מיין איבערלעבעניש זייענדיג פינף טעג אויפ'ן וואסער

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
קאווע_אן_צוקער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:19 pm
x 71

מיין איבערלעבעניש זייענדיג פינף טעג אויפ'ן וואסער

פאוסט דורך קאווע_אן_צוקער »

א שיף אינמיטן א שטאט? דאס איז נישט קיין שיף! דאס איז א וועג פון לעבן! דארט פארט זיך א טעקסי שיף, דארט פליט א הצלה שיף, דארט שטעלט א פאליציי שיף אפ א געזעץ פארלעצער, דא דילווערט א אמעזאן פריים שיף פעקלעך. דאס איז וויניציע א שטאט איינגעטינקען אין וואסער.

שוין פון די הייך פליענדיג העכער די קליינע שטעטלע וויניציע האב איך באמערקט, ארויסקוקנדיג פונעם קליינעם רינעדיכיגע פענסטער, די מערער שיפן וואס קורסירן ארום וויניציע און די ארומיגע אינזלען.

שוין האלטנדיג א מינוט פארן לאנדן האב איך בלויז געזען וואסער מיט שיפן, און די פליגער ווערט נידריגער און נידריגער ווען פליצליג שפיר איך ווי מען רירט אן די ערד, זעט אויס אז וויניציע האט יא עפעס א גאס ווי פיר רעדער קענען פארן, אז נישט א קאר כאטש א ערעפלאן..

די ערעפארט איז ליידיג און קליין, בלויז נאך געציילטע מינוטן טרעפן מיר זיך גיין אויפן וועג ווי עס שטייט פאבליק טרענספארט/טעקסי/רענטל. אבער ווי נאר מיר קומען אן זעהן מיר א גרויסע וואסער מיט שיפן אויסגעשירט.

און איך הער די באקאנטע שטומע וואס מען הערט אין יעדע ערעפארט. טאקסי טאקסי דיט יאו וואונט עי טאקסי. איך שטיי און איך קוק אויף די גוי וואס שטייט ביי זיין שיף און זיכט א קונה מיט צונעמען, און איך טראכט צו מיר, אויב וואלט איך מורא געהאט צו רייזן מיט זיין אויטא, כל שכן וכל שכן אז איך דארף מורה האבן צו רייזן מיט זיין שיף...

גיי איך אזוי ווייטער זעי איך פאבליק טרענספאורט, דאס קוקט שוין אויס א ביסל מער פארלעסליך. איך גיי צו צום טיקעט באמטע און איך צייג אים מיין אדרעס'א און ער ווייזט מיר צו נעמען די אראנטש'א ליניע'א, אראפ גיין ביי די ערשטע סטאפ'א, עס נעמט א האלבע שעה'א, זעהט אויס אז אין ווינציע'א ענדיגט זיך יעדע זאץ מיט א אלף'א...

די שיף קומט אן אין די מיט רייזענדע צייגן זייערע קארטא און מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג. ויסעו, איך שטיי און בליק ארויס פון די פארשטויבטע פענסטערס, און פאר מיין אויגן אנפלעקט זיך א גרויסע בלויע וואסער טעפיך, אין די זייטן שטייען שטאנגן וואס צייגן אן פאר די שיף קאפיטאן ווי צי פארן. אזוי פארענדיג ווערט די הימל ציביסליך געפארבט מיט פינקע שטריכן, דערנאך פערפל, ציביסליך מער און מער שווארטץ ביז די שיף אנקערט איז די גאנצע האריזאנט שטאק פינסטער און טויט שטיל, איך גיי צו צום שיף קאפיטאן און איך פרעג אים אויב דא איז מאדאנא די לאורט, ענטפערט ער מיר מאדאנא די לאורטא, אוי פארגעסן אז דא ענדיג זיך יעדע ווארט מיא א אלף..

איך שטייג אפ פונעם שיף און איך שפיר ווי אויף א אינזל איינער אליין, איז יעצט צוויי פארטאגס? ניין עס איז בלויז פינעף דרייסיג נאכמיטאג אבער דא איז שוין נאכט.

איך שפאציר אריין אין די ערשטע גאס זע איך אז דא איז א גארטן פון א האטעל, דריי איך מיר צוריק און איך גיי די פארקערטע ריכטונג טרעף איך מיר שטיין אין א שמאלע דורכוגאנג צווישן צוויי הויכע בנינים ווען יעדע ווארט וואס איך רעדט שפייען זיי צוריק מיט א ווידער קול, ענדליך זע איך א אלטע גוי גיין פון די ווייטענס, איך גיי צו צום זקן און איך פרעג אים ווי קומט מען אן צו די קאנאל, ענטפערט ער מיר קאנאל'ן? עס איז דא הינדערטער, וועלכע זיכסטע, איך ווייס דאך נישט, איך פורביר קיקן אינעם מאפע, און דער גוי רופט זיך און גיי דא גראד וועסטע טרעפן עפעס א קאנאל.
טרעף איך דעם קאנאל איך שפאציר אזוי ביים וואסער ציטערנדיג איך זאל נאר נישט אריינפאלן, ביז די צווייטע בריק דארט גיי איך אריבער און איך טרעף מיר נאכאמאל אין א שמאלע דורכוגאנג צווישן הויכע בנינים וואס פירט צו נאך א קאנאל, דארט ווארט מיר שוין אפ די האטעל באמטע און פירט מיר אריין אין מיין צימער.

גלייך ביים אריינקומען האב איך באמערקט ברוינע האלצענע בימס אויפן דאך, זעהט זיך אויס אז די האטעל האט נישט געהאט גענוג געלט צו פארבן די בימס.. איך האב נאכנישט געוויסט דאן אז דאס איז די וועג ווי אזוי מען בויעט דא, דאס בין איך געוואר געווארן הערשט נאכן באזיכן אין חב"ד ביהמ"ד מקוה און נאך געשעפטן..

די ווענט פון די צימערן זענען גרין, די בענקלעך זענען גרין און די בעטן זענען אויך גרין, גיי פארשטיי, נאכן זעהן אז ביי מיין שכן'ס דירה איז די ווענט ארענטש, בענקלעך ארענטש, סאפע ארענטש, האב איך פארשטאנען אז דאס דארף צו זיין ווי באראנא.. (באראנא איז א אינזל נישט ווייט פון וויניציע, בערך א האלבע שעה צו פארן מיט א פאבליק טרענספאורט שיף נומבער צוועלף'א, מער איבער די אינזל ליין שפעטער אינעם ארטיקל) איך בין אביסל אויסגעמיטשעט פון די וועג, איך מאך צו די דיקע אייזענע לאדענעס און מען גייט זיך צו לייגן אביסל.


יום ב: איך שטיי אויף זיבן אזייגער אינדערפרי אויסגערוט, איך נעם די קענטינער פון די נעכטיגע זיפ איך וואש עס אויס, און איך פיל עס אן מיט וואסער, דערנאך לייג איך עס אריין אין א מייקראיוו זעקל, איך פארמאך עס שטארק, איך לייג עס אין נאך א מייקראיוו זעקל, דאבל רעפעט, אריין אין מייקראיוו פאר זעקס מינוט מיט דרייסיג סוקאונדעס, דערנאך נעם איך א גלעזל, איך לייג אריין אביסל גאלד קאווע וואס איך האב מיט גענומען, איך גיס אריין די וואסער, כ'מיש עס אויס מיט די מילך, און איך בין מיר מחיה מיט א פיינע פרישע קאווע, גיי פארשטיי פארוואס מענטשן ניצן נאך היינט א טשייניק..

איך לאז מיר ארויס אויפן וועג צום חבד שטיבל, א קארגע צעהן מינוט צו פוס, איך קוועטש מיר אריין אין די ווענט פון די הויך שטאק'יגע בנינים, אויס מורא אז איך וועל אריין פאלן אין וואסער, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס'איז נישט דא קיין צוים ביי די וואסער, אזוי גיי איך אריבער א בריק, און איך פריי מיר אז די בריק האט יא א צוים, אבער די בריק באשטייט מער ווייניגער פון שטיגן ארויף און אראפ,

אזוי קום איך אן צו די ביהמ"ד אכט אזייגער, און איך זעה אז ס'איז נאך פארשפארט, גיי איך צו די מקוה מער ביי די עק פון די סקווער, ממש נעבן די גרויסע מנורה, איך עפן אויף די דלת און איך טרעף מיר צווישן א וואש מאשין בית הכסא און האנטכער, גיי איך צום נעקסטע צימער, דארט איז דא שויערס בענק און די בור, די מקוה האט א האלץ אינמיטן אויף וואס מען דארף זיצן זיך צו קענען טובלען, איך רוף אן מיין ווייב זאגן אז אויב זי הערט נישט פון מיר און די נעקסטע פופצן מינוט, זאל זו מיר זוכן אין מקוה אינטער די האלץ..

פון דארט גיי איך צוריק צום ביהמ"ד, און איך עפן אויף די טיר זעה איך דארט זיצן א עלטערע פאר פאלק מיט א קליין פינעף יאריגע מיידל וואס שפילט זיך מיטן מאמע'ס טעלעפאון, איך שטיי אזוי פארווינדערט נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר, ביז דער זקן רופט זיך אן צו מיר, איי עם די שומר, אקעי זאל זיין אזוי,

איך מאך מיר א קאווע און איך זעץ מיר אוועק מיט א ענגליש ספר מיטן נאמען "די געזעצן אויף תערובות" איך ענדיג די קאווע און איך הער ווי איינער פרעגט מיר אויב ער קען לייגן די קאווע גלעזל אין די מיסט קאנע, איך שאקל מיטן קאפ, און דער איד געט מיר שלום, ער זאגט מיר אז ער קומט פון פאריז, און ער קען נישט ענגליש העבריש אידיש אדער איטליעניש נאר פרענטש, בסדר איך געב אים די האנט און איך דריי מיר אויס קוקן ווער נאך ס'איז דא,

זעה איך עטליכע פון די חבדסקע בוחרים וואס דרייען זיך דארט א גאנצע יאר, ביים טיר זעה איך א מאן און ווייב מיטן שווער האלטן א וועגעלע פון א קליין קינד ווי אויך א צוויי יאריגע אינגעל, און זיי ווארטן אריינצוקומען, דער שומר גייט צו זיי און ער געהט קאפלעך פאר די שווער און איידעם, און צייגט זיי אן אריינצוקומען, בעת די שומר'טע עפענט די עזרת נשים און גייט אריין אינאיינעם מיטן מאמע און די קליינע בעיבי,

נאך א איד ריקט זיך אן מיט א לאנגע רעקל שווארצע ארויפגעצויגענע זאקן סניקערס, א קורצע טשעקט אויפן רעקל, ס'האט אויסגעקיקט ווי ער טראגט א סקערט.. מיט א גראבע ווינטערדיגע קאפל וואס פון די זייט הענגט ארויס לאנגע ברייטע לאקען.

