בלאט 1 פון 2

טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:42 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט נעכטן געפייערט נצחון, מיטן ענדליך אנקלאגן זיין פאליטישע שונא דזשעימס קאומי דער געוועזענער FBI דירעקטער געשטעלט דורך פרעזידענט אבאמא.

קאומי וואס איז געווען פון די אלטע חדר רעפובליקאנער, איז געשטעלט געווארן דורך אבאמא צו אהערשטעלן די FBI אלס אן אומפארטייאישער יוסטיץ פליגל, איבערנעמענדיג עמיצן מיטן נאמען ראבערט מולער. אין 2015 האט קאומי'ס FBI אויסגעפארשט די הילערי קלינטאן אימעיל'ס אבער פארמאכט די קעיס אין יולי 2016 'ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן' אבער מיסטעריעז צוריק געעפענט די אויספארשונג אין אקטאבער געציילטע וואכן פאר די וואלן, עפעס וואס האט לויט קלינטאן איר געקאסט די וואלן. (און אויף די בקשה פון אבאמא אויך אינטערגעהערט דעם טראמפ טאוער.)

נאך דעם ברוטאלע פראסק פאר די דעמאקראטן מיט דעם נאוועמבער פארלוסט יענעם יאר, האבן אסאך חברה הויעך געשאלטן דעם קאומי, מ'דארף אים אויספארשן, ווארפטס אים ארויס.. האבן הייזעריגע דזשורנאליסטן געשריבן און געשריגן. און טאקע טראמפ האט צוגעשטימט און א האלבע יאר שפעטער אין מאי 2017 פלוצלינג ארויסגעווארפן קאומי.... אה מיט איין פיצי דיטעיל, אז מ'האט שוין דאן געהאלטן אינמיטן די 'ראשע קאלוזשן' אויספארשונג, און טראמפ האט אים געווארפן פאר יענץ פארשטייצעך. און דאס האט געפירט אז מען זאל אויפנעמען דעם געוועזענעם דירעקטער מולער אלס זעלבסשטענדיגע פארשער, ווייל טראמפס פ.ב.א. קען מען שויניש טראסטן...

איינמאל דער מענטש איז געווען אינדרויסן האט זיך געעפנט זיין פיסק, און האט זיך גענומען פארציילן געשיכטעס אז טראמפ האט אים געהייסן שווערן געטריישאפט וואס ער האט אפגעזאגט ,און ער האט געשריבן א בוך און אויפגעטרעטן אויף אינטערוויוס אראפרייסענדיג טראמפ'ן און אים אראפגעמאלן אלס א געפאר צו די מענטשהייט.

אין 2020 שוין נאכן זעהן אז דעי ראשע אויספארשונג גייט אין ערגעץ נישט, האט מען אים אים גערופן אויף א הירינג אין סענאט. אויף די פראגע צו ער האט אמאל באפוילן זיינע אגענטן צו רעדן אנאנים צו די מידיע און איבערגעבן דעטאלן איבער אויספארשונגען, האט ער געענטפערט ניין. און דאס איז לויט געפונענע דאקומענטן א ליגנט.

קאומי איז אנגעגאנגען די גאנצע צייט מיט העצן אויף טראמפ דעי יאר אין מאי האט קאומי געפאוסט אויף אינסטערגראם א בילד פון א שעל ביים ים וואס ליינט זיך 86 47 א קאוד צו עלימינירן טראמפ, און האט בשעתו געמאכט נויז.

פאריגע וואך האט טראמפ געפאוסט אויף טרוט א מיסטעריעזע אטאקע אויף זיין אטוירני דזשענעראל באנדי. און עטוואס שפעטער געפאוסט ווי גוט זי איז. וואספארא פרעשור ער האט פרובירט צו לייגן איז נישט שווער זיך פארצושטעלן ווען מען האט נעכטן אנגעקלאגט דעם אלטן שונא קאומי. פארן זאגן ליגנט און שטערן דעם אויספארשונג אין סענאט.

און די דעמאקראטן וויינען אויף די שוידערליכסטע וועפענייזינג אין היסטאריע אויף די יוסטיץ דעפארטמענט.

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:50 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ רעגט זיך אז א ביידען געשטעלטער ריכטער האט באקומען דעם קעיס....

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:52 am
דורך חלום חלמתי
אויפריכטיגע דיבורים פון א MSNBC דזשורנאליסט איבער די 'שאק' וואס די דעמס האבן ווי איינער וואגט זיך צו נוצן זייער מיטל...

