בלוט פארשוועמט
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:38 am
פון א גליקליכן עבר,
צו א וויסטן כלי שבור,
געטוישט.
בילדער דאקומענטירט,
דאס הארץ בארירט,
ס'רוישט.
פאראייביגט די פיין,
היסטאריע דאס געוויין,
פארשטויבט.
געיאמער זיי הערן נישט,
די אויערן ווערן נישט,
פארטויבט.
פאפיר קאלט ווי אייז,
שווארץ אויף ווייס,
טרוקן.
געשיכטעס לעגענדעס,
יעצט גיי אפווענד עס,
דערשטיקן.
אין הארץ אויפשפילן,
נאטן פון געפילן,
צומישט.
צארטע קעמערליך,
פארנעמען שווערליך,
פארווישט.
פאקטן טראמאטיזירנד,
גלייכגעוויכט רירנד,
דערביטערט.
איככה ראיתי באובדן,
דער ביטערן מצב דאן,
ערשיטערט.
***
מיין זיידע מיר דערציילט,
דעם נאכנישט פארהיילט,
וואונד.
די פיין אויפגעדעקט,
דעם בלוט פארפלעקט,
באַנד.
יארן פארביי,
כמעט נישט פון זיי,
פארבליבן.
די געשיכטעס אין ביכער,
ווערן וואס גיכער,
פארשריבן.
פון שווארצע ווירקליכקייט,
צו עפעס פון פארגאנגענהייט,
געביטן.
שטימע פאפירענע עדות,
צו וואס אונזערע זיידעס,
געליטן.
***
דער מח רעוואלטירט,
נישט פארשטיין זי פרובירט,
דערקוטשעט.
ווייס נישט און טראכט נישט,
פערזענליך אויסמאכט נישט,
מוטשעט.
הער צו און טרויער,
אבער א שטייפער מויער,
געשטעלט.
די וויזיע אויסשלייפן,
פון הערן ביז באגרייפן,
א וועלט.
א טאהט פארראטיג,
א בליק זייטיג,
געכאפט.
אויף בילדער דאקומענטאציעס,
ווייטאג אבזערוואציעס,
דעשנאפט.
איי עס ערוועקט,
בלוט אויפדעקט,
ברוטאל.
ווירקליך און וואר,
דאס בילד קלאר,
קריסטאל.
איי מיינע אויגן,
ס'האט געצויגן,
כ'ווייס.
מיין הארץ איר נעמט,
מיט קאשמארן פארשוועמט,
אין שווייס.
וויסן און הערן,
היסטאריע אין טרערן,
גענוג.
זען מיט די אויגן,
וועט שוין נישט טויגן,
איבריג.
***
עיני יורדה מים,
יעצט באפריי אים,
א דרימל.
קיין שלאף ער זעט,
א טרייסט בעט,
פון הימל.
על שבר בת עמי,
תשב"ר שלא טעמו,
פארלענדט.
על אלה אני בוכי',
א ווייטאגליכער תנועה,
ברענט.
מיין טרייסט נישטא,
ביז ומחה ה' דמעה,
דאס געוויין.
ברחמים תשוב לירושלים,
נעם אונז שוין אהיים,
אמן.
(שורה’לעך און ווערטער געגאסן און געשמירט נאכ’ן ליינען און קוקן אביסל פון די ליידן פון אונזערע זיידעס ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און דערביי בידים זיך אוועקרויבן דעם שלאף)
צו א וויסטן כלי שבור,
געטוישט.
בילדער דאקומענטירט,
דאס הארץ בארירט,
ס'רוישט.
פאראייביגט די פיין,
היסטאריע דאס געוויין,
פארשטויבט.
געיאמער זיי הערן נישט,
די אויערן ווערן נישט,
פארטויבט.
פאפיר קאלט ווי אייז,
שווארץ אויף ווייס,
טרוקן.
געשיכטעס לעגענדעס,
יעצט גיי אפווענד עס,
דערשטיקן.
אין הארץ אויפשפילן,
נאטן פון געפילן,
צומישט.
צארטע קעמערליך,
פארנעמען שווערליך,
פארווישט.
פאקטן טראמאטיזירנד,
גלייכגעוויכט רירנד,
דערביטערט.
איככה ראיתי באובדן,
דער ביטערן מצב דאן,
ערשיטערט.
***
מיין זיידע מיר דערציילט,
דעם נאכנישט פארהיילט,
וואונד.
די פיין אויפגעדעקט,
דעם בלוט פארפלעקט,
באַנד.
יארן פארביי,
כמעט נישט פון זיי,
פארבליבן.
די געשיכטעס אין ביכער,
ווערן וואס גיכער,
פארשריבן.
פון שווארצע ווירקליכקייט,
צו עפעס פון פארגאנגענהייט,
געביטן.
שטימע פאפירענע עדות,
צו וואס אונזערע זיידעס,
געליטן.
***
דער מח רעוואלטירט,
נישט פארשטיין זי פרובירט,
דערקוטשעט.
ווייס נישט און טראכט נישט,
פערזענליך אויסמאכט נישט,
מוטשעט.
הער צו און טרויער,
אבער א שטייפער מויער,
געשטעלט.
די וויזיע אויסשלייפן,
פון הערן ביז באגרייפן,
א וועלט.
א טאהט פארראטיג,
א בליק זייטיג,
געכאפט.
אויף בילדער דאקומענטאציעס,
ווייטאג אבזערוואציעס,
דעשנאפט.
איי עס ערוועקט,
בלוט אויפדעקט,
ברוטאל.
ווירקליך און וואר,
דאס בילד קלאר,
קריסטאל.
איי מיינע אויגן,
ס'האט געצויגן,
כ'ווייס.
מיין הארץ איר נעמט,
מיט קאשמארן פארשוועמט,
אין שווייס.
וויסן און הערן,
היסטאריע אין טרערן,
גענוג.
זען מיט די אויגן,
וועט שוין נישט טויגן,
איבריג.
***
עיני יורדה מים,
יעצט באפריי אים,
א דרימל.
קיין שלאף ער זעט,
א טרייסט בעט,
פון הימל.
על שבר בת עמי,
תשב"ר שלא טעמו,
פארלענדט.
על אלה אני בוכי',
א ווייטאגליכער תנועה,
ברענט.
מיין טרייסט נישטא,
ביז ומחה ה' דמעה,
דאס געוויין.
ברחמים תשוב לירושלים,
נעם אונז שוין אהיים,
אמן.
(שורה’לעך און ווערטער געגאסן און געשמירט נאכ’ן ליינען און קוקן אביסל פון די ליידן פון אונזערע זיידעס ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און דערביי בידים זיך אוועקרויבן דעם שלאף)