מנין האמיר שוין, מען שטעלט זיך דאווענען, די שווער און איידעם מיטן שומר זענען געבליבן זיצן אויפן פלאץ מיט די ווייסע חבד קאפלעך ביז קריאת התורה, זעהט אויס אז חבד לאזט יא אדורכגיין מענטשן אן א לייגן תפילין,

א כהן איז נישט געווען, האט דער איידעם טאטע פונעם בעיבי עולה געווען ערשט, נאך א מזל אז ס'שטייט ברכו און איטליעניש.. נאכן עולה זיין האט מען געמאכט א מי שברך לילדות, און דער איידעם האט זיך אויסגעדייט צום שווער פרעגן ווי אזוי ער הייסט.. דערנאך ויקרא שמו בישראל, א שאד איך האב נישט אויפגעכאפט די נאמען, כ'וואלט עס געדארפט אריינשיקן צו שמעלצער דרעזדנער (די חלק ארטיקל איז געשריבן געווארן אין די תקופה ווען דרעזדנער שמעלצער האבן יעדע וואך דערמאנט אינטערסאנטע נעמען..)

איך טראכט צו מיר, שטעל דיר פאר ווען ביי אונז וואלט געווען די מנהג מיט צו ברעגן די מאמע מיטן בעיבי צום קידוש און קריאת השם.. מען וואלט מער נישט געדארפט מאכן קיין ברכו'ס אינדערהיים.
נאכן דאווענען איז געווען א קידוש און מען האט אויסגערופן אז צוואנציג נאך פיר וועט זיין מנחה.

איך קום אהיים צום אכסניה, מען לייגט אריין די המוציא ראלס דאבעל רעפט אין אויווען, און מען עסט פת שחרית, גלייך נאכן עסן זענען מיר ארויס אויפן וועג צום שיף סטאנציע מיטן נאמען פאנטמענטע נאווא, זיך איינגעהאדלט א קארטע און ויסעו גיי מיר צו מאראנע..

די שיף פארט זיך אזוי געמיטליך אויפן וואסער די הימל איז ציכטיג בלוי די שיפל לאזט נאך א שוימיגע שפייאכץ ווען פליצליג הערט זיך א פייפ מאראנע אינזער סטאנציע. איך גיי צו צום שיף מאטראז און איך פרעג אים גלעז פעקטערי הער. און ער ענטפערט מיר יעא יעא הערא..

גיי מיר אראפ פונעם שיף נייגעריגערהייט נישט וויסענדיג ווי צו לייגן די נעקסטע טריט. איך קוק רעכטס זעה איך א גדר גיימיר לינקס נאכן גיין עטליכע טריט שטעלט אינז איינער אפ גלעז פעקטערי הער גיי מיר אים נאך אבער ער שטעל אינז אפ א מינוט צען יורא יעדע מענטש איך שטיי און טראכט לוינט צו צאלן צעהן יורא פאר יעדע פעקטערי דעי אינזל איז דאך פיל מיט פעקטעריס.
דעי מענטש זעהט ווי אינז קווענקלען זאגט ער אינז אז נאכן קוקן די פעקטערי באקומען אינז א הנחה פון פינעף פונט אויב אינז קויפן אין זיין געשעפט.. אזא זאך קען מען שוין נישט אויסלאזן א הנחה דא אויפן מאראנא אינזל כ'סווייפ אראפ די קארטל און מיר גיי מיר אריין...

דער ארבייטער האט אזא ספיקער וואס געט א דרשה אין דריי שפראכן איטאליעניש וועניטעניש און ענגליש.
ווען בשעת די אומקלארע ספיקער רעדט מאכט ער מיט די הענט א גלעזל דערנאך א פערדל פון גלאז ס'איז געווען זייער אינטערסאנט צו זעהן ווי ער כאפט אן אזא שטעקן שטעקט עס אריין אין אויווען און ס'קלעיבט זיך אן אביסל צולאזטע גלאז דערנאך בלאזט ער אריין אינעם שטעקן און ס'ווערט א באבעל און ער דרייט מיט די אנדערע שטעקן גלייכט עס אויס און ס'ווערט א גלאז.
דערנאך די פערדעל אויך עפעס אזוי שלעפט מיט איין שטעקן האקט מיט די אנדערע און ס'פארעמט זיך אויס הערליכע צורות פון פרישע גלאז. ער ענדיגט געהט ער א לייג ארויף א צעטל אויף די פערדל און די צעטל האט זיך פארברענט. ווי צו ווארנען כאפ עס נישט אן.
ס'איז געווען אזוי אינטערסאנט אזש איך וואלט געבליבן דארט א גאנצע טאג אבער ווי נאר די ספיקער לעשט זיך אויס קומט צוריק די אנדערע ארבערטער און ווייזט אינז די טיר אויפן אנדערע זייט. איין מינוט איך דארף דאך עפעס קויפן פינעף יורא הנחה איז נישט קיין קלייניגקייט..
ער ווייזט מיר אזעלכע קאלערדיגע שטיקער גלאז מיט א מעגעניט דערויף. מה יקר פרעג איך אים צעהן יורא ביני ובינך פארגעס נישט דו באקומסט דאך א הנחה אויך.. כ'סווייפ א פינעפער און געגאנגען ווייטער...

איך שפאציר אביסל ארום אויפן אינזל טרעף איך נאך א גלאז פארבריק, איך עפן די טיר און דער ארבייטער ווייזט קום אריין, איך שישקע אריין פאר מיין אשת חבר איך האפ ס'איז בחינם.. דער לאזט אינז צו ביזן אויוון, צינדט נישט אן קיינע ספיקערס וואס גייט אויפן נערווען..
ענטפערט אלע אינזערע פראגען אין ענגליש, און אזוי באטראכטענדיג ווי ער מאכט גלעזליך קומט א ארבערטער צו אינז און געהט א מתנה פארן קוקן ווי זיי מאכן די גלאז... די מתנה איז געווען די זעלבע סארט גלאז מעגעניט וואס אינז האבן געקויפט ביי די אנדערע פארבריק נאכן באקומען א הנחה...

נאכן פארברענגן עטליכע מינוט אין די צווייטע פארבריק, זענען מיר ארויס זיכן פאר נאך פארבריקן אזוי האבן מיר באזוכט איין פארבריק נאכן צווייטן איינס איז געווען א ריזיגע בנין עטליכע שטאק הויך מיט צעהנדליגער ארבעטער בעת די אנדערע איז געווען א קליינע צימער אזוי גרויס ווי מיין הויז אבער אלע מאכן בערך די זעלבע גלעזלעך מיט פערדלעך....

מיט אמאל האבן מיר אנגעפאנגען שפירן א מורא'דיגע דורשט, כ'האב ממש געשפירט ווי איך גיי אויס, שוין געהערט ווי מען רעדט אויף קול מבשר פון א איד וואס איז צוזאם געפאלן אין ווינעציע.. גלייך בין איך אריבער צום הויפט שאסיי, און איך זעה א הצלה שיף אבער ס'איז געפארקט קיינער זיצט נישט אין דעם.

(הויפט שאסיי מיינט אז פון ביידע זייטן איז דא געשפטען, מיט בריקן וואס פירן אריבער פון איין זייט גאס צום צווייטן, אין דערמיט איז דא צוויי לענס פאר געהעריגע שיפן מיט צוויי לענס פאר פאבליק טראנספארט שיפן.)

איך בין אריבער פון איין געשעפעט צום צווייטן, זיכן א גלעזל וואסער.

די ערשטע געשעפט האט פארקויפט אלע סארט אינטערסאנטע גלעזלעך (אן וואסער) געמאכט אין מאראנא...

די צווייטע געשעפט האט געהאט אלע סארט מעגענטס וואס זענען געמאכט צו געדענקן אז מען האט באזוכט אין מאראנא...

די דריטע געשעפט האט געהאט אריגענעלע פארשטעלאכטס פאר פורים, וויבאלד זיי האבן א טאג ווען זיי פארשטעלן זיך אין מאראנא..

אזוי בין איך אריבער אסאך געשעפטן, אלע האבן פארקויפט די קאלריטע גלעזלעך, אבער וואסער אריינצולייגן אין די גלעזלעך איז נישט געווען צו באקומען.

נאך א לאנגע צייט האב איך געטראפן איין געשעפט וואס האט פארקויפט וואסער פאר גראב געלט, כ'האב מיר גלייך איינגעהאנדעלט עטליכע פלעשער, געמאכט א שהכל און א מחיה נפשות..

גייענדיג ווייטער האב איך געזעהן א קעש מאשין, טראכט איך צו מיר, לאז מיר ארויס נעמען אביסל קעש, ווי באלד אינדערפרי ווען איך האב געוואלט קויפן פירות אין די מארק האט ער נישט געוואלט נעמען מיין קארטל,

כ'שטעק אריין מיין קארטל און איך בעט אים €150 און איך זעה ווי די עי טי עם רעכענט אראפ פון מיין קארטל +£151, ס'איז איבערגערעכנט מיט א 26 פונט. ווי זאגט יענער, זאל שוין זיין.... אגב איך האב נאך צוואנציג יורא געבליבן ביי מיר.. אויב איינער קען עס אויף טוישן זאל קומען אין אישי...

