בלאט 1 פון 1
ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:42 pm
דורך יצב
עס איז ידוע פון רמב"ן אז יעדענס נאמען איז מרומז אין פרשת האזינו, באקאנט די מעשה מיט דעם תלמיד מיטן נאמען אבנר וואס האט נישט געטראפן זיין נאמען און צוליב דעים אראפ פון אידישן וועג, האט דער רמב"ן אים געוויזן אז די פסוק אמרתי "אפאיהם אשביתה מאנוש זכרם", יעדע דריטע אות איז אבנר.
רביה"ק זי"ע מסאטמאר איז ידוע ער האט געזאגט אז זיין נאמען איז מרומז נקם "ישיב לצריו וכפר אדמתו" עמו איז ר"ת יואל
סוף ימיו האט ער געזאגט נאך א רמז "ידי ואמרתי חי אנכי לעולם" כידוע
איך האב געטראפן מיין גאנצע נאמען אריינגערעכנט די לעצטע נאמען גמטריא פון דריי ווערטער אינאיינעם.
האט איר געטראפן ווי אייער נאמען איז מרומז? אויב איז נישט דא קיין חשש גילוי קענט איר עס זאגן?
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:16 pm
דורך להגדיל הטראסק
כטל אמרתי איז גימ' מיין ערשטע נאמען עם הכולל
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:58 pm
דורך הלבלר בקולמסו
גמטריא אדער ראשי תיבות?
ערשטע נאמען אדער לעצטע נאמען?
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 11:23 pm
דורך להגדיל הטראסק
מיין חבר'ס נאמען בן זיין טאטעס נאמען הלוי איז גימ' כי שם מיט די 4 אותיות, אזוי וועט מקוים ווערן דעם ה' אקרא הבו גודל לאלוקינו
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:12 am
דורך להגדיל הטראסק
מיין אנדערע חבר'ס נאמען בן זיין טאטעס נאמען איז גימ' כמטר לקחי
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:20 am
דורך להגדיל הטראסק
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:16 pm
כטל אמרתי איז גימ' מיין ערשטע נאמען עם הכולל
אמרתי איז גימ' די פלאץ וואו איך בין יעצט איינגעשטעלט
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 4:51 am
דורך יצב
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:58 pm
גמטריא אדער ראשי תיבות?
ערשטע נאמען אדער לעצטע נאמען?
סייוואס, אדער דאס אדער דאס
לעצטע נאמען איז באמת נישט רעלעווענט, אבער א מ' טרעפט עס איז אויך גוט
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 8:38 am
דורך אלעמאל
מיין נאמען מיט די אותיות איז גמטריא עם חכם.
וואס זאגט עס מיר?
עה, אין פסוק שטייט דאך עם נבל ולא חכם, וואס טוהן מיר מיט'ן נבל ולא?
וואס זאגט עס יעצט?
בכלל, בין איך מסופק צו אויב טרעף איך מיין נאמען, מיינט עס עפעס פאר מיר.
מאן יימר, אז דאס וואס איך האב געזעהן, איז טאקע מיר מרומז.
אולי, דאס וואס איך האב נישט באמערקט, איז באמת מיין רמז.
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 10:43 am
דורך יצב
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 8:38 am
מיין נאמען מיט די אותיות איז גמטריא עם חכם.
וואס זאגט עס מיר?
עה, אין פסוק שטייט דאך עם נבל ולא חכם, וואס טוהן מיר מיט'ן נבל ולא?
וואס זאגט עס יעצט?
בכלל, בין איך מסופק צו אויב טרעף איך מיין נאמען, מיינט עס עפעס פאר מיר.
מאן יימר, אז דאס וואס איך האב געזעהן, איז טאקע מיר מרומז.
אולי, דאס וואס איך האב נישט באמערקט, איז באמת מיין רמז.
דעם רבינס רמז איז אויך מיט א ווארט אינמיטן
ידי ואמרתי (חי) אנכי לעולם
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 6:37 pm
דורך אלעמאל
יצב האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 10:43 am
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 8:38 am
מיין נאמען מיט די אותיות איז גמטריא עם חכם.
וואס זאגט עס מיר?
עה, אין פסוק שטייט דאך עם נבל ולא חכם, וואס טוהן מיר מיט'ן נבל ולא?
וואס זאגט עס יעצט?
בכלל, בין איך מסופק צו אויב טרעף איך מיין נאמען, מיינט עס עפעס פאר מיר.
מאן יימר, אז דאס וואס איך האב געזעהן, איז טאקע מיר מרומז.
אולי, דאס וואס איך האב נישט באמערקט, איז באמת מיין רמז.
דעם רבינס רמז איז אויך מיט א ווארט אינמיטן
ידי ואמרתי (חי) אנכי לעולם
שוין.
הייסט עס מיין ניק קען יא זיין מרומז לטובה....
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 6:25 pm
דורך שוהם
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:20 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:16 pm
כטל אמרתי איז גימ' מיין ערשטע נאמען עם הכולל
אמרתי איז גימ' די פלאץ וואו איך בין יעצט איינגעשטעלט
נאר איך האב געטשעקט מתיבתא?..
Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שוהם האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 6:25 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:20 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:16 pm
כטל אמרתי איז גימ' מיין ערשטע נאמען עם הכולל
אמרתי איז גימ' די פלאץ וואו איך בין יעצט איינגעשטעלט
נאר איך האב געטשעקט מתיבתא?..

Re: ווי איז דיין נאמען מרומז אין פרשת האזינו?
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 8:35 pm
דורך Think and Thank
יצב האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 10:43 am
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 8:38 am
מיין נאמען מיט די אותיות איז גמטריא עם חכם.
וואס זאגט עס מיר?
עה, אין פסוק שטייט דאך עם נבל ולא חכם, וואס טוהן מיר מיט'ן נבל ולא?
וואס זאגט עס יעצט?
בכלל, בין איך מסופק צו אויב טרעף איך מיין נאמען, מיינט עס עפעס פאר מיר.
מאן יימר, אז דאס וואס איך האב געזעהן, איז טאקע מיר מרומז.
אולי, דאס וואס איך האב נישט באמערקט, איז באמת מיין רמז.
דעם רבינס רמז איז אויך מיט א ווארט אינמיטן
ידי ואמרתי (חי) אנכי לעולם
חי איז ר"ת די נאמען פונ'ם רבי'נס טאטן דער קדושת יו"ט. (יום טוב איז טאקע צוויי ווערטער אבער איין נאמען, אזוי ווי בן ציון.)