בלאט 1 פון 1

דריי חתונות אין איין יאר?

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:45 am
דורך העלפן א איד
א פאר יאר צוריק ביי א שמחה אין ארץ ישראל האב איך זיך באקענט מיט'ן מחותן, א גאר חשוב'ן און טייערן איד וואס וואוינט אין א פיצעלע דירה פון ווייניגער ווי 600 סקווער פיס. דאס איז בערך אזוי גרויס ווי א פיצעלע חתן כלה אפארטמענט

מיר (מיינע שוואגערס און איך) האבן זיך נישט געקענט אנזעטיגן פון די קינדער'ס שמחת החיים וואס האט ארויסגעשיינט פון זיי


ביי די שבע ברכות האט גערעדט א קרוב און פארציילט פארוואס ער האט זיך אנגעשטרענגט צו קומען קיין ארץ ישראל צו די שמחה (ס'איז געווען קאוויד צייט און דאס קומען איז נישט געווען אזוי גרינג) און נאך געבליבן אויף שבת שבע ברכות

האט ער פארציילט אז די מחותנת'טע, א קרובה מיט זיין רעבעצין, פלעגט איר רופן בעטן צו שיקן הילף פאר דעם און יענעם אבער קיינמאל נישט געבעטן פאר זיך. ווען איז זי געוואויר געווארן ווי זי פלאגט זיך אליינס האט זי נישט געקענט איבערקומען וויאזוי זי האט יעדעם אינזין געהאט אבער קיינמאל געבעטן פאר זעך

המשך יבוא אי"ה

Re: דריי חתונות אין איין יאר?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:19 am
דורך העלפן א איד
ב"ה. די יארן לויפן און די פיצעלע דירה פאנגט אן צו וואקסן ב"ה (קענסט די מעשה מיט די ציגעלע אין הויז? אניש קענסטע פרעגן)

בקיצור. די קינדער האבן חתונה און די דירה ווערט גרעסער אבער די טייסטער (דזשי'בארד ווייסט ניטאמאל פון דעם ווארט...) ווערט ליידיגער....

דאס יאר איז א גאר ספעציעלע. ער מאכט ב"ה חתונה דריי קינדער אין איין יאר און דער טייסטער איז שוין ליידיג

המשך יבוא

Re: דריי חתונות אין איין יאר?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:16 pm
דורך העלפן א איד
ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל און ס'זענען דא וואוילע אידן וואס העלפן ארויס

און איר קענט אויך זיין פון דיע אידן