כ'שטעל אפ די נעקסטע גוי, און איך פרעג אים וואס נאך קען מען זעהן דא אויף די אינזל, זאגט ער מיר גיי רעכטס דארט איז דא א וואך טורעם,

גלייך נעם איך מיר גיין רעכטס זיך יאגענדיג, ווי באלד ס'איז שוין שפעט און מען דארף שוין כאפן א שיף צוריק צו מנחה, ענדליך קום איך אן צו א הויכע טורעם וואס איז פארמאכט, און חוץ עס באטראכטן קען מען דארט גארנישט טון...

שוין עני וועי, איך זעה ס'קומט א שיף, לאז מיר צוריק פארן צו וועניציע צו קענען כאפן מנחה.

איך זעץ מיר אויפן דעק פונעם שיף אזוי קען איך באטראכטן די וואסער, איך נעם ארויס מיין טעלפאון צו נעמען א בילד פון די וויאו, אבער פאר וואס ווען איז מען שוין אנגעקומען די שיף אנקערט,


אינז יאגען זיך צו די בית חב"ד, אבער ווען איך קום אן זעה איך אז ס'איז בלויז דא זעקס אידן, איינער רופט זיך אן היינט גייט שוין נישט זיין קיין מנין עטליכע בחורים זענען אוועקגעפארן, שוין האבן מיר אפגעדאווענט אינאיינעם,

מען ענדיגט מנחה און די טיר עפענט זיך אויף, א פארשוין קומט אריין זאגן אז ער האלט אינמיטן שטודירן אידישקייט, און ער וויל וויסן פארשידענע זאכן...

איך האב געכאפט א שמועס דארט מיט א איד וואס קומט פון אמעריקא, זאגט ער מיר אז ער איז היינט געווען ביי ביידע אינזלן סיי אין מאראנא און אויך אין באראנא, ער זאגט מיר אז ער האט געגעבן א קוק ווי מען מאכט גלאז און געשווימען ווייטער.... אמעריקאנע בליט... אפילו ביי וויקאציע אטעמען זיי שנעל...

מ'האב מיר גע'מנחה'עט גע'לערנט און גע'מעריב'עט, און מיר לאזן זיך ארויס אויפן וועג צום דירה'לע, אזוי גייענדיג (ליין 6:00 אווענט) זענען מיר אריבער א קרעטשמע (טרינק הויז), און דער עולם טרינק אין גרויסן ווי כאיל ס'איז צוועלף דרייסיג באנאכט... אה, פארגעסן אז דא אין ווינעציע ווערט נאכט 5:30...

כ'קום אן צום הייזיקע גיי מיר עסן נאכטמאל. ארויס מיט די קענטעינער'ס, דאבל רעפט אריין אינעם מייקראעיוו...

ס'איז שוין 8:30 אפ געגעסן, און איך טראכט צו מיר, ווייל דער גוי גייט שלאפן פרי בין איך שילדיג... מע'גיימיר אויף א שפאציר,

איך גיי ארויס, ס'איז שא שטיל די לאדענס זענען פארמאכט, מען קען הערן יעדע טריט פון מיר, איך שפאציר אזוי ביי די זייט פון די וואסער ווען פליצלינג....

זעץ איך מיר אראפ אין די זייט, און איך טראכט צו מיר, פארוואס בין איך אנגעקומען דא בכלל, די לעצטע פאר וואכן קומען מיר ארויף אינגאנצן צומישט, איך פורביר צו מאכן סדר.

אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווען איך האב געדארפט צוליב לאגאלע סיבות באקומען א סטעמפ אין מיין פאספארט...

געדאנקן ווי צו פארן זענען ארויף און אראפ פונעם טיש.. ביז מען איז אנגעקמען צו ווינעציע,

אויף מיין פראגע וואס איז ווינעציע ענטפערט זיי מיר א שטאט אויפן וואסער, נישט שלעכט טראכט איך צו מיר, בסך הכל דארף איך א סטעמפ אויף מיין פאספארט....

איך האב גערופן איינער וואס ערלעידיגט וויקאציע'ס פאר מענטשן, פון די טיקעטס ביז די אכסניה, פלאס טשעק אין, אזוי איך זאל אנקומען ווי א מלך..

יענער זאגט מיר, ס'איז דא דארט א פליישיגע רעסטעראנט מיט א מילכיגע וואס ביידע האבן די הכשר פונעם לאקאלע חב"ד רב, אויך איז דא א בעקעריי וואס טראגט א אנדערע הכשר.

בין איך געגאנגען פרעגן א באקאנטער וואס איז א משגיח פאר OU אין אייראפע, נישט אז איך עס OU פלייש אדער מילך, איך האב געוואלט וויסן זיין חוות דעת..

זאגט ער מיר אז ער עסט נישט א הכשר פון א רב וואס ער קען נישט, אפילו OU זאגט ער מיר עסט ער נישט אלעס.

גיי מיר איינפאקן עסן, מ'האב מיר זיך געשטעלט אפקאכן נאכטמאל פאר א וואך, נישט אויף איין מאל נאר במשך די קומעדיגע וואך האט מען יעדן טאג געקאכט א דאפעלטע נאכטמאל, און האלב איז אריין אין קענטעינערס און פריזער.

איך בין אריבער צום גראסערי און איינגע'האנדל'ט סנעקס, סיריאל, ביסקיטס, יאגערט, מילך, טשיפס, טשאקלעד, ספרעטס, בקיצור אלעס וואס מען קען דארפן פאר א וואך...

אויך האב איך מיר איינגע'האנדל'ט בעקעלעך מיט א בלעך צו קען אנווארמען אויפן גאז, ווי אויך מייקראעיוו בעק'ס צו קענען אנווארמען די עסן, אויך האב איך געקויפט א קליינע אייזענע קעטל (קעסל) צו קענען מאכן קאווע אויפן בלעך...

בקיצור איך האב א אנגפאקטע פריזער/פרידזש/שאפע מיט עסן, די פליגער איז זונטאג אינדערפרי, מ'גיימיר זיך פאקן מוצ"ש אי"ה.

ס'איז מוצ"ש שפעט באנאכט, ביז עטליכע שעה פארן מיר שוין ארויס, די בארדינג פאס איז שוין געפרינט. גיי מיר זיך פאקן.

איז אזוי איך האב באצאלט פאר א צוואנציג קולא (44 פונט) רענצל, ווייל פאר א וואך דארף עס זיין גענוג... אויך מעג איך האבן צוויי קליינע זעקלעך... מיט א באגי (קעריטש) פאר די בעיבי, און א קליינע זעקל פאר די בעבי'ס וועש.

איך גיי ענק נישט אויפהאלטן דא פאר צוויי שעה ווי לאנג ס'האט גענומען צו פאקן די רענצל, אבער אזוי פיל וועל איך יא זאגן אז די רענצל איז געווען צוואציג קולא, די קליינע זעקלעך איז געווען איינס אכט קולא און די אנדערע דרייצן קולא, און איך האב געדארפט שלעפן די זעקלעך אן ציען אויפמערקזאמקייט, אויס מורא אז זיי וועלן צו בעטן נאך געלט... וואס פארשטייען די אמעריקנע צו די לאנדענע תאווה פון ארבעטן שווער צו שפארן א פונט...

פארשטייט זיך אליינס אז רוב זאכן וואס מען האט איינגעקויפט זענען געבליבן אינדערהיים מען האט בלויז איינגעפאקט די מינומים, בגדים, פרישטאג און נאכטמאל מיט בעקעלעך און מייקראיוו בעג'ס...

למעשה נאכן אנקומען האט זיך ארויס געשטעלט אז די גאז ארבעט מיט מעגענעט, סא מען האט נאר געקענט ניצן די אויוון מיט דאבל רעפט קאנטעינער'ס, די שווערסטע איז לכאורה געווען אנצוווארמען די וואסער אינדערפרי פאר די קאווע....

ווי בין איך דא איינער רופט מיר..

קאווע דו ווילסט צוריק קומען צו די דירה אדער דו פלאנסט צו שלאפן דא נעבן די וואסער??

א גוטע נאכט..

יום ג'
מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרתה בי נשמתי..

דא אין וויניציע באקום איך שוין צוריק מיין נשמה אזוי פרי ווי זיבענע...

איך נעם ארויס די קענטינער פון די נעכטיגע זיפ, איך פיל עס אן מיט וואסער, כ'לייג עס אריין אין צוויי מייקראיוו זעקלעך איינס אינעם צווייטן, אריין אינעם מייקראיוו פאר זעקס מינוט, דערנאך מאך איך צוויי קאווע'ס, מיט גאלד קאווע און חרידי מילך וואס מהאב מיר מיט געברענגט..

דערנאך לאז איך מיר ארויס אויפן וועג צום בית חב"ד, היינט קען איך שוין די וועג גאנץ גוט, אזוי גייענדיג באמערק איך א שיף אנגעלאודענט מיט באקסעס, ס'קוקט אויס ווי ער מאכט דעליוועריס (זעה בילד בייגעלייגט שפעטער)

שפאציר איך אזוי אביסל ווייטער, זעה איך א קליינע צימער מיט לאקערס, ס'קוקט אויס אינטערסאנט גיי איך אריין, זעה איך אז פאר עטליכע יורא קען מען איינשפארן רענצלעך פאר א פאר שעה, פיין דאס וועט מיר שוין צוניצט קומען דארנשטאג, ווייל איך דארף עלף אינדערפרי זיין אינדרויסן פון מיין דירה און מיין פליגער איז הערשט באנאכט,

גיי מיר אזוי ווייטער ביז איך קום שוין אן צום מקוה, וואס איז ביי די עק פון די סקווער נעבן די גרויסע מנורה, איך עפען אויף די דלת, און ס'ווערט מיר גוט.. ס'זיצט דארט א אינגערמאן אויפן באנק און דרייט זיך די פאות ווי כאילו ער זאל זיצן צווישן א באנדע מקוה קוועטשערס.. די טעלעפאון און די האנט ווארשיינדליך הערט ער יעצט קול מבשר....

