בלאט 1 פון 1

וואס איז דער פרייז פון אן אוירינגל?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:44 pm
דורך פארשטענדליך אידל
מעשה שהיה כך היה:
פאר צוויי וואכן צוריק בינעך אריין אינעם 'דשולערי געשעפט' און געקויפט א נייע סעט אויערינגלעך לכבוד שבת קודש, א ריעל שטיקל מיט עכטע דיאמאנטן פארן ב"ב.
דער פרייז פאר אז שיינעם שבת'דיגן אוירינגל איז געווען $2,600.
למעשה האב איך דאך געהאט די אלטע אויערינגל וואס איז אויך געווען פון אריגינעלע גאלד און דיאמאנטן, נאר נישט אזוי גרויס און באמבאסטיש, איך האב דאס געגעבן צו ניצן די ווערד דערפון און איך האב באקומען דערפאר דעם נישטיגן סומע פון $230.
איך בין געשטאנען ווי געפלעפט! "דאס איז דער אמת'ער ווערד פון צירונגען?! בלויז א נישטיגע צוויי הונדערט דאלער?! הגם דאס איז געווען א קלענערע סארט אויערינגל, אבער לויט וויפיל עס קאסט א נייער אויערינגל וואלט דאס געדארפט זיין מער ווערד.
הייסט דאס אז ווען איך צאל איבער צוויי טויזנט דאלאר פאר אן אויערינגל איז זי באמת ווערד קוים צוויי הונדערט דאלער?!
אויב אזוי וואס איז די ריזיגע מארקאפ וואס מען לייגט ארויף אויף דעם.
אפילו מען וועט רעכענען די 'לעיבאר' די ארבעט וואס דער מייסטער האט אריינגעלייגט דערין שטימט דאס ווייט נישט, ווייל פאלשע צירונגען קען מען קויפן פאר א נישטיגע הונדערט דאלער, אפילו עס אהט אזויפיל 'לעיבאר' ווי די עכטע.
עס איז מיר גאר אינטערסאנט צו פארשטיין וואס פשט דערפון איז.
און צו איז אמת אז די מארקאפ פון צירונגען איז פשוט איבערגעטריבן.
אדרבה ווייסט אפשר איינער מער דערפון??

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 6:37 pm
דורך מחפש שלווה
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:44 pm מעשה שהיה כך היה:
פאר צוויי וואכן צוריק בינעך אריין אינעם 'דשולערי געשעפט' און געקויפט א נייע סעט אויערינגלעך לכבוד שבת קודש, א ריעל שטיקל מיט עכטע דיאמאנטן פארן ב"ב.
דער פרייז פאר אז שיינעם שבת'דיגן אוירינגל איז געווען $2,600.
למעשה האב איך דאך געהאט די אלטע אויערינגל וואס איז אויך געווען פון אריגינעלע גאלד און דיאמאנטן, נאר נישט אזוי גרויס און באמבאסטיש, איך האב דאס געגעבן צו ניצן די ווערד דערפון און איך האב באקומען דערפאר דעם נישטיגן סומע פון $230.
איך בין געשטאנען ווי געפלעפט! "דאס איז דער אמת'ער ווערד פון צירונגען?! בלויז א נישטיגע צוויי הונדערט דאלער?! הגם דאס איז געווען א קלענערע סארט אויערינגל, אבער לויט וויפיל עס קאסט א נייער אויערינגל וואלט דאס געדארפט זיין מער ווערד.
הייסט דאס אז ווען איך צאל איבער צוויי טויזנט דאלאר פאר אן אויערינגל איז זי באמת ווערד קוים צוויי הונדערט דאלער?!
אויב אזוי וואס איז די ריזיגע מארקאפ וואס מען לייגט ארויף אויף דעם.
אפילו מען וועט רעכענען די 'לעיבאר' די ארבעט וואס דער מייסטער האט אריינגעלייגט דערין שטימט דאס ווייט נישט, ווייל פאלשע צירונגען קען מען קויפן פאר א נישטיגע הונדערט דאלער, אפילו עס אהט אזויפיל 'לעיבאר' ווי די עכטע.
עס איז מיר גאר אינטערסאנט צו פארשטיין וואס פשט דערפון איז.
און צו איז אמת אז די מארקאפ פון צירונגען איז פשוט איבערגעטריבן.
אדרבה ווייסט אפשר איינער מער דערפון??
שמעתי פעם אחת אז גענוצטע דיאמאנטען זענען גארנישט ווערד אין די איינציגסטע זאך וואס בלייבט ווערד ביי צירונגען איז די גאלד

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:19 pm
דורך וואוילער
WOW
הייסט עס אז די ווערד פונעם דיימאנט איז נאר פאר די ערשטע 24 שעה, פארדעם באצאלט מען...

אגב, געוועהן א שיינע ברייו אין די 'מעלות' פאריגע חודש, פון א פרוי וואס האט געכאפט אז ס'איז א שאד צו באצאלן אסאך געלט פאר "עכטע" צירונגען.

