בלאט 1 פון 1

שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 7:39 pm
דורך הבוחר בתורה
שווערע באריכטן קומען אריין פון מאנטשעסטער יעצט מוצאי יום טוב, איבער אן אטאקע וועלכע האט זיך אפגעשפילט היינט צופרי ווען א מערדער ימ''ש איז געקומען צופארן צו די Heaton Park Hebrew Congregation Synagogue און אריינגעפארן אין א גרופע פארזאמעלטע, דערנאך איז ער ארויסגעקומען פון זיין אויטא און פראבירט צו שטעכן וועם האט האט נאר אנגעטראפן. די רב הקהילה האט שנעל פארשפארט די טיר און מיט דעם פארמיטן די אטאקע פון אריינקומען אינעם בית השם.

עס זענען דא כמדומה צוויי קדושים, און 4 פארוואונדערטע ה''י.

פאליציי האט מקיים געווען ''מכה נפש ומת מות יומת'' און נייטראלאזירט דעם רוצח ימ''ש.

--
נישט פארגעסן, די אטאקע איז נאך געווען אנגעשריבן פאריאר ראש השנה, און בעז''ה דאס יאר ר''ה און יום הקדוש האבן מיר גע'פועל'ט א זיס לעכטיג יאר.

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 8:38 pm
דורך הבוחר בתורה
די רוצח איז געווען א 35 יעריגע מיטן נאמען: דשזיהאד אל שאמיע.

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 8:40 pm
דורך בודקע
שומו שמים!!!! באשעפער אין הימל!!!

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 8:44 pm
דורך הבוחר בתורה
די שול אויף די מאפע, ווי ווייט עס איז פון מחזיקי הדת

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 8:54 pm
דורך בודקע
די טעראר אטאקע האט פאסירט היינט 9:30 צופרי, ווען א טעראריסט איז אנגעקומען פארענט פון די היטען פארק היברו שוהל וואס געפונט זיך אויף מידלטאון ראוד אין די קראמפסעל געגענט אין מאנטשעסטער, און מיט זיין קאר איז ער אריינגעפארן אין די צוים פון די שוהל, דערנאך איז ער ארויסגעשפרינגן פון די קאר און אנגעפאנגן שטעכן די אידן וואס זענען געווען פארענט פונעם שוהל, א זיכערהייט וועכטער ביים אריינגאנג פון די שוהל האט בלאקירט דעם טעראריסט פון אריינגיין, און דער וועכטער איז עטליכע מאל געשטאכן געווארן, פאליציי איז שנעל אלאמירט געווארן און האבן תיקף געשאסן און אומגעברענגט דעם טעראריסט הארט פארענט פונעם שוהל, און אוועקואירט די גאנצע ארום אויסמורא אז דער טעראריסט האט מיט זיך אן אויפרייס וועסטל, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א פאלטשע אפאראט, ווי נאר די שטעכעריי אטאקע האט זיך אנגעהויבן האט דער רב פון די שוהל הרב דניאל וואקער פלינקערהייט צוגעשלאסן די טירן פון שוהל, און באריקאדירט די גאנצע ארום אפצוהאלטן דעם טעראריסט פון אריינקומען, און אזוי בחסדי השם אפגעשטעלט א גרעסערע טראגעדיע חס ושלום, צווישן די פארוואונדעטע איז דא איין איד וואס געפונט זיך אין א שווערן צושטאנד.
די ציבור איז מתפלל פאר: יונתן זלמן בן שינא גיטל און אנשיל יצחק בן מלכה לרפואה שלימה

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 9:06 pm
דורך הבוחר בתורה
פאליציי אידענטיפיצירן טעראריסט פון שוהל אטאקע אין מאנטשעסטער אלס סירישער אפשטאמיגער דזשיהאד על שאמי‎.

די פאליציי זאגן אז על שאמי איז א לעגאלער בירגער, און ער איז געשאסן געווארן דורך באוואפנטע פאליציי אפיצירן נאכ'ן אריינקראכן אין פוסגייער און שטעכן איינעם נעבן די שוהל. פאליציי האבן צוגעלייגט אז דריי פארשוינען זענען אונטער ארעסט פאר פארדאכטן אז זיי האבן געהאלפן צוגרייטן און פלאנירן די אטאקע, און די דריי זענען צוויי מענער אין זייערע דרייסיגער יארן און א פרוי אין די זעכציגער יארן.

Yiddish24

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 9:07 pm
דורך הבוחר בתורה
בריטישער פרעמיער מיניסטער סטארמער פארדאמט טעראר אטאקע ביים שוהל אין מאנטשעסטער‎.

פרעמיער מיניסטער סטארמער זאגט אז עס איז קלאר אז דער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די אטאקע האט געוואלט אטאקירן אידן צוליב וואס זיי זענען אידן, און ער האט געוואלט אטאקירן די אידישע רעליגיע. דער פרעמיער מיניסטער האט פארדאמט די אטאקע, ערווענענדיג אז עס איז געקומען אין די הייליגסטע טאג פאר אידן, און ער האט פארשפראכן שטרענגע יוסטיץ קעגן סיי ווער עס האט געשפילט א ראלע אין העלפן דעם טעראריסט.

Yiddish24

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 9:47 pm
דורך חלום חלמתי
די ראביי ר' דניאל וולקער וואס האט בלאקירט דעם אריינגאנג צום שול בשעת די שוידערליכע טעראר אטאקע, איין וואך פון ווען ענגלאנד האט אנערקענט פאלעסטינע

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 9:14 am
דורך חלום חלמתי
צייטונג אין מאנטשעסטער

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע יום כיפור תשפ''ו - מאנטשעסטער

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 10:48 am
דורך הבוחר בתורה
One of victims killed in synagogue attack was hit by police gunfire, police have said