ער גרוסט מיר גוט מארגן פון ווי קומט א איד, איך קום פון לאנדאן, און איר, ער קומט פון בארא פארק זאגט ער מיר. שוין אז איך האב אים שוין דא פרעג איך אים, צו ער האט נישט מורא געהאט אריינצוגיין אין די מקוה, ער געט מיר אזא קוק אן פרעגנדיג וואס איז דא מורא צו האבן, דארפסט אויף הייבן די דעקל, גיי נאר אויף די האלץ ווייל די אנדערע חלק איז זייער טיעף, זעץ דיר אריין אויף די האלץ און בייג אריין דיין קאפ...

קיין סאך טבילות קען מען אזוי נישט מאכן....

שוין אפגעטובלט גיי מיר צום ביהמ'ד, איך מאך מיר נאך א קאווע, דאס מאל מיט פאריזע שטויב ברעקלך און מילך וואס דארף נישט קיין פרידזש, די מילך וואס מען קען טרעפן אין גאנץ יוראפ, ס'האט אייביג א פארשימלטע טעם...

אקעי סא אונז האב מיר דא מיך מיט דער ב'פ אינגערמאן, אויך די סקווערע אינגערמאן וואס איז געווען נעכטען אין ביידע אינזלען, שפעטער איז דא א אינגערמאן פון ק'י האלט מען ביי פיר, נאכדעם איז דא דער פאריזע אורח וואס קען נאר פרענטש.. מיט פינעף חבדסקע בוחרים, האט מען גענוי צעהן אידן,

די דאווענען איז געפארן געשמירט, נאכן דאווענען האבן זיי אריבער געברענגט פיצע צו מאכן א לחיים, ס'האט מיר דערמאנט די ישיבה יארן, כ'וועל נישט זאגן פארוואס....

נאכן דאווענען זאגט מיר די סקווערע אינגערמאן אז ער פארט שוין היינט אהיים, ער גייט שוין נישט זיין ביי מנחה, טראכט איך צו מיר אויב ביי שחרית איז דא קארגע צעהן אידן און איינס פארט אוועק, וועט שוין קיין מנין מנחה נישט זיין היינט.
.
איך גיי צוריק צו מיין דירה, מע פת שחרית'ט אביסל און מ'לאז מיר זיך ארויס אויפן וועג.

היינט גיי מיר צו באראנא, ס'איז אביסל א ווייטערע וועג, מען דארף ווארטן אביסל פאר א שיף.

ענדליך קומט אן א שיף, ס'קומט א האלבע שעה'יגע רייזע, איך זעץ מיר אויפן דעק מיטן קעמרע אויסגעדרייט צום וואסער, ווען מיט אמאל זעה איך א שיף זייער ווייט אוועק פארט זייער שנעל, איך זום אריין אינעם שיף, זעה איך אז ס'איז א הצלה שיף איך טראכט צו מיר, שטעל דיר פאר א מענטש פאלט צוזאם אין וויניציע, קיין קאר'ס איז דאך נישט דא צום געפינען קומט צו רייסן א הצלה שיף, איך האף אז מען קען אזוי איבערלעבן..

אזוי פארענדיג מאכט מען אויך א סטאפ'א אין מאראנא, איך בין שוין דארט געווען נעכטען, היינט גיי מיר צו באראנא,

איך שטיי אין טראכט צו מיר וואס איז פשט אז צוויי אינזלען הייסן אזוי ענדליך, א גאסט קען זיך דאך אויסמישן פון די צוויי..

שטעל דיך פאר ווען בארא פארק זאל ווען הייסן ביליאמסבורג, מען וואלט אפגעשטעל איינעם פרעגן דו פארסט צו ווילאמסבורג אדער ביליאמסבורג, מען קען דאך צומישט ווערן....
ווען קרית יואל זאל ווען הייסן באנסי.. דו פארסט צו מאנסי אדער באנסי... אזוי האב איך געשפירט דארט, מאראנא אדער באראנא....

ענדליך זעהט מען שוין די קאלערדיגע הייזער, פון די ווייטענס

לאמיר נאר מסביר זיין די חשיבות פון די אינזלען, מאראנא ווי אינז האבן שוין געשריבן און די פריעדיגע חלקים באשטייט פון אסאך פארבריקן וואס מאכן גלאז, ווידערום באראנא האט צוויי זאכן צו פארקויפן, איינס אלע הייזער זענען א אנדערע קאליר, אבער נישט סתם, נאר שרייעדיגע קאלערס דעס מאכט די אינזל אינטערסאנט,

די צווייטע זאך איז לעיז פארבריקן ווי מען מאכט לעיז פאר טישטיכער אויף מוראדיגע א ארגינעלע וועג..

בקיצור אינז גייען אראפ פונעם שיף, און ווי גייט מען, איך שפאציר אביסל ארום, און איך באמערק גלייך אז אנדערש ווי די אינזל וואס אונז האבן נעכטען באזיכט ווי מען האט געקענט וואקן פאר שעהן,

און אינז האבן זיך אפילו אינמיטן פארלוירן (פארגעסן צו שרייבן דערוועגן)
די מעשה איז געווען אז אינז זענען ארום זיכן פאר פארבריקן, און אזוי האבן מיר געגאנגען ווייטער און ווייטער צווישן הייזער, איך האב געוויסט אז אויב קום איך אן צו א וואסער בין איך מסודר, ווייל פון דארט קען מען כאפן א שיף, אבער דא האבן מיר זיך געטראפן פארלוירן צווישן הויכע בנינים אן א זכר פון וואסער, ענדליך האב איך געטראפן א באנק צו זיצן, אזוי זיצנדיג איז א גוי אריבער, האבן מיר אים געפרעגט ווי אזוי אנצוקומען צו די וואסער און ער האט אינז אנגעוויזן)

אנדערש איז אבער די אינזל אז ווי מען גייט טרעפט מען זיך צוריק ביי די וואסער ס'קוקט אויס ווי גאנץ א קליין אינזל, ענדליך זעה איך א געשעפט וואס פארקויפט אלע סארט לעיז טישטיכער, זענען מיר אריין און געפרעגט ווי ס'איז דא א פארבריק וואס מאכן די לעיז סחורה'ס, האבן זיי מיר אנגעצייכענט אויף א בנין, בין איך אהין געגאנגען,

זיי בעטן צעהן יורא איינטריט געלט..
איך באצאל און אריין, אבער גאנץ שנעל האב איך באמערקט אז דו בנין איז א מאוזיעם וואס צייגט ווי אזוי מען פלעגט נייען סחורה'ס יארן צוריק... גלייך האב איך געניצט די ביה'כ דארט פשוט צו אויסניצן די געלט...

דערנאך בין איך ארויס.. איך האב געפרעגט עטליכע ווי ס'איז דא פארבריקן וואס נייען די סחורה'ס אבער אלע האבן גענטפערט אז ס'איז מער נישט דא דארט פארבריקן. (אויב איינער דא האט יא געטראפן דארט סחורה פארבריקן זאל ביטע אויסקלארן)

אז נישט פארבריקן דאן לאז מיר זעהן וואס נאך די אינזל פארקויפט, קאלערדיגע הייזער יא, איך האב ארומשפאצירט געכאפט בילדער און זיך אויפגעפירט ווי א טיפישע טוריסט.. מיט אמאל זעה איך א שיינע רויטע הויז מיט א אפגעריבענע טיר

האב איך געטראכט צו מיר דא וואלט געווען די פאסיגסטע פלאץ צו נעמען א בילד פון מיין אינגעלע, חושב ועושה, איך זעץ אים אראפ אויפן סטעפ פונעם טיר, אונז שטעלן זיך אוועק כאפן א בילד, און איך זעה ווי אסאך טוריסטן שטעלן זיך אפ מיטהאלטן ווי אונז נעמען די בילד, זעה זיך אויס אז די אינזל האט טאקע גארנישט אינטערסאנט...

אבער מיט אמאל געהט מיין אינגעלע א פאל אראפ מיט קאפ פאראויס, זיך נעמענדיג קוויטשענען, אבער איך האב געהערט א שטערקערע קוויטש, איך דריי מיר אויס זעה איך ווי די גאנצע גרופע טוריסטן וואס זענען געשטאנען אינטער מיר, קוקן מיר אן ווי די ערגסטע טאטע...

איך בין גלייך צוגעלאפן, אויף געהויבן מיין אינגעל און בארואיגט, ב'ה אז ער האט נישט געכאפט קיין ערנסטע קלאפ ווייל איך בין נישט געווען אין די גיסטע פון אויספורבירן די הצלה שיף....

גיי מיר צוריק צום שיף סטאנציע, נישט איידער איך האב איינגעהנדל'ט א מעגענט צו געדענקן אז איך האב דא באזיכט...

אזוי אנקומענדיג, באמערק איך אז מען קען נעמען צוויי שיפן, איינס וואס טראגט צוריק פון ווי מיר זענען געקומען, די אנדערע איז די שיף וואס האט אונז אהער געברענגט מאכט נאך א סטאפ ביי א ווייטערע אינזל, גלייך האב איך געטראכט מען גיי מיר אהין אויסטשעקן יענע אינזל, וואס קען שוין זיין און ערגסטן פאל נעם איך א שיף צוריק...

איך וויל ארויפגיין אבער די מאטראזן זאגן מיר, די שיף פארט נישט נישט צו ווינעציע, ס'פארט צו א אנדערע אינזל, גלייך האב איך געטראכט צו מיר, עפעס באהאלט מען אין יענע אינזל..

ענטפער איך זיי, אבער איך וויל יא פארן צו יענע אינזל, אקעי זיי לאזן מיר ארויף, מען פארט פאר עטליכע מינוט און מען אנקערט ביי א אינזל, יעדער גייט אראפ, און די שיף דרייט זיך אויס און ס'פילט זיך אן מיט מענטשן וואס ווילן צוריק פארן צו ווינעציע.

