בלאט 1 פון 1
פיינעל! מעיאר-וואלן 2025 — גיב אפ דיין שטימע (אנקעטע)
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 2:17 am
דורך הדסים
שוין מ'האלט שוין דא; עדעמס האט זיך שוין ארויסגעצויגן, שוין אינדארסירט קואמא, זאהראן מאמדאני איז פאראויס אין אלע אנקעטעס; איינע מער איינע ווייניגער, די לעצטע אנקעטע - אטלעס אינטעל - איז שוין אויך אינדרויסן געבנדיג א שמאלע אבער באקוועמע אויבערהאנט פאר מאמדאני, חוץ אויב סליווא וועט זיך ארויסציען וואס קוקט נישט אויס אז ס'וועט געשען אין דער נאנטער צוקונפט.
איז סיטי איינוואוינער - מעגליך צום לעצטן מאל... - קומט אריין אפגעבן אייער שטימע פאר וועמען איר פלאנט צו שטימען אין די היי-וואכיגע וואלן, און אויב מעגליך שרייבט צו א שטיקל ביאור פארוואס.
Re: פיינעל! מעיאר וואלן 2025 ~ גיב אפ דיין שטימע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:22 am
דורך נאו לעיבל
שוין געוואוט, קאומא.
Re: פיינעל! מעיאר וואלן 2025 ~ גיב אפ דיין שטימע
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 12:49 pm
דורך מהיכי תיתי
שוין געוואויט, קאומא.
די פארמעסט איז אביסל שמעלער, וואס דאס מיינט אז מאמדאני איז פארשיינליך געווינער, אבער קאוימא האט נאך פארט א שטיקל שאנס, כאטשיג א שוואכע, ווידעראום די אנדערע האבן נישט קיין דרך הטבע'דיגע שאנס,
עדעמס האט שוין הייס אינדארסירט קאומאו, איז די הכרת הטוב וואס איך האב פאר עדעמס, קען איך יעצט אפגעבן מיטן שטימען פאר קאומאו.
אבער א וואויט פאר סליווא אדער אנדערע, איז דאס א וואויט פאר מאמדאני.
#בוחר הרע במיעוטו
Re: פיינעל! מעיאר וואלן 2025 ~ גיב אפ דיין שטימע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 5:54 pm
דורך הדסים

- IMG_20251104_160048_888.JPG (307.27 KiB) געזען געווארן 184 מאל
Re: פיינעל! מעיאר וואלן 2025 ~ גיב אפ דיין שטימע
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 6:18 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 5:54 pm
IMG_20251104_160048_888.JPG
אפשר זענט איר מסביר פארן עולם וואס ס'האט אייך געברענגט צו שטימען פאר קואמא?
ווער האט געגעבן דעם לעצטן שטופ?
זענט איר געווען פעסט פון אנהויב צו גיין וואוטן פאר אים?
וכו...