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:02 pm
דורך בודקע
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 4:28 pm
כ'קען עכט נישט אריינרעדן, זינט איך בין נישט אקטיוו דא, אבער ווען איך האב געשריבן איז עס געווען אין די בולעטין טעמע. נישט מעגליך צו שרייבן אין יעדע טעמע, אדער לויפן ליינען איין מעסעדזש פער טעמע.
ער האט דאך געשריבן אז נאר די אקטיווע זאלן וואוטן?...
Re: אנקעטע - וואו זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:47 am
דורך יאנטשי
די וואלן איז פארמאכט.
למעשה האט די ערשטע געווינען מיט מאמדאני נומערן רוב פאפולער וואוטס.
Re: אנקעטע - וואו זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:53 am
דורך כאטש טראץ אפי'
העי! ווען איז דא געווען וואלן? מ'האלט שוין נאך די וואלן? פריע וואלן? ווי האט מען עס געמאלדן?
איך גיב אריין א מסירה
Re: אנקעטע - וואו זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 2:17 am
דורך הדסים
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:47 am
די וואלן איז פארמאכט.
למעשה האט די ערשטע געווינען מיט מאמדאני נומערן רוב פאפולער וואוטס.
זכות בחירה באלאנגט עכט פאר די וואס לייקן, נאר ביז יעצט האט מען עס נישט געקענט זאגן אויס מורא אז די רעזולטאטאן וועלן נישט זיין כדבעי..
Re: אנקעטע - וואו זאל מען לייגן די נייעס.
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 9:02 am
דורך חלום חלמתי
The people have spoken....
טענקס פאר אלע שטום בארעכטיגטע וואס האבן איבערגעגעבן זייער מיינונג.
Re: וואו זאל מען לייגן די נייעס אויף אידטיש? (אנקעטע)
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 1:39 am
דורך מיליטערמאן
יעצט אנגעקומען דא, אבער קיינמאל נישט שפעט צו זאגן א מיינונג.
די נייעס דארף געשריבן ווערן אין די בולעטין און די שמועסערייען קענען פארקומען אין די דעזעגנירטע טעמעס, חוץ די קאנטיניואינג נייעס ווי די איראן מלחמה טעמע.