איך געב א קוק און איך זעה אז די נעקסטע שיף גייט קומען און בערך א דריי פערטל שעה, פיין וועלן מיר ארומשפאצירן אביסל און צוריק קומען.

איך גיי ארויף אויפן אינזל און איך זעה א זאך וואס איך האב שוין נישט געזעהן זייט איך בין אנגעקומען און ווינעציע...



א פארקינג לאט פול מיט קאר'ן, אינדערמיט שטייט א בנין ווי מען קען דארט באצאלן צו פארקן די קאר, גיי איך אביסל ווייטער זעה איך א גרויסע מאוטער וועי (הייוועי) מען קען דארט נעמען א באס אדער טעקסי צו אנדערע שטעט פון איטאליע, ווי אויך קען מען דארט פארקן די קאר פאר די וואס קומען צו ווינעציע מיט א קאר...

א חוץ קאר'ן שאסייען און באסעס מיט א פארקינג לאט איז גארנישט דא דארט...

איך האב אנדעקט א אינזל, איבריג צו זאגן אז איך האב אויסגעווארט פאר די נעקסטע שיף זאל מיר צוריקנעמען צו ווינעציע....

דאס מאל בין איך יא אריין אינעם שיף, ווייל איך בין געווען אזוי קאלט, פון ווארטן אזוי לאנג פאר א שיף..

אונז זעמיר צוריק אין ווינעציע, איך יאג מיר צום בית חב'ד, אבער דאס מאל ווער איך סופרייזט ס'איז דא א ברייטע מנין, דער צווייטע שליח חב'ד אדער ווי מען רופט אים די מגיד שיעור פון די בחורים, איז דא צוריק און אלע בוחרים זענען אין ביהמ'ד, ס'איז פארגעקומען א שיעור צווישן מנחה מעריב און מען זעמיר געגאנגען עסן נאכטמאל...

נאך נאכטמאל האב איך געטראכט היינט גייט מען פארברענגן אויפן וואסער, מיר זענען אראפ צום הויפט שאסיי ווי מען קען נעמען שיפן אהין און צוריק, אונז האבן באשלאסן ארויף צו גיין אויפן נעקסטע שיף אן וויסן ווי ס'פארט...

אונז וועלן שוין נעמען א שיף נאכדעם צוריק...

א שיף קומט אן אונז גייען ארויף און ער נעמט זיך פארן, נאך עטליכע מינוט קומט ער אן צו די גרויסע וואסער און ער פארט אריין אינעם ים הגדול... ס'איז מיר נישט גוט געווארן...

אזוי ווי ס'איז געווען שטאק פינסטער האב איך געקענט זעהן פון זייער ווייט א הייוועי וואס קאר'ן פארן דעראויף... איך האב שוין אנגעפאנגען טראכטן פון ווארטן נאך א דריי פערטל שעה פאר א שיף צוריק..

אבער ענדליך נאך אפאר לאנגע מינוטן איז די שיף געקומען צו אן אפשטעל ביי א סטאנציע, איך קוק ארויס זעה איך אז די סטאנציע איז נישט מער און נישט ווייניגער מאדאנא די לארוטא... אינטער פינעף מינוט פון מיין אכסניה, שטעלט זיך אויס אז די שיף איז ארומגעפארן ארום גאנץ ווינעציע, אנצוקומען צו מיין סטאנציע,

איך האב נאך געטראכט צו איך זאל נעמען א שיף צוריק צום הויפט שאסיי און צוריק גיין די גאנצע וועג ביז מיין אכסניה צו פיס אדער איך זאל צו גיין גלייך פון דא צו מיין אכסניה....


יום ד' מיטוואך אינדערפרי,

איך בין אויפגעשטאנען אביסל שפעט, שנעל געוואשן נעגל וואסער, און די גאנצע פלאר איז נאס געווארן...

די מעשה איז געווען אזוי, ווען איך בין געגאנגען איינהאנדלן אלעס פאר די וועג, האב איך געטראכט צו מיר אז איך דארף מיטנעמען א טעפל און שיסל פאר נעגל וואסער, יעצט די שיסל וואס איך האב אינדערהיים איז א גרויסע שלום בית שיסל, ס'וועט אויפנעמען די גאנצע רענצל, גיי מיר קויפן עפעס קלענער..

איינער האט מיר געזאגט אז ס'איז דא צוזאם לייג נעגל וואסער שיסלעך פון א אידישע קאמפעני, יעצט גיי רוף אן אלע געשעפטן אין לאנדאן בלויז צו הערן אז זיי פארקויפן עס נישט...

א איד געט זיך אן עצה.. איך בין אריין אין א גוישע געשעפט און איך האב מיר אנגעהאנדלט צוויי צוזאם לייג שיסלעך א גרעסער מיט א קלענערע, איינס איז געמאכט צו לייגן עסן פאר די הינט און איינס איז געמאכט צו לייגן טרינקן פאר די הינט, אזוי האב איך געטראכט האב איך א טעפל מיט א שיסל....

למעשה יעדע מאל וואס איך האב געוואלט וואשן די הענט האט זיך עס צוזאם געלייגט... איך האף אז די צוזאמלייג נעגל וואסער שיסל פון די אידישע קאמפעני איז בעסער...

גיי מיר מאכן א קאווע... איך לייג אריין די קענטעינער וואסער דאבל רעפט אין מייקראוויוו, אבער איך האב נישט געקענט אויסווארטן ביז ס'ווערט הייס וויבאלד שחרית ביי חב"ד איז אכט דרייסיג, און יעצט האלט מען שוין צוואנציג נאך אכט..

שוין האב איך געטרינקן א קאלטע קאווע און זיך ארויסגעלאזט צום בית חב"ד, איך קום אן זעה איך ווי דער בארא פארק'ע אינגערמאן טרינקט שוין א קאווע נאך די מקוה, ווייסט איין באשעפער פארוואס איך האב וויכטיג געדארפט טריקן א קאלטע קאווע אינעם דירה...

דער פאריזער וואס רעדט נאר פרענטש דרייט שוין ארויף טוטפות, דער קרית יואל'ע אינגערמאן שטייט אינדרויסן מיטן בני בית און זיי טרינקן קאווע'ס, לאז מיר זיך נאך אמאל רעגן פאר די קאלטע קאווע ביי מיר אין דירה...

נאך צוויי חבדסקע בחורים זיצן מיט זייער כלים, האב מיר א סך הכל זעקס מתפללים, ס'איז שוין 8:45 איך פרעג דער עולם אויב איך קען נאך כאפן א מקוה, איך וועל עס מאכן שנעל..

איך לויף אריבער צום עק פון די סקווער, א טאנץ אריין אין מקוה, אהההההההההההה.... איך בין געקומען צום טעם..... אז דער עולם ווארט וועל איך מיר ווייקן אביסל....

איך רייס צוריק צום שטיבל, די פאות נאכנישט אויסגעקעמט, די רעקל ליגט אזוי נאר אויף איין ארעם... און איך זעה ווי דער פאריזער טרעט שוין אויס שמונה עשרה, ער ווייסט נישט קיין מעשות 9:00 טרעט ער אויס, נישט קיין חילוק צו ס'איז יא דא מנין צו נישט...

איך געב מיר א קוק אום זעה איך אז ווען איך בין געווען אין מקוה זענען שוין אנגעקומען נאך דריי אידן, יעצט דארף מען בלויז א צעהנטער... מען הייבט אן רופן וועם מען קען נאר, איינער גייט ארויס פרעגן אלע גוים אויב איינער וויל זיך מגייר זיין...

למעשה זעהן מיר ווער דער פאריזער טוט שוין אויס די תפילין, באשעפער שיק אינז א צעהנטער פאר ער גייט.

דער פאריזער ווי כאילו ער כאפט נישט וואס דא גייט פאר, באגריסט שיין א גוטן טאג פאר יעדעם איינעם און ער גייט ארויס, ווען מיט אים גייט שוין מיט נאך א איד, איז געבליבן בלויז זיבן אידן.

איינע פון די חב"ד בוחרים דרייט זיך אויס צו אונז און ער זאגט די ווערטער, "היינט גייט שוין נישט זיין קיין מנין" באין ברירה האבן מיר זיך געשטעלט דאווענען בידידות.

נאכן דאווענען רופט זיך אן דער בארא פארק'ע אינגערמאן צו איינע פון די בחורים, מארגן איז דאך ראש חודש, איך גיי דיר געבן מארגן הונדערט דאללער אויב דו מאכסט זיכער אז דיינע אלע חבירים קומעון צום דאווענען און אינז האבן מנין. פיין! געשעפט איז געשעפט וועל מיר זעהן מארגן וואס וועט זיין..

גענדיקט דאווענען, האבן מיר געגעסן אביסל פת שחרית, און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג, היינט גייען מיר באזוכן אביסל לאקאל אין ווינעציע, די ערשטע גייען מיר גיין צו די בריק וואס האט געשעפטען אויף זיך, איינער זאגט מיר אז ס'איז די עלצטע בריק אין ווינעציע.

גאנץ ווינעציע איז פול מיט בריקן, ווייל מען דארף דאך קענען אריבער גיין פון איין זייט גאס צום צווייטען, די בריקן זענען בדרך כלל טרעפ ארויף פון איין זייט און טרעפ אראפ פון די צווייטע זייט און דערמיט איז דא אפשר אפאר פיס וואס איז גלייך,

די חשבון איז אז שיפן זאלן קענען אריבער פארן אינטער די בריקן, סא ווי ברייטער די וואסער איז אלץ העכער גייט די בריק מיט נאך מער טרעפ ארויף און אראפ, אזוי אז העכערע שיפן זאלן קענען אריבערפארן.

אבער די בריק איז שוין עפעס ספעציעל, ס'איז גאנץ א ברייטע בריק, און ס'גייט זייער הויך, און די גאנצע וועג ארויף און אראפ די טרעפ איז דא געשפטען ביי די צוויי זייטן וואס פארקויפן אלע סארט גלאז פון מאראנא..