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:32 pm
דורך יאנטשי
יא יא, איך האב דאס שוין געכאפט גלייך ווען די לעב גראון דיאמאנטן זענען אריינגעקומען איו די מארקעט, און אנשטאט זיין א פערטל די פרייז, ווייל לכאורה איז די פרייז באזירט אויף די ווערד פון די דיאמאנטן, איז אבער לעב-גראון צירונגען בלויז ארום א דריטל ביליגער ווי עכטע.

דאס מיינט אדער אז די פרייז איז נישט באזירט אויף די ווערד, אדער אז די לעב-גראון אינדוסטריע איז א ריפ-אףף.

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:46 pm
דורך כ'קעניש דיסיידן
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:32 pm יא יא, איך האב דאס שוין געכאפט גלייך ווען די לעב גראון דיאמאנטן זענען אריינגעקומען איו די מארקעט, און אנשטאט זיין א פערטל די פרייז, ווייל לכאורה איז די פרייז באזירט אויף די ווערד פון די דיאמאנטן, איז אבער לעב-גראון צירונגען בלויז ארום א דריטל ביליגער ווי עכטע.

דאס מיינט אדער אז די פרייז איז נישט באזירט אויף די ווערד, אדער אז די לעב-גראון אינדוסטריע איז א ריפ-אףף.
א ריזיגע ריפ אףף.
אויף 47 סטריט קענסטו קויפן א קאראט פאר 100-150$

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:47 pm
דורך חלום חלמתי
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:46 pm

אויף 47 קענסטו קויפן געהעריגע דזשולערי פאר א פערטל די פרייז אין א אידישע סטאר

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 10:13 am
דורך פארשטענדליך אידל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:47 pm
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:32 pm יא יא, איך האב דאס שוין געכאפט גלייך ווען די לעב גראון דיאמאנטן זענען אריינגעקומען איו די מארקעט, און אנשטאט זיין א פערטל די פרייז, ווייל לכאורה איז די פרייז באזירט אויף די ווערד פון די דיאמאנטן, איז אבער לעב-גראון צירונגען בלויז ארום א דריטל ביליגער ווי עכטע.

דאס מיינט אדער אז די פרייז איז נישט באזירט אויף די ווערד, אדער אז די לעב-גראון אינדוסטריע איז א ריפ-אףף.
א ריזיגע ריפ אףף.
אויף 47 סטריט קענסטו קויפן א קאראט פאר 100-150$
אויף 47 קענסטו קויפן געהעריגע דזשולערי פאר א פערטל די פרייז אין א אידישע סטאר
קען אפשר איינער אריינקומען מיט אינפארמאציע, וואו מען קען באקומען שיינע דשולערי פאר ביליגער ווי אין די היימישע מארקעט?

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:00 pm
דורך Think and Thank
נישט קיין נייע זאך דאס אז דיאמאנטן זענען נישט עכט ווערט די פרייז, און איינער וואס קויפט מיט'ן חשבון צו קענען אמאל פארקויפן זאל זוכן בעסערע סחורה ווי צירונג.

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:07 pm
דורך גד'ל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:47 pm
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:32 pm יא יא, איך האב דאס שוין געכאפט גלייך ווען די לעב גראון דיאמאנטן זענען אריינגעקומען איו די מארקעט, און אנשטאט זיין א פערטל די פרייז, ווייל לכאורה איז די פרייז באזירט אויף די ווערד פון די דיאמאנטן, איז אבער לעב-גראון צירונגען בלויז ארום א דריטל ביליגער ווי עכטע.

דאס מיינט אדער אז די פרייז איז נישט באזירט אויף די ווערד, אדער אז די לעב-גראון אינדוסטריע איז א ריפ-אףף.
א ריזיגע ריפ אףף.
אויף 47 סטריט קענסטו קויפן א קאראט פאר 100-150$
אויף 47 קענסטו קויפן געהעריגע דזשולערי פאר א פערטל די פרייז אין א אידישע סטאר
שוין לאנג נישט היינט צו טאגס איז עס ע"פ רוב די זעלבע פרייזן

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:41 pm
דורך חלום חלמתי
גד'ל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:07 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:47 pm
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:46 pm
א ריזיגע ריפ אףף.
אויף 47 סטריט קענסטו קויפן א קאראט פאר 100-150$
אויף 47 קענסטו קויפן געהעריגע דזשולערי פאר א פערטל די פרייז אין א אידישע סטאר
שוין לאנג נישט היינט צו טאגס איז עס ע"פ רוב די זעלבע פרייזן
נאופ.

Re: וואס איז דער פרייז פון אן אויערינגל

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:45 pm
דורך פשוט און גראד
די פרייז צאלט מען פאר די סטייל וכו‘ - והיינו הך ביי זילבער גאלד וכו‘.

איך גלייב אבער, אויב מ‘קויפט סתם שטיקער גאלד וכו‘ פאלט נישט די פרייז.