די שוואכער סוכה איז מיין שטארקער פעסטונג פון אמונה
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:17 am
די סוכה, געבויט פון האלץ און סכך, איז א פשוטער פלאץ פאר א גרויסע יסוד זיך איבערגעבן אינעם שאטן פונעם אויבערשטן און דערפילן ווי ליכטיג די אמונה איז
דער ווינט בלאזט מילד ארײן אין די סוכה, דער סכך רוקט זיך אביסל, די זון שיינט לייכט אריין אינעם באשיידענעם סוכה’לע און די ברעטער שאקלען זיך, פרובירנדיג זיך האלטן גראד, אינעווייניג א שיין געדעקטע טיש, גוטע מאכלים, הערליכע נוי סוכה מיט א היימישקייט און געשמאק, און דאך ס׳נישט אזוי פערפעקט אין די סוכה א גאנצן צייט, אמאל איז אביסל צושטיפט, אמאל אביסל קאלט, אמאל דריזלען ביי נאכט, ס׳איז קיינמאל נישט קלאר וואס מארגן וועט זיין.
ס׳ווערט שווער ביי יעדן איינעם, און מען פרעגט זיך: ווי קען מען דאס רופן זמן שמחתנו?
ס׳איז טאקע א פאראדאקס, יא אבער דער ענטפער איז פשוט, דער אויבערשטער איז טוב ומטיב, מיר ווייסן אז דאס איז דער יסוד פון אונזער אמונה, אבער אמאל אין לעבן זעט מען נישט דעם גוטס מיט די אויגן, מען פרעגט זיך, וואו איז דער גוטס? וואו איז די השגחה? וואס גייט זיין מארגן? ווען א מענטש זיצט אין א סוכה אונטער א שוואכער דאך און איז רואיג, האט ער דערהערט די נקודה, דער מענטש וויל וויסן, וויל קלארקייט, זיכערקייט, א וועג ווייזער פאר פאראויס, און דער אויבערשטער זאגט, ניין, איך געב דיר א סוכה אן גאראנטי, אן א געהעריגע דאך, אן זיכערקייט, א פשוטע דירת עראי, פונקט דארט ווערט געבויט די אמונה, ווען דו לערנסט זיך אננעמען דעם אומקלארקייט און דו קענסט זאגן ''אויב דער אויבערשטער וויל אזוי, איז דאס דער בעסטער פלאן'' דעמאלט ווערט די סוכה א פלאץ פון אמונה.
אמונה איז נישט צו וויסן און זעהן, אמונה איז גלייבן מיט א רואיגקייט, ווי דער חובות הלבבות שרייבט: מהות הבטחון מנוחת הנפש. אויב דער אויבערשטער וואלט געוואלט אז מיר זאלן זען דעם גוטס, וואלט ער אונז געגעבן די אויגן צו זען, און אויב ער וויל אז מיר זאלן נישט זען, איז דאס אויך דער גוטס אליינס, דער מענטש דארף נישט פארשטיין, נאר גלייבן, סוכות איז דער צייט ווען מען לערנט זיך די אור, די ליכטיגקייט פון דעם אמונה שאטען, מען גייט אריין אין די צילא דמהימנותא און לאזט דעם אויבערשטן פירן, מען פארשטייט נישט, אבער מען גלייבט אז ער פירט גוט.
די שמחה פון סוכות איז די שמחה פון בטחון און רואיגקייט, די וויסן אז אלעס איז אין גוטע הענט, יעדער ווינטל, יעדער ציטער, יעדער נישט קלארער וועג איז א חלק פונעם טוב ומטיב, מען קען זיצן אין א פשוטער סוכה און זיך פילן רואיג ווי אין א פאלאץ, ווייל די שמחה פון סוכות איז די רואיגקייט פון אמונה, די בטחון אין דעם אויבערשטן וואס פירט אונז די בעסטע וועג, און ווען דער מענטש זיצט אזוי אונטערן סכך און איז רואיג, קען מען שוין אנקומען צום שמיני עצרת און זאגן מיט אמת אתה הראת לדעת כי ה׳ הוא האלקים, אלעס איז פון אים און אלעס איז לטובה.
די אמונה מאכט פון א דירת עראי, א שטארקער פעסטונג.