גיי מיר צום שיף סטאנציע, ארויף אויפן שיף ס'איז נאר דריי סטאנציע'ס אוועק, ענדליך מיר זענען אנגעקומען, אבער איך זעה עפעס מער אינטערסאנט, איך זעה א גרויסע בנין, לאז מיר אריינגיין.

איך זעה גלייך ווי ס'שטייט א סיין, נעם די לופט (עלוועיטער) צו גיין אויפן דאך ווי איר וועט קענען זעהן די גאנצע ארום פון דערהייך, געגאנגען,

אבער איך קום אן אויבן זעה איך ווי א גוי שטייט דארט, און ער בעט יעדן צו ווייזן די רעגעסטראציע, גיי איך צו אים און איך פרעג וויפיל ס'קאסט, זאגט ער אז ס'איז בחינם, זאג איך אים סא לאז מיר גיין זאגט ער, אבער איר דארפט זיך איינשרייבן קודם, סא שרייב מיר איין זאג איך אים, ער קען נישט איינשרייבן.

נישט איז נישט, ס'איז נישט באשערט געווען, מיר נעמען די לופט (עלוועיטער) צוריק אראפ, אבער די ליפט געט א סטאפ בטעות אויפן צווייטע שטאק, און איך זעה א סיין קאסטעמער סערוויס, גיי איך שנעל ארויס און איך פרעג איינעם דארט צו ער קען מיר איינשרייבן, נישט קיין פראבלעם, ס'איז דא צוויי סלאט'ס פאר מארגן צוועלף מיטאג פאר ענק, וואס איז דיין נאמען אימעל אדרעס, געשיקט, גייסט דארפן מיטנעמען די קאנפערמעישן מארגן ווען דו קומסט, ווי טרעפט מען א קיאסק און ווינעציע? די באשעפער וועט שוין העלפען.

גיי מיר צוריק אראפ, זעה איך א געשעפט וואס פארקויפט אינטערסאנטע צירינג, גיי מיר פרעגן וויפיל קאסט די רינגל, עפעס א שטיקל זילבער אדער גאלט וואס קוקט אויס ווי א צובראכענע שרויף.. נייצן טויזענט יורא.. משוגע איז נישט די ווארט..

לאז מיר צוריק גיין צום בריק, איך גיי אריין אין איין געשעפט נאכן צווייטן, אסאך אינטערעסאנטע גלעזלעך ווערן דארט פארקויפט, האבן מיר זיך איינגעהאנדלט א בלימען וואזע (וואס קאסט מיר יעדע וואך בלומען...) זעה בילד שפעטער..

אזוי שלעפ איך מיר ארויף אלע טרעפ מיטן קעריטש אינאיינעם ביז אויבן, איך קום אן אויבן קומט צו א גוי צו אונז, און ער שטרעקט אויס א בינטעל רויטע רויזן צו האלטן, און ער זאגט אז ער וועט נעמען א בילד פון אונז, פארשטייט זיך פאר אפאר יורא אפצאל....

גיי מיר אראפ פונעם בריק פון די אנדערע זייט, טרעף איך מיר אין א גרויסע מארק פול מיט געשעפטן, אזוי שפאצירנדיג זעה איך א געשעפט וואס פארקויפט אלע סארט בעקריי פארשטעלאכטס, זיצט דארט א גוי און נייעט אריין וואס דו ווילסט שרייבן אויף די בעקער שירצל,

איך האב גלייך גענומען א בעקער שירצל אנפורבירט אויף מיין אינגעלע, און געגעבן פארן מחט'דיסט בעטנדיג אריינצונייען די ווערטער קאווע אן ציקער'ס בעקריי, זאגט ער מיר אז ס'איז אים זייער שווער צו נייען אין אידיש ווי באלד ער נייעט איין לאנגע ווארט, שוין האב איך אים געזאגט עס צו נייען אין ענגליש... ב"ה מיין אינגעל האט גענוצט די פארשטעלכטס פורים, און קיינער האט אים נישט דערקענט....

גייען מיר ווייטער, זעה איך ווי מען קען דינגען א גראנדאולע שיף (א גראנדאולע שיף איז א קעניגליכע שיף וואס מען פלעגט אמאל ניצן פאר די קעינג, זעה בילד שפעטער), וויפיל קאסט עס פרעג איך, ניינציג יורא פאר דרייסיג מינוט, באשעפער און הימל טראכט איך צו מיר, כולל געהאלט פון א גאנצע וואך פאר א האלבע שעה הנאה? איך שפאציר אוועק פון דארט אבער די חברה לויפן מיר נאך, אינז וועלן עס מאכן פאר דיר פאר בלויז אכציג יורא, ניין זאג איך, קאווע פאלט נישט פאר די זאכן... אבער נאכן אהיימקומען ווען די רייניגערן האט געהערט אז אינז זענען געווען אין ווינעציע און איר ערשטע שאלה איז געווען ענק, זענען געפארן מיט א גראנדאולע שיף, האב איך שוין פארשטאנען אז איך האב יא עפעס פארפאסט...

אה, איך זעה דארט א שיף סטאנציע, איי וואנט טא גאו טא די פאלאץ..

ענדליך אינז קומען אן, זאגט אינז דער טיקעט באמטער, אז מען קען קויפן א טיקעט מיט וואס מען קען באזוכן די אלטע פאלאץ פלאס פיר מוזיאם'ס, סווייפ די קארטל און לאז מיר גיין ווייטער..

די ערשטע גייט מען צום פאלאץ, אבער קודם דארף מען איבערלאזן אלע פעקלעך ביים וועכטער, אזוי ווי אינז האבן א קינד מיט א באגי (וועגלע) {קעריטש} גייט מען אינז ארויפנעמען מיט די לופט (עלעוועיטער), נאר היות ס'איז א אלטע פאלאץ אסאך פאר ס'איז געווען עלעוועיטער'ס, זענען די עלעוועיטער'ס באהאלטן און פארשפארט אינטער שלאס און ריגל...

ביי יעדע שטאק האבן מיר געהאט איינער וואס האט אינז באגלייט און צוגעוויזן ווי מען נעמט די עלעוועיטער ווייטער, אזוי ווי זיי האבן נישט געלאזט נעמען בילדער פון די פאלאץ, געדענק איך נישט גענוי וואס מען האט געזעהן דארט....... אזוי פיל געדענק איך אז די ווענט און דאך זענען געווען פיל מיט מאלערייען וואס איז געמאלן געווארן הונדערטער יאר צוריק, נאר היות איך האב געדארפט ניצן די עלעוועיטער האבן זיי מיר גענומען אדורך פארשפארטע חלקים, ווי איך האב געקענט זעהן ווי די ארבעטער פעינטן איבער די היסטארישע מאלערייען....

פארשטייצעך אז האבנדיג א באגלייטער וואס האט אונז געטראגן פון איין עלוועיטער צום צווייטען, האבן מיר זיך זייער שנעל געטראפן אינדרויסן.. אזוי ארויסקומענדיג האב איך באמערקט איין חלק ווי מען האט אינז נישט גענומען וויבאלד מען קען נישט גיין דארט מיט א באגי.

אבער איך בין נישט מוותר, איך וועל מיר שוין א עצה געבן.. איך בין אריין דארט און זיך געשלעפט דריי שטאק אראפ און ארויף מיטן באגי, אין די בנין ווי ס'פלעגט זיין די תפיסה, דארט האט מען שוין יא געמעגט נעמען בילדער, זעה די בילדער שפעטער.

נאכן זיך דרייען אין די תפיסה פאר א שעה אדער צוויי, האב איך ענדליך געטראפן צוריק די וועג ארויס, מיינע הענט האבן אזוי וויי געטון פון דרייען די באגי אויף די שמעלע דורכגענג ווי די וועכטער פלעגן זיך דרייען, אזש איך האב מיר אנגעפאנגן פרייען אז מארגן פארט מען שין אהיים, איך וועל מיר קענען אביסל אפרוען פון די וויקאציע....

אזוי ארויסקומענדיג, בין איך געגאנגען צום וועכטער אפנעמען מיינע געפעק, און זיך געיאגט צו די מאוזיעם, אבער אנקומענדיג האט מען אינז אפגעהאלטן זאגענדיג אז מען קען נאר אריינגיין ביז צוויי שעה פארן פארמאכן, און אינז זענען געקומען איין מינוט צו שפעט, ס'האט נישט געהאלפן קיין טענות אז איך האב שוין באצאלט, קענסט קומען מארגן זאגט ער אינז, אבער מארגן פלאן איך צו גיין באזוכן די אידישע שולן, און מיין פליגער איז שוין זעקסע.

נישט באשערט, לאז מיר נעמען א שיף צוריק אפשר וועלן מיר נאך כאפן די שולן היינט, אנקומענדיג מיטן שיף צוריק האבן מיר געטראפן א קרוב משפחה פון אמעריקא וואס איז פונקט אויך געווען דאן אין ווינעציע, זענען מיר שוין געבליבן אזוי שטיין אויפן בארטן שמועסענדיג פאר קרוב צו א שעה, בשעת די בעיבי פארט אריבער פון איין האנט צום צווייטן,

די שמועס האט זיך גענדיקט ווען מיר האבן זיך געכאפט אז מען דארף זיך יאגן צו כאפן מנחה מעריב ביי חב"ד, נאך מעריב האב איך באקומען א טעקס פון דער וואס האט ערלעידיגט די וויקאציע, אז ער האט מיר איינגעטשעקט פאר מיין מארגנדיגע פלייט און געשיקט די באורדינג פאס'עס צו מיין אימעל, יעצט דארף איך שוין זיכער טרעפן א קיאסק פאר צוויי סיבות, איינס צו פרינטן די אפינטעמענט אויפן דאך און די צווייטע סיבה צו פרינטן די באודינג פאס'עס.

