בלאט 1 פון 1

Health Anxiety (HA)

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:30 pm
דורך הבוחר בתורה
Hypochondria,) health anxiety (HA), Illness anxiety disorder (IAD))

ברוכים הבאים!

לזכות את הרבים וועלן מיר אויסשמועסן דא די סימפטאמען פון די אויבנדערמאנטע, כדי די וועלכע ליידן דערפון זאלן וויסן עס איז א שווערעקייט וועלכע האט א נאמען און מען קען זיך גיין העלפן דערפון, און נישט לעבן אין פחדים און ליידן שטילערהייט.

''געזונהייט ענקזייעטי'' איז ווען א מענטש טוט זיך זארגן מער ווי מען דארף איבער געזונטהייט, און לעבט מיט די יזכיר לו יום המיתה רעגלמעסיג, ער זעט זיך שוין ביי די קלענסטע ווייטאג מיט די ערגסטע מחלות רח''ל.

עס קען אריינעמען איינ'ס, עטליכע, אלע פון די פאלגענדע, אדער אפילו גאר מער פון דעם:

1) זיך זארגן כסדר אז מען האט אדער מען גייט חלילה באקומען ערנסטע קרענק אדער דיזיזעס ה''י.
2) ביי יעדע קליינע מיחוש אינעם גוף זיך זארגן אז עס קומט פון א ערנסע מחלה ל''ע.
3) נאך א באזוך ביים דאקטער וועלכע באשטעטיגט מען איז יא געזונט, אדער נעגעטיווע טעסט רעזולטאטן, נאכאלץ נישט זיין בארואיגט.
4) כסדר באקוקן דעם גוף פאר אלע סארט מחלות ל''ע.
5) כסדר זוכן אויף די אינטערנעט איבער אלע סארט סימפטאמען און זייער באדייט.
6) אפטע באזוכן ביים דאקטער אדער אין עמערדזשענסי רום זיך צו בארואיגן פון סימפטאמען.
7) כסדר זיך זארגן אז אפשר האט די דאקטער פארזען די אמת'ע דייעגנאז.
8) ליינען ביי יעדע מעדיצין אלע מעגליכע סייד עפעקטס און זיך צומאל צוריקהאלטן פון עס נעמען צוליב זיי.
9) נאך נעמען מעדיצין זיין פארנומען א שטיק צייט נאכדעם קוקן אויב ער באקומט נישט די זעלטענע זייט ווירקונגען.
10) ישמע פחדן ויסיף נופח מדיליה.

דאס איז די א''ב פון די פראבלעם.

המשך יבוא בעזר הבורא.

Re: Hypochondria, health anxiety (HA), illness anxiety disorder

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:42 pm
דורך הבוחר בתורה
צום ערשט א וויכטיגע יסוד:

אויב א מענטש האט סימפטאמען פון א געוויסע זאך, זאל זיך גיין אינטערזוכן ביים דאקטער. א נארמאלע מענטש וועלכע גייט צום דאקער, און די טעסטס אדער די דאקטער'ס עקזעם צייגט אז ער איז פולקאם געזונט וועט זיך בארואיגן.

די אויבענדערמאנטע ענקזייעטי, איז נאר נאכדעם וואס מען ווייסט שוין פונעם דאקטער אז אלעס איז בסדר, און... אפשר דאך.... אפשר האט ער עפעס פארזען... וכו'.

Re: Health anxiety (HA)

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:48 pm
דורך פופציגער
אה, א שטארק פארשפרייטע אבער ווייניג אדרעסירטע פראבלעם דאס.

Re: Hypochondria, health anxiety (HA), illness anxiety disorder

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:01 pm
דורך הבוחר בתורה
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:42 pm צום ערשט א וויכטיגע יסוד:

אויב א מענטש האט סימפטאמען פון א געוויסע זאך, זאל זיך גיין אינטערזוכן ביים דאקטער. א נארמאלע מענטש וועלכע גייט צום דאקער, און די טעסטס אדער די דאקטער'ס עקזעם צייגט אז ער איז פולקאם געזונט וועט זיך בארואיגן.

די אויבענדערמאנטע ענקזייעטי, איז נאר נאכדעם וואס מען ווייסט שוין פונעם דאקטער אז אלעס איז בסדר, און... אפשר דאך.... אפשר האט ער עפעס פארזען... וכו'.
דאס גראדע איז א שטיקל פראבלעם אויב מען ליידט דערויף, ווייל ווי די מומחים געבן איבער, איז דאס גורם א צירקל, די מענטש דמיונ’ט זיך אז עפעס איז נישט בסדר, ער גייט צום דאקטער זיך צו אינטערזוכן, אלעס איז ב’’ה אקעי, דערנאך טרעפט ער נאך זאכן, פחדים, וכו’.

די כסדר’דיגע באזוכן ביים דאקטער פיטערט זיינע פחדים, וועלכע טרייבן אים מער און מער צום דאקטער, וכו’ וכו’.

Re: Hypochondria, health anxiety (HA), illness anxiety disorder

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 11:23 am
דורך Media
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:42 pm צום ערשט א וויכטיגע יסוד:

אויב א מענטש האט סימפטאמען פון א געוויסע זאך, זאל זיך גיין אינטערזוכן ביים דאקטער. א נארמאלע מענטש וועלכע גייט צום דאקער, און די טעסטס אדער די דאקטער'ס עקזעם צייגט אז ער איז פולקאם געזונט וועט זיך בארואיגן.

די אויבענדערמאנטע ענקזייעטי, איז נאר נאכדעם וואס מען ווייסט שוין פונעם דאקטער אז אלעס איז בסדר, און... אפשר דאך.... אפשר האט ער עפעס פארזען... וכו'.
זיכער נישט!

די עצה איז נישט צו גיין צום דאקטער אפאר מאל און דאס ווייזט פארן מח אז ס'איז שטותים

דאס איז די ערשטע זאך וואס א טעראפיסט וואלט געהייסן

Re: Hypochondria, health anxiety (HA), illness anxiety disorder

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 9:49 pm
דורך הבוחר בתורה
Media האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 11:23 am
הבוחר בתורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:42 pm צום ערשט א וויכטיגע יסוד:

אויב א מענטש האט סימפטאמען פון א געוויסע זאך, זאל זיך גיין אינטערזוכן ביים דאקטער. א נארמאלע מענטש וועלכע גייט צום דאקער, און די טעסטס אדער די דאקטער'ס עקזעם צייגט אז ער איז פולקאם געזונט וועט זיך בארואיגן.

די אויבענדערמאנטע ענקזייעטי, איז נאר נאכדעם וואס מען ווייסט שוין פונעם דאקטער אז אלעס איז בסדר, און... אפשר דאך.... אפשר האט ער עפעס פארזען... וכו'.
זיכער נישט!

די עצה איז נישט צו גיין צום דאקטער אפאר מאל און דאס ווייזט פארן מח אז ס'איז שטותים

דאס איז די ערשטע זאך וואס א טעראפיסט וואלט געהייסן

אמת, מען דארף גיין אויף א דינע שטריק....
a person with health anxiety should still see a doctor to rule out a physical illness, but it is crucial to communicate their anxiety to the doctor. A doctor can conduct a thorough examination to exclude or diagnose any medical problems, which is an essential first step before addressing the anxiety itself. Repeated reassurance from the doctor and the results of tests may not permanently relieve the anxiety, so it is important for both the patient and doctor to work together to find a long-term solution for the anxiety as well