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:53 am
דורך בערל דער פייפער
יישר כח פארן באריכט, איז עס א גוטע קעיס?

מיין פראגע איז אויב האט ער ליגענט געזאגט ווי קומט אריין לייגן פרעשור אנצוקלאגען אדער נישט, וואס איז מער פון א צווייטן וואס זאגט ליגענט אינטער שבועה?

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:54 am
דורך חלום חלמתי
קאומי'ס רעאקציע


Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:03 am
דורך חלום חלמתי
בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:53 am יישר כח פארן באריכט, איז עס א גוטע קעיס?

מיין פראגע איז אויב האט ער ליגענט געזאגט ווי קומט אריין לייגן פרעשור אנצוקלאגען אדער נישט, וואס איז מער פון א צווייטן וואס זאגט ליגענט אינטער שבועה?

די קלאגע איז א גוטע קלאגע, אבער יעצט גיי ווייז אויף אז ער האט דוקא געזאגט ליגנט צו שטערן דעם אויספארשונג. איין פראסעקיוטער האט רעזיגנירט זיך נישט צו דארפן מישן מיט דעי שטותים.

טראמפ האט געלייגט פרעשור מ'זאל אים אנקלאגן אפילו ס'איז נישט דא קיין נארמאלע באווייז

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:15 am
דורך חלום חלמתי
photo_2025-09-26_07-46-09.jpg
photo_2025-09-26_07-46-09.jpg (270.78 KiB) געזען געווארן 1400 מאל

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:36 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ אטאקירט באונדי פאריגע וואך פארן נישט נעמען קיין עקשאן קעגן זיינע שונאים עדעם שיף, לאטשיע דזשעימס, און קאומי. אפאר שעה שפעטער ציעט ער צוריק.

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:52 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:42 am קאומי וואס איז געווען פון די אלטע חדר רעפובליקאנער, איז געשטעלט געווארן דורך אבאמא צו אהערשטעלן די FBI אלס אן אומפארטייאישער יוסטיץ פליגל, איבערנעמענדיג עמיצן מיטן נאמען ראבערט מולער. אין 2015 האט קאומי'ס FBI אויסגעפארשט די הילערי קלינטאן אימעיל'ס אבער פארמאכט די קעיס אין יולי 2016 'ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן' אבער מיסטעריעז צוריק געעפענט די אויספארשונג אין אקטאבער געציילטע וואכן פאר די וואלן, עפעס וואס האט לויט קלינטאן איר געקאסט די וואלן.

די אויספארשונג איז נישט 'מיסטעריעז' געעפנט געווארן, נאר עס איז געעפנט געווארן נאך וואס FBI אגענטן האבן געטראפן נאך פון קלינטאנ'ס אימעילס אויף א לעפטאפ פון ענטאני ווינער. קאומי האט צוערשט נישט געלאזט עס צוריק עפענען, אבער ווען די פעלד אגענטן פון די ניו יארקער אפיס האבן געסטראשעט אז זיי וועלן גיין צו קאנגרעס האט ער נישט געהאט קיין צוויי ברירות.

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:42 am נאך דעם ברוטאלע פראסק פאר די דעמאקראטן מיט דעם נאוועמבער פארלוסט יענעם יאר, האבן אסאך חברה הויעך געשאלטן דעם קאומי, מ'דארף אים אויספארשן, ווארפטס אים ארויס.. האבן הייזעריגע דזשורנאליסטן געשריבן און געשריגן. און טאקע טראמפ האט צוגעשטימט און א האלבע יאר שפעטער אין מאי 2017 פלוצלינג ארויסגעווארפן קאומי.... אה מיט איין פיצי דיטעיל, אז מ'האט שוין דאן געהאלטן אינמיטן די 'ראשע קאלוזשן' אויספארשונג, און טראמפ האט אים געווארפן פאר יענץ פארשטייצעך. און דאס האט געפירט אז מען זאל אויפנעמען דעם געוועזענעם דירעקטער מולער אלס זעלבסשטענדיגע פארשער, ווייל טראמפס פ.ב.א. קען מען שויניש טראסטן...

עטליכע נקודות:
1) די ראשע האוקס איז געווארן געעפנט יולי 2016, דריי חדשים פאר די וואלן.
2) דאס אז טראמפ האט געווארפן קאומי צוליב ראשע איז איינס פון די גרעסטע קאנספיראציעס פון די אמעריקאנער מידיע אין היסטאריע. דאס ווארפן קאומי וואלט און האט נישט געהאט די מינדעסטע השפעה אויף די אויספארשונג, פונקט ווי עס האט נישט געהאט קיין השפעה אויף אלע אנדערע טויזנטער אפענע אויספארשונגען ביי די FBI און פונקט ווי שטעלן א נייע פאליס קאמישאנער האט נישט קיין השפעה אויף די אפענע קעיסעס פון די NYPD. וואס יא, די מידיע, די פיינט פון די מענטשהייט, האט גענומען אן אויסצוג פון אן אינטערוויו מיט טראמפ וואו טראמפ האט געזאגט אז בשעת'ן ווארפן קאומי האט ער גענומען אין באטראכט די ראשע אויספארשונג "אז עס גייט ווערן ערגער פאר אים צוליב דאס ווארפן קאומי!" (אזוי ווי ס'איז טאקע געווען למעשה) אבער ער האט נאכאלץ מחליט געווען אז ער דארף אים ווארפן, און האבן דאס פארדרייט כאילו ער זאל האבן געזאגט פלעין אז ווען ער האט געווארפן קאומי האט ער געהאט אין מיינד קאומי (וואס די משמעות פון דעם איז אז ער האט אים געווארפן צוליב די אויספארשונג).
3) דער ספעשל קאונסיל מולער איז געווארן געשטעלט נאך וואס קאומי האט געליעקט מעמאוס (כאטש איינס פון זיי קלעסיפייד) צו די פרעסע אלס נקמה.

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:06 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:03 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:53 am יישר כח פארן באריכט, איז עס א גוטע קעיס?

מיין פראגע איז אויב האט ער ליגענט געזאגט ווי קומט אריין לייגן פרעשור אנצוקלאגען אדער נישט, וואס איז מער פון א צווייטן וואס זאגט ליגענט אינטער שבועה?

די קלאגע איז א גוטע קלאגע, אבער יעצט גיי ווייז אויף אז ער האט דוקא געזאגט ליגנט צו שטערן דעם אויספארשונג. איין פראסעקיוטער האט רעזיגנירט זיך נישט צו דארפן מישן מיט דעי שטותים.

טראמפ האט געלייגט פרעשור מ'זאל אים אנקלאגן אפילו ס'איז נישט דא קיין נארמאלע באווייז

אפילו את"ל אז די אבסטראקשען טשארדזש האט נישט גענוג באווייז, איז ליגנט זאגן פאר קאנגרעס אליין א קריים. ראדזשער סטאון האט באקומען פאר דעם עטליכע יאר טורמע.

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:47 am
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 11:03 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:53 am יישר כח פארן באריכט, איז עס א גוטע קעיס?

מיין פראגע איז אויב האט ער ליגענט געזאגט ווי קומט אריין לייגן פרעשור אנצוקלאגען אדער נישט, וואס איז מער פון א צווייטן וואס זאגט ליגענט אינטער שבועה?

די קלאגע איז א גוטע קלאגע, אבער יעצט גיי ווייז אויף אז ער האט דוקא געזאגט ליגנט צו שטערן דעם אויספארשונג. איין פראסעקיוטער האט רעזיגנירט זיך נישט צו דארפן מישן מיט דעי שטותים.

טראמפ האט געלייגט פרעשור מ'זאל אים אנקלאגן אפילו ס'איז נישט דא קיין נארמאלע באווייז

אפילו את"ל אז די אבסטראקשען טשארדזש האט נישט גענוג באווייז, איז ליגנט זאגן פאר קאנגרעס אליין א קריים. ראדזשער סטאון האט באקומען פאר דעם עטליכע יאר טורמע.
מר. סטאון ווינדערט זיך....

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:54 am
דורך חלום חלמתי
דער פרעזידענט באדאנקט זיך מעומק הלב פאר די געטרייע דזשאנדארן, און טייטלט אויף די קומענדיגע אין די רייע...

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:08 pm
דורך חלום חלמתי
מייקל קאהען זאגט אז ער האט איבערגעקוקט די קעיס, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז דא פיינע ווארע צו באשולדיגן קאומי.
ער זאגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט זיצט אויף יעדע אימעיל זיינע, און דער בחור איז געווען טיף טיף פארמישט אין די ראשע האוקס.

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:11 pm
דורך חיים יוסף
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:08 pm מייקל קאהען זאגט אז ער האט איבערגעקוקט די קעיס, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז דא פיינע ווארע צו באשולדיגן קאומי.
ער זאגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט זיצט אויף יעדע אימעיל זיינע, און דער בחור איז געווען טיף טיף פארמישט אין די ראשע האוקס.
זעהט אויס ער האט מורא פון טראמפ אין פרובירט זיך צו חנפענען

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:47 pm
דורך אנדערער
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:08 pm מייקל קאהען זאגט אז ער האט איבערגעקוקט די קעיס, און ס'איז זייער מעגליך אז ס'איז דא פיינע ווארע צו באשולדיגן קאומי.
ער זאגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט זיצט אויף יעדע אימעיל זיינע, און דער בחור איז געווען טיף טיף פארמישט אין די ראשע האוקס.
ווען איז ער ארויסגעקומען?

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 1:37 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:54 am דער פרעזידענט באדאנקט זיך מעומק הלב פאר די געטרייע דזשאנדארן, און טייטלט אויף די קומענדיגע אין די רייע...

וואו זעהסטו טייטלען אויף א קומענדיגן?

Re: משפט קאומי - געוועזענער FBI דירעקטאר.

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 5:20 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע טראמפ געשטעלטער פארשער אויף די ראשע קאלוזשן דזשאן דורהאם זאגט פאר ABC אז בשעתו האט ער שווער געארבעט צו זיכן עפעס א עוולה פון קאומי, אן ערפאלג. און ער ווייסט נישט וויאזוי מען האט עס יעצט פלוצלינג באוויזן...

טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 5:42 pm
דורך חלום חלמתי
ברעיקינג. ניו יארק אטוירני דזשענעראל לאטישע דזשעימס וואס האט אנגעקלאגט טראמפ א יאהר צוריק אין האש מאני, איז געווארן אנגעקלאגט דורך טראמפ'ס דעפארטמענט אוו יוסטיץ פארן פאלש שרייבן אז איר פריימערי הויז איז אין ווירדזשיניע צו באקומען א בעסערע מארטגעדזש. (א עוולה וואס עטליכע אין טראמפס אדמיניסטראציע האבן אויך געטון)

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:11 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע אדווייזער צו פרעזידענט טראמפ דער ערשטער, דזשאן באלטאן. (וואס האט שפעטער שארף קריטיקירט דעם פרעזידענט) איז געווארן אנגעקלאגט אין נישט ריכטיג באהאנדלען קלאסיפיצירטע דאקומענטן.

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 10:02 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:11 pm געוועזענע אדווייזער צו פרעזידענט טראמפ דער ערשטער, דזשאן באלטאן. (וואס האט שפעטער שארף קריטיקירט דעם פרעזידענט) איז געווארן אנגעקלאגט אין נישט ריכטיג באהאנדלען קלאסיפיצירטע דאקומענטן.
ער זאגט דא אז באלטאן איז פיין אפגעקאכט און די קלאגעס וועלן אים אוועקלייגן.

הגם די קעיס איז אנגעקומען היינט צו אן אבאמא נאמינירטע ריכטער

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:46 am
דורך חלום חלמתי
באלטאן איז זיך געקומען אונטערגעבן היינט אין געריכט נאכן ווערן אנגעקלאגט מיט 18 קלאגעס.

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 6:12 pm
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:46 am באלטאן איז זיך געקומען אונטערגעבן היינט אין געריכט נאכן ווערן אנגעקלאגט מיט 18 קלאגעס.
געפליעדט נאט גילטי

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 4:24 pm
דורך חלום חלמתי
דזשעימס איז היינט אנגעקומען צום ערשטען געריכט סעסיע אין ווירדזשיניע ווען זי האט אויסגעהערט די קלאגעס און זיך דערקלערט אומשולדיג, דערנאך האט זי אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ ווי זי האט געשאלטן אויף די פארפאלגונגען אויף איר, אוו געזאגט אז זי זעהט די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם רינט אוועק ווי וואסער

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:07 pm
דורך חלום חלמתי
ברעיקינג


פעדעראלע געריכט האט ארויסגעשליידערט די קלאגעס קעגן לאטישע דזשעימס און דזשעימס קאומי זאגענדיג אז די אטוירני דזשענעראל איז נישט געווארן ריכטיג אויפגענומען לויט די קאנסטיטוציע. און נאך מיסברויכן פון די DOJ

Re: טראמפ'ס לעגאלע קאמפן קעגן זיינע שונאים

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:07 pm
ברעיקינג


פעדעראלע געריכט האט ארויסגעשליידערט די קלאגעס קעגן לאטישע דזשעימס און דזשעימס קאומי זאגענדיג אז די אטוירני דזשענעראל איז נישט געווארן ריכטיג אויפגענומען לויט די קאנסטיטוציע. און נאך מיסברויכן פון די DOJ
די אטורני דזשענעראל, אדער די ספעציפישע פראקוראר?