זענען מיר צוריק צום דירה, עסן נאכטמאל און זיך צולייגן אביסל, אבער מיין אינגל האט נישט אויפגעהערט צו וויינען, ער האט געפלאקערט פון פיבער, שטעלט זיך אויס אז ווען מיר זענען געשטאנען אויפן בארטן, און געוויזן ווי זיס מיין בעיבי קוקט אויס, האט ער זיך פארקילט.

וואס טוט מען, איך זאג פארן בני בית די פורביר אים צו איינשלעפן, איך גיי זיכן אביסל מאטרין אדער קאלפאל, איך בין ארויס אויפן יאגעט, אלע פארמעסיס זענען שוין געווען פארמאכט, בין איך געגאנגן צום גרויסע מארק, און געזיכט פון געשעפט צו געשעפט, נאכן מסביר זיין וואס איך זיך האבן אלע געוויזן אז זיי האבן נישט...

ביז איך בין אנגעקומען צום טרעין סטעישאן, דארט איז געווען ריזיגע געשעפטן, האב איך געטראכט דא וועל איך זיכער קענען טרעפן עפעס פאר מיין בעיבי, אזוי בין איך אריבער פון איינעם צום צווייטען, ביז איך האב שוין געטראפן איין גוי וואס האט מיר שוין יא געוואלט העלפען, ער הערט מיר אזוי אויס דערנאך זאגט ער מיר אז דאס גיי איך נאר קענען טרעפן אין א פארמעסי און אלע פארמעסיס זענען פארמאכט דא באנאכט סא קענסט קומען מארגן גלייך אינדערפרי..

באין ברירה בין איך צוריקגעגאנגען צו מיין דירה און א גאנצע נאכט האט מען זיך איינגעטיילט ווער ס'שטייט נעבן די בעיבי, זיכער מאכן אז ער איז בסדר, טאקע זייט די מעשה נעם איך אייביג מיט עפעס פאר מיין בעיבי על כל צרה שלא תבוא.

יום ה' אינדערפרי,

איך בין אויפגעשטאנען גאנץ פרי היינט, גלייך געלאפן צו מיין בעיבי'ס בעטל זיכער מאכן אז ער איז בסדר, קיין פיבער האט ער שוין ב"ה נישט, אבער ס'איז ארויסגעקומען עפעס א רויטע גראבע פינפל נעבן זיין אויג, קיין בילדער פון אים וועט מען שוין היינט נישט קענען נעמען... ערענסט גערעדט ס'האט אויסגעקוקט אביסל שרעקעדיג.

מ'האב מיר געמאכט קאווע'ס, היינט איז עס ב"ה געלאנגען ווארעם.. גלייך דערנאך האבן מיר זיך אנגעפאנגען פאקן, איך לויף אריבער אין חב"ד דאווענען, בשעת די ווייב פאקט אריין אינעם רענצל און מיין אינגעל פאקט ארויס פונעם רענצל....

געכאפט א מקוה, די געפיל וואס איך האב געהאט ארויסקומענדיג פונעם מקוה איז געווען עפעס מורא'דיג.. ווער ווייסט צו איך גיי נאך אמאל באזוכן אין די מקוה...

איך גיי צוריק צום בית חב"ד, און איך זעה שוין גלייך ווי דער עולם איז דא, דער בארא פארק'ער, דער פאריזער, אינאיינעם מיט אכט חבדסקע בחורים, מיט נאך עטליכע אידן וואס זענען געווען נאר מאנטאג, שטעלט זיך אויס אז ווען מען ליינט קריאת התורה קומט א גרעסערע עולם.. היינט קומט א געהעריגע מנין, ס'איז ראש חודש, מען גייט זאגן הלל, ליינען, מוסף, דער בארא פארקער נעמט ארויס א הונדערטער ווי אפגעשמוסט נעכטן (זעה דא) און געט עס פאר די חבדסקע בחורים, דערנאך איז געקומען א ווארמע ראש חודש דאווענען, מיט א לחיים פארשטייצעך...

נאכן דאווענען גיי איך צו איינע פון די חבדסקע בחורים, און איך פרעג אים אויב ער ווייסט ווי איך קען טרעפן א קיאסק אין ווינעציע, איך דארף פשוט ארויספרינטן באורדינג פאס'עס מיט א קאנפערמעישאן ארויפצוגיין אויפן דאך, ער געט א קוק נאך אויפן כלי שמלאכתו להנאתו, און ער זאגט מיר אז דא אראפ די גאס נעבן גם גם פליישיגע רעסטעראנט איז דא א קיאסק.

גיי מיר אהין, איך עפן די טיר און איך טרעף מיר שטיין אין א פיצעלע געשעפט וואס פארקויפט אלע סארט צעטלעך ענוועלאפס, איך גיי צו צום איינגעשטעלטער און איך איך פרעג ווי קען מען דא ניצן א קאמפיוטער, ער קוקט מיר אזוי אן, דא איז נישט דא קיין קאפיטער'ס צו ניצן, וואס ווילסט טון אויפן קאמפיטער פרעגט ער, פרינטן עטליכע צעטלעך, שיק מיר א אימעל און איך וועל עס פרינטן פאר דיר ענטפערט ער,

ב"ה אז איך האב ווירטשל מעיל, איך נעם זיין אימעל איך שיק אים אריין די אימעל'ס, אבער דער בחור זאגט אז ער האט גארנישט באקומען, אזוי רעדענדיג מיט אים בין איך אנגעקומען נענטער און נענטער צום סקרין ביז איך בין געשטאנען נעבן אים און פורבירט צו זיכן ביי ספעם אימעל'ס, דער באשעפער האט געהאלפן אז פינקט דאן איז אריינגעקומען נאך א קאוסטעמער און דער איז געגאנגען באהנדלן יענעם, גלייך אן טראכטן צוויי האב איך געגעבן א עפן אויף גימעיל, א לאג אריין אין מיין פרייוועט אימעל א פרינט ארויס אלע באורדינג פאס'עס מיט די קאנפערמעישן, און א לאג צוריק ארויס, עודם מדברים ער האט נאך געהאלטן אינמיטן מיט די אנדערע קאסטעמער און איך פרעג אים וויפיל איך דארף באצאלן, ער געט א קוק וויפיל פאפירן איך האב געפרינט, פיפציג פעני זאגט ער... איך האב נאכנישט געטראפן אזא ביליגע קיאסק אין ערגעטס, אפשר דארף מען אנפאנגן פרינטן די שבת פעקל אין ווינעציע....

ארויסקומענדיג זעה איך ווי די וואסער איז העכער ווי די יבשה, זעה בילד שפעטער. איינער זאגט מיר אז ס'איז דא צייטן אין די יאר ווען מען קען ממש נישט גיין נעבן די וואסער ווייל די וואסער דעקט איבער די גאנצע סייט וואלק.

איך גיי אביסל ווייטער זעה איך בענק אינדרויסן פון א רעסטעראנט נעבן די וואסער, אזוי קען מען עסן על שפת הים, זעה בילד שפעטער,

צוריק צום אכסניה, ב"ה אינז זענען שוין געפאקט, איך געב נאך א כאפ אריין עפעס א קינוח פת שחרית, און מיר לאזן זיך ארויס אינאיינעם מיט אלע געפעק, די ערשטע סטאנציע גיי מיר צום לאקער צימער (זעה דא) איך לייג אריין אלע געפעק, און מיר גייען כאפן א שיף צום דאך,

אינזער שיף קארטע מיט וואס אינז קענען נעמען וויפיל שיפן אינז ווילן לויפט אפ היינט צוועלף'ע מיטאג און אינז פלאנען במילא מער נישט צו נעמען נאך שיפן היינט חוץ צום דאך און צוריק און עקסטער צום ערעפארט וואס איך האב שוין באצאלט דערפאר, היות מיין באזוך אויפן דאך איז באשטימט פאר צוועלף'ע מיטאג קומט אויס אז אויפן וועג אהין קען איך נאך ניצן די קארטע אבער אויפן וועג צוריק נישט, וואס טוט מען, איך גיי ארויף אויפן שיף און איך זאג פאר מיין בני בית, די גאנצע וואך וואס אינז זענען דא געווען האבן מיר נישט געזעהן קיין איין באמטער וואס קוקט איבער צו מען האט טיקעט, מיינסט אז דווקא ביי די איין וועג צוריק גייט מען קוקן, איך געב מיר א דריי אויס און איך זעה ווי איינער גייט ארום איבערקוקן אלע טיקעט'ס... איבריג צוזאגן אז איך האב געקויפט א טיקעט פאר די וועג צוריק...

אינז קומען אן צום בנין, גלייך גיי מיר צום לופט (עלעוועיטער) אינז קומען אן אויבן, איך ווייז זיי די קאנפערמעישאן, אקעי ווארט דא פינעף מינוט ביז ס'ווערט צוועלף אזייגער, די באגי (קעריטש) קען מען נישט ארויסנעמען אויפן דאך, נאך א מזל אז די בעיבי יא..

ס'זאמלט זיך אן א שטיקל עולם און מען גייט ארויס אויפן דאך, די שטיקל דאך ווי מען קען גיין האט פלאץ פאר אפשר פיפציג מענטשן צו שטיין צוקוועטשט, און זיי לאזן ארויף בערך צוואנציג, סא די מצב איז אביסל נישט געשמאק, מילד גערעדט... ענק האבן פופצן מינוט צו זיין אויפן דאך זאגט דער וועכטער, מען דארף אריין כאפן..

וואס טו איך קודם, קודם לאז מיר קוקן אויף די גאנצע שטאט, אקעי געקוקט.. יעצט לאז מיר נעמען בילדער, מיט די בעיבי אן די בעיבי, ס'איז צוועלף'ע מיטאג די זין שיינט, מען קען קוים עפעס זעהן אויף די בילדער... אנטשולדיג ס'איז שוין פופצן מינוט דער עולם ווערט פארבעטן צו פארלאזן די דאך, נאך איין בילד און איך גיי.... זעה די בילדער שפעטער..

