"תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה"
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 4:08 pm
אונז שטיי מיר יעצט ביים שוועל פונעם נייעם יאר, די פארגאנגענע יאר איז ליידער געווען זייער א שווערע פאר אונז אידן איבער די וועלט, ליידער זייער אסאך טראגעדיעס וואס האט אויפגעטרייסעלט די וועלט, זייער אסאך פון אונז לאזן איבער דעם יאר מיט שווערע געפילן פון ווייטאג.
יעצט ווען די יאר קומט צו א ענדע, זענען מיר מתפלל צום אייבערשטן אז אין די קומענדיגע יאר תשפ"ו זאל זיין ת'תהפך פ'ורעניות ו'יהיו ש'מחות! מ'זאל קענען הערן יעדן טאג פרישע גוטע בשורות! און ס'זאל זיין, "תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה"! מיר זאלן אלע אייביג קענען זיין פרייליך, און נישט וויסן פון קיין צער צו זאגן!
אין די צייט וויל איך אויך בעטן, אזוי ווי מ'זעמיר דאך נאר מענטשן, און ס'מאכט זיך ליידער אז אמאל קען מען בזדון ובששגגה וויי טוען א צווייטן, וויל איך איבער בעטן כל התושבים, ווער ס'איז אמאל געווארן וויי געטון דורך מיר, לא לזאת היתה כוונתי, מיין ציל דא איז אז דא זאל זיין א געשמאקע פאזיטיווע פלאץ צו פארברענגען.
און עטץ זאלטס אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה! א גוט געבענטשט זיס לעכטיג יאר! מיט אלע גוטע השפעות!!