אראפ פונעם דאך, געקופט א נייע שיף קארטע און ויסעו צוריק צום אידישע געטא, איך בין שוין אריבער די פלאץ עטליכע מאל אבער יעצט גיי מיר קוקן וואס דא טוט זיך, די ערשטע זעה איך א קליינע געשעפט וואס פארקויפט אינטערסאנטע מאלערייען פון אידישקייט אין ווינציע, די ארבעטער דארט האט פאות מיט א לאנגע רעקל, ער איז פון די וואס זענען געקומען נאר מאנטאג און דארנשטאג צום מנין שחרית.. ער ווערט דערמאנט דא

אויך האט ער אזא קליינע צימער מיט א טיש און א מנורה, ס'שפירט זיך דארט ווי אין א הייל.. ער זאגט אז ער האט בלעטער פון הגדות, גמרות, סליחות, מחזורים, וואס זענען הונדעטער יאר אלט, זעה בילדער שפעטער..

פון דארט זענען מיר געגאנגען באזוכן די צוויי בתי מדרשים ווי מען לאזט אריין, ס'איז דארט אין די געטא אפשר זיבן אדער מער אלטע בתי מדרשים, אבער נאר אין צוויי לאזן זיי אריין, פארשטייצעך פאר א אפצאל..

אריינצוגיין מוז מען אנטון א קאפל, נאך א מזל איך טראג א קאפל ווען נישט וואלט איך געדארפט אנטון די פעפערנע קאפל וואס אלט טוריסטן טוען אן, ס'דערמאנט אביסל פון די וואס לייגן א צעטל אינטע די קאפל...

די בית המדרש האט א ארון קודש פון איין זייט און א הויכע בימה פון די אנדערע זייט, אלעס קוק דארט אויס שיין איבערגעמאכט, שיינע רויטע סחורה'ס הענגן ביי די זייטן..

די דאך פון די בתי מדרשים זענען זייער הויך, ס'הענגט שיינע הענג לאכטער'ס פונעם דאך, ס'איז באמת זייער שיין, איך האב נישט געקענט נעמען שיינע בילדער ווי באלד די זין האט אריינגעשיינט פון אלע פיר זייטן..

די בענק האבן נעמען ביי אלע זיצן, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט קענען אראפזעצן...

ערגטס אינמיטן האב איך באמערקט א פארמאכטע צימער, איך קוק אריין זעה איך אויסגעשפרייטע ספרי תורות אויפן טיש, שפעטער האב איך געהערט פון איינעם אז זיי פארעכטן די ספרי תורות, ס'איז געווען טאקע צדקה פישקעס אין ביהמ"ד צו געבן פאר די פעולות צו ראטעווען די פארבליבענע אידישקייט אין ווינעציע, ווייסט איין באשעפער ווי די געלט גייט....

ס'איז זייער שיין די בת מדרש אבער איך האב מיר גאנץ שנעל געטראפן אינדרויסן, איך ווייס נישט פארוואס.. פון דארט זענען מיר געגאנגען באזוכן די חצר פונעם בית מדרש, ס'שטייט דארט א שיינע סוכה, אבער נישט פון די אלטע צייטן...

ארויסקומענדיג האב איך באמערקט ווי די חב"ד בחורים צונעמען די ריזיגע מנורה וואס שטייט אינמיטן פונעם סקווער, איך האב שוין געמיינט אז די מנורה איז דארט אייביג...

איך ווייס נישט פארוואס אבער עטליכע פאליציי זענען געשטאנען און באוואכט די חב"ד שטיבל מיט הייס געווער, ס'האט אויסגעקוקט ווי זיי האבן בלויז געכאפט א געשמאקע קופקע בשעת די געווער הענקט פון די זייטן... זעה בילד שפעטער.

איך בין אריין אינעם בית חב"ד געדאווענט נאך איין תפילת מנחה אין ווינציע, דערנאך זענען מיר צוריקגעאנגען צום לאקער, באצאלט פאר די עטליכע שעה און גענומען די רענצל,

געכאפט א ארענטש'א ליין'א צום ערעפארט'א, ב"ה אז די מאל איז מיין רענצל געווען אינטערוואגיג נאך וואס אלע וואג פון די רענצל אויפן וועג אהין איז יעצט געווען אויף מיר....

ס'איז גאנץ א קליינע ערעפארט, געגאנגען צו סעקיורטי, איך נעם ארויס עטליכע פלעשלעך וואסער און איך וויל עס אויסגיסן, אבער דער אגענט זאגט מיר שטרענגערהייט, קענסט עס נישט אויסגיסן געב אהער.. אבער נאכן אדורך גיין געט ער מיר צוריק די פלעשלעך וואסער, זעהט זיך אויס אז דא האבן זיי נישט מורא פון קיין באמבעס...


אנגעקומען קיין לאנדאן, ב"ה די חברה האבן מיר אריינגעלאזט, און פארשטייצעך אליינס אז שבת איז מען געגאנגען צום שוויגער....
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 349

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

מיר געטראגן אויף א רייד מאנטיג צופרי, מיטן פרישקייט צו גיין ארבעטן , מיר געטראפן ליינען די גאנצע זאך, ביסט א גוטע שרייבער מיר אמת'דיג אהינגעטראגן איך קען עס שוין אויסמעקן פון מיינע פלעצער ווי איך דארף נאך קאווערען..
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 316

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך חצקל משמש »

WOW
(נישט פאר מאנטאג אינדערפרי)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2205
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4200

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך הדסים »

WOW אזא התחלה!

זייער אינטערעסאנט און געשמאק באשריבן.

די שיף הייסט גאנדאלע. אבער נישט געפערליך, די אייראפע'ער זאגן סייווי נישט ארויס קיין ר'...

טוצעך מיט עפעס בילדער?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
קאווע_אן_צוקער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:19 pm
x 71

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך קאווע_אן_צוקער »

א בילד פון א פשוטע גאס אין ווינעציע.

בילד

א בילד פון א ברייטערע גאס אין ווינעציע.

בילד

בילד

דער בחור מאכט א גלאזענע גלעזעל.

בילד

מערקט די גלעזלעך וואס באקן זיך אפ אינעם אויוון.

בילד

די גלעזלעך שטיין שוין צו פארקויפט ווערן.

בילד

שיינע אויסשטעלונג געמאכט פון גלאז אין מאראנא.

בילד

די שיף וואס דעליווערט פעקלעך אין ווינעציע.

בילד

בילד

א סעמענט שיף

בילד

די מקוה אין ווינעציע, איבער געדעקט מיטן דעקל, מערקט די האלצענע בימעס אויפן דאך, אסאך בנינים אין וועניס האבן די בימס אויפן דאך.

בילד

בילד

בילד

די קאלירטע הייזער אין באראנא

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

די רויטע טיר ווי מיין אינגעל איז אראפ געפאלן..

בילד

באראנא פון דערווייטענס

בילד

די הצלה שיף ביים זיך יאגען צו ראטעווען איינעם, איך האף יענער האט איבערגעלעבט...

בילד

א הצלה שיף געפארקט ביים וואסער, גרייט על כל צרה שלא תבוא..

בילד

א גראנדאולע ווארט פאר א קאסטמער

בילד

א גראנדאולע האט שוין א קאסטעמער

בילד

בילד פונעם פאלאץ פון דרויסן

בילד

בילד פונעם בריק וואס האט געשעפטן אויף זיך, זעה ווי רוב בריק גייט אראפ און ארויף בלויז עטליכע פיס אויבן איז גלייך

בילד

א פשוטע בריק אין ווינעציע, מערקט די טרעפ ארויף און אראפ

בילד

די וואסער איז העכער ווי די יבשה

בילד

ווינעציע פון די הייך

בילד

בילד

א מאלעריי פון סוכות אין ווינעציע

בילד

א מאלעריי פון לג בעומר אין ווינעציע

בילד

די מנורה באונקער

בילד

פאליציי מיט הייס געווער פארענט פונעם בית חב"ד

בילד

בילדער פון ביהמ'ד.

בילד

בילד

בילד

די דאך העכערן בימה, מערקט די יאר "שנת.. תפלתי .. וישועתי האזינה לפ"ק.

בילד

בילדער פון די אנדערע בית המדרש

בילד

בילד

בילד

א טשיקאווע זאך וואס די טור-גייד'ס זאגן, (ס'איז נישט מוכרח אז עס איז אמת, אבער אזוי זאגן זיי...) אז די סיבה פארוואס די טיילס אויף דער ערד זענען נישט פונקטליך געלייגט לויט די דעזיין, איז צוליב וואס די ארטיגע אידן האבן געוואלט ווייזן אז ביי א מענטש איז נישט דא קיין שלימות, בלויז ביים אויבערשטן. ובכגון דא נאמר: בעליוו איט אר נאט...

בילד

א חלק בילדער קרעדיט @זרובבל און @Yiddish Travel
אוועיטער
קאווע_אן_צוקער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:19 pm
x 71

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך קאווע_אן_צוקער »

אויב דער עולם איז אינטערסירט איך זאל ברענגען נאך פון מיינע סחורה, זאל מען אריינקומען מיט מער פידבעק.
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך שוהם »

קאווע_אן_צוקער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:33 pm אויב דער עולם איז אינטערסירט איך זאל ברענגען נאך פון מיינע סחורה, זאל מען אריינקומען מיט מער פידבעק.
כ'האב שוין באשטעלט נאך א ניק כדי צו קענען געבן נאך א לייק..

זייער אינטערעסאנט געווען דיין באשרייבונג און אן עקסטערע ש'כח פארן פי די עף.
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 576
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1249

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

גאר אינטערסאנט דאס. זייער שיין מפענח געווען יעדעס בילד, א מחיה.
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1743

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך פעינטיג »

זייער שיין געשריבן, גאר אינטערעסאנט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2821

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך טיפע טאשן »

געוואלדיג!

געשמאק צו ליינען, אינז ווארטן אויף נאך סחורה
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3392
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10822

Re: מיינע איבערלעבניש זייענדיג פאר פינעף טעג אויפן וואסער

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין און געשמאק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט