תועבת ה' עקשי לב
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 4:43 pm
בס''ד
האמת אגיד, איך האב מיר אסאך גע'ישוב'ט צו איך זאל יא אדער נישט שרייבן, אבער וואס א טאג ס'גייט אריבער אין איך זע נאך זאכן וואס שמעתי ותרגז בטני ממילא האב איך מחליט געווען יא צו שרייבן, און ס'מוז געזאגט ווערן. ויה''ר אז מיינע ווערטער זאלן זיין ריכטיג און אויפטון וואס ס'דארף אויפטון אן קיין זייטיגע ווירקונגען.
איך גיי נישט דערמאנען קיינעם פערזענליך, ווייל איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן קיינעם. נאר אויב וויל מען אז מיר ערליכע אידן זאלן בלייבן די זעלבע ערליך, און אויב וויל מען אז דער סייט זאל בלייבן א כשר ווינקל זאל מען זען מיינע ווערטער מיט א ערענסטקייט.
שלמה המלך זאגט אין משלי (י''א, כ') תועבת ה' עקשי לב. איז דער מצו''ד מפרש, מראה לאדם יושרו, ומחשבות לבו עקשות. אזא איינער וואס ער שטעלט זיך אהער ווי ער וויל אוועקשטעלן די ישרות, די אמת'דיגקייט פון די זאך, אבער ביי זיך אין קאפ דרייט זיך קרומקייט מיט פארדרייטע דעות, דאס איז וואס שלמה המלך רופט אן 'תועבת ה''.
איך וועל אנהייבן מיט א הקדמה מיט א דוגמא, ס'איז ידוע לכל אז רובא דרובא כלל ישראל, דאס הייסט סיי ביי חסידים תלמידי הבעש''ט הק' און סיי ביי תלמידי הגר''א האט מען אנגענומען באמונה פשוטה אז דער רבש''ע איז משגיח בפרטי פרטיות נישט נאר ביי ביי די מין האנושי, נאר אויך איז דא זיין השגחה פרטית ביי בעלי חיים. בעצם וואלט מען געקענט ברענגן ציטאטן פון די ספרי קודש סיי פון ספרי חסידות און סיי פונעם ליטווישן חדר איבער דעם, אבער איך וועל דירעקט נישט ברענגן ווייל ביי מיר איז קלאר אז דאס איז די אמונה המקובלת בינינו און איך דארף נישט קיין ראיות והוכחות דאס אויפצוווייזן.
אבער יעדער ווייסט אויך אז אין די ספרי הראשונים איז דאס נישט אינגאנצן קלאר, ס'איז דא שטארקע משמעות אין די ראשונים אז זיי האבן געהאלטן אז די השגחה פרטית פונעם בוכ''ע איז נאר ביי די מין האנושי, אבער ביי די בעלי חיים איז נאר דא א השגחה כללית לקיום המין און נישט קיין השגחה פרטית.
והגם אז כמה ספרים זענען שוין מאריך בביאור פון די ראשונים, אז ווען מ'לערנט עס גוט אפ זעט מען אז זיי רעדן פון א אנדערע זאך, נישט פון די זעלבע 'השגחה' וואס מיר רופן 'השגחה', נאר א השגחה לענין הנהגת המשפט. אבער לגבי אונזער 'השגחה פרטית' וועלן די ראשונים זיכער האלטן אז ס'איז יא דא א השגחה פרטית אפילו ביי בעלי חיים (עי' בספר 'באמונה שלימה' שהאריך בזה). איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די אריכות דערפון , עכ''פ מיר האבן זיכער אנגענומען באמונה פשוטה אז דער רבש''ע איז משגיח בפרטי פרטיות נישט נאר ביי ביי די מין האנושי, נאר אויך איז משגיח בהשגחה פרטית ביי בעלי חיים און ווייטער אראפ. אויף אזוי ווייט אז די תלמידים פון מונקאטשער רב זי''ע שרייבן אין דרכי חיים ושלום אז דער מונקאטשער רב האט זייער געשטופט זיינע תלמידים צו לערנען עפעס א ספר מספרי הקדמונים (כ'געדענק נישט וועלכע), אבער ער האט זיי אנגעזאגט אויסצולאזן איין פרק ווי ער רעדט פון די השגחה, ווייל ס'איז אקעגן אמונתינו הצרופה וואס מיר האבן מקבל געווען מדור לדור.
יעצט איז אזוי, ווען ס'זאל קומען א תמימות'דיגער איד און לערנען די הייליגע ראשונים במובנו הפשוט און ער פארשטייט דערפון אז דער אויבערשטער איז נישט משגיח בבע''ח, נניח אז ער גייט נישט מיט אונזער אמונה המקובלת, ער דארף אפשר פרעגן זיינע רבי'ס זיך אויסקלארן, נניח. אבער סוכ''ס דער איד ווען די ראשונים זאלן ווען שרייבן אנדערש וואלט ער עס אנגענומען אין א רגע, אדער ווען מ'איז מסביר פאר דעם איד אז מ'קען יא לערנען אין די ראשונים אז זיי האלטן יא אז דער אויבערשטער איז משגיח בפרטיות אויף בע''ח האט ער נישט קיין שום פראבלעם עס אנצונעמען. און לאמיר עס גוט פארשטיין, ווייל באמת אז מ'איז זיך מתבונן פארשטייט מען אז בעצם כלפי דעם אויבערשטען איז נישט קיין שום חילוק צי ער איז משגיח אויף בני אדם אדער אויף בעלי חיים, די ראשונים וואס שרייבן דאס האלטן נישט אז ס'איז נישט 'ביכולת' ח''ו פונעם רבש''ע צו משגיח זיין בבעלי חיים, נאר זיי האלטן אז ער 'טוט' עס נישט וויל ס'איז נישט נוגע פאר די הנהגה. אבער דער ערליכער איד איז דאך א מאמין בן מאמין ער האט נישט קיין פראבלעם צו גלייבן אז דער אויבערשטער איז יא משגיח בבע''ח, ער איז גרייט צו גלייבן אלעס וואס מ'דארף גלייבן באמונה פשוטה, ער האט נישט קיין שום ספיקות אינעם ענדלאזן יכולת פון גא-ט ב''ה.
אבער נאכדעם איז דא אינגאנצן א אנדערע מענטש, דער עקש הלב ווען ער וועט לערנען די ראשונים און וועט ער זיך פרייען אויף דעם כמוצא שלל רב אז ענדליך האט ער געטראפן עפעס ווי מ'קען מאכן א שפאלט אין די אמונה. אה, ענדליך האט ער עפעס געטראפן. אה, דער אויבערשטער איז נישט ממש איבעראל און אין אלעס. און וויפיל דו וועסט אים פרובירן מסביר צו זיין אז ס'איז נישט מוכרח אזוי צו לערנען אין די ראשונים וועט ער זיך שטארק עקש'נען עס נישט אנצונעמען, ווייל זיין עקשות הלב טרייבט אים צו מאכן א שפאלט אין אמונה, ער האט לכתחילה א פראבלעם מיט אמונה און ער וויל ווי מ'קען נאר עס לויזער מאכן.
תמצית הדברים, וואס טרייבט אים אזוי צו האלטן? דער ערשטער איד ווען ער וועט לערנען די ראשונים וועט ער אזוי האלטן ווייל אזוי ער האט עס געלערנט אין די ראשונים, אבער דער אנדערער דער עקש הלב טרייבט אים אזוי האלטן ווייל ער האט א פראבלעם מיט'ן אויבערשטען, און ווי ער קען טרעפן א שפאלט אין אמונה אדער אוועקצונעמען פונעם יכולת ה' וועט ער עס ווילן טון. ער נעמט די ראשונים נאר ווייל דארטן קען ער זיך פארשלייערן אז ער מיינט פשוט די ישרות פון די נושא, אבער באמת שבע תועבות בלבו.
כ'האב געזען לעצטענס א אימרא נאה וואס הגאון רבי פנחס הירשפרונג זצ''ל האט נאכגעזאגט בשם רבן של ישראל מרן החתם סופר זי''ע "מ'קען מחמיר זיין און מ'קען מקיל זיין, אבער נישט זיין א קל, ודפח''ח.
עס איז ליידער אין אלע דורות געווען פארדארבענע דעות, און ס'איז געווען גדולי ישראל שומרי גחלת ישראל וואס האבן לוחם געווען אקעגן זיי. ס'איז אבער דא פארקרומטע דעות וואס קומען פארשלייערט, און ס'איז זייער שווער זיי לוחם זיין און אויסשפייען, ווייל מ'דארף אראפרייסן זייער שלייער און אויפדעקן זייער פרצוף. אין ספרים שטייט אז עמל'ק איז בגי' ספ''ק, דאס מיינט אז די קליפה פון עמלק וועט נישט קומען זאגן אפן און גראב זאכן אקעגן דעם אויבערשטען אדער אקעגן די תוה''ק, נאר ער וועט אריינווארפן א ספק, אריינווארפן א פלאקן, אפשר נישט, נישט זיכער, ס'איז דא אסאך שיטות אין דעם. אבער די נקודה וואס ער וויל איז אז דו זאלסט שוין נישט גלייבן אינעם אויבערשטען אזויווי פריער, דיין אמונה זאל שוין נישט זיין קלאר ביי דיר, דאס אלעס וויל ער, סיי כאטש מסופק.
דער עקש לב ווען ס'וועט זיך מאכן סיי ואספארא שמועס אין ביהמ''ד איבער עפעס א נושא וועט ער אלץ וויסן אריינצווארפן עפעס א ראשון אדער עפעס א גדול וואס האט נישט ממש אזוי געהאלטן, ס'איז אים זייער וויכטיג אז דו זאלסט דאס וויסן ווייל אז נישט קענסטו נאך לעבן אין א טעות א גאנץ לעבן.
דער עקש לב ווען ס'וועט זיך מאכן א שמועס אין ביהמ''ד איבער השגחה פרטית וועט ער זיכער מאכן צו אריינווארפן אז ס'איז נישט זיכער, די ראשונים האלטן נישט אזוי. ס'איז אים זייער וויכטיג אז דו זאלסט דאס וויסן ווייל אז נישט קענסטו נאך לעבן אין א טעות א גאנץ לעבן.
דער עקש לב ווען ס'וועט זיך מאכן א שמועס אין ביהמ''ד איבער די עשר מכות ביי יציאת מצרים וואס איז יסוד אמונתינו, וועט ער זיכער מאכן צו אריינווארפן עפעס א ראשון וואס ער האט געטראפן אז אפאר מכות האבן די אידן אויך געכאפט, נישט נאר די מצריים. ס'איז אים זייער וויכטיג אז דו זאלסט דאס וויסן ווייל אז נישט קענסטו נאך לעבן אין א טעות א גאנץ לעבן.
וועסטו פרעגן, מה כל הרעש? וואס איז? מ'טאר נישט וויסן די ברייטע היקף פון א נושא? ניין מיין קינד, נישט דאס איז דער נושא, ס'גייט מיר נישט אן אז ער האט געלערנט עפעס מיט א ברייטקייט. נאר ווי געשריבן פריער, וואס טרייבט אים צו דעם? וואס צווינגט אים אייביג אין יעדער נושא צו טרעפן יענע שיטה? עס איז דא ביי כלל ישראל צוועלף שבטים, יעדער האט זיך זיין גאנג און זיין מהלך, אבער ס'איז נישט דא קיין שבט וואס וועט אלץ זאגן פאר שבט ראובן אז ס'איז דא אויך שבט שמעון, און פאר שבט שמעון אז ס'איז דא אויך שבט ראובן. דאס איז עקשות הלב מיט'ן פנים פון ישרות.
ווען איינער א גא-ט'ס פארכטיגער איד מיוצאי אונגארן וויל קלאר מאכן זאכן וויאזוי ער האט אפגעלערנט די סוגית ה'טיילונג אין אונגארן, הגם מ'קען דעבאטירן, אבער ער קומט פון זיין מסורת אבות און ער וויל עס אווקקשטעלן וויאזוי ער פארשטייט עס פון זיינע רבי'ס. כל הכבוד. ער אנערקענט מיט כבוד און רעספעקט אז ס'איז געווען חילוקי דעות אין די צוגאנג, אבער נאך אלעם שרייבט ער זייער קלאר ''מיר זעען דעמאלטס אין די בריוון זייער קלאר פון אלע רבנים די תלמידי החת”ס, דער כת”ס און מהר”ם שיק בראש וואו זיי פארלאנגען בכל התוקף אויסצושליסן די סטאטוסקווא אויכעט. נישטא קיין נוטראלקייט ווען עס קומט צו די תורה.'' און מיט כבוד און רעספעקט פאר רבותינו הק' פון גאליציע זי''ע, על אף זיין קבלת אבות זאגט אים אנדערש, דאס איז ישרות און מיט רעספעקט.
אבער אינגאנצן אנדערש איז דער מעשה ביים עקש הלב, אין היסטאריע וועל איך זיך נישט פארהערן מיט אים ווייל ער קען טאקע בעסער פון מיר, אבער מיט זיינע דעות וועל איך זיך פארהערן און בכל התוקף. ער וועט איבעראל אריינווארפן א פלאקן, ס'איז נישט זיכער אזוי. זיין עיקר ציל איז אז דו זאלסט וויסן אז ס'איז נישט אזוי געפערליך וויאזוי דו מיינסט אז ס'איז.
אזא זלזול'דיגער שפראך צו רבינו הקדוש הדברי חיים זי''ע ווי כאילו די הייליגע פסק פונעם ד''ח איבער די רוה''ק פונעם אוהחה''ק, איז עפעס לאכעדיג, נישט אזוי זיכער.
דער עקש הלב וועט רעדן מיט העזה אקעגן רבינו הראב''ד מיט אזא זלזול, און ווען מ'האלט אים פאר דערויף וועט ער נאך פשוט און פראסט אוועקנעמען דעם טיטל 'ראשון' פונעם ראב''ד... אין כאן ראשון, אין כאן זלזול...
ווען עס קומט צום זוהר, וועט ער זיכער מאכן אריינצוווארפן א פלאקן אז ס'איז נישט זיכער אז ס'קומט פון רשב''י. ער איז בכלל נישט גרייט צו הערן תירוצים, ס'איז נישט די נושא אפילו. (מ'קען אלעס שיין פארענטפערן, אבער ס'איז נישט די נושא) דער עיקר איז אז דו זאלסט נישט אזוי גלייבן באימה וביראה בדברי רבותינו הקדושים.
ווען ס'קומט צום טיילונג וועט ער ווידער אריינווארפן א פלאקן, ער וועט ברענגן פון יעדן אסיפה עפעס א קולא וואס איז געזאגט געווארן פון עפעס א רב. אלעס דיר צו לאזן וויסן אז ס'איז נישט זיכער אז מ'דארף לוחם זיין אקעגן פושעים ומרימי יד בתורת משה.
ווען איינער דערמאנט עפעס איבער הגה''ק מהר''ם באנעט זי''ע אז ער איז געווען שטארק קנאי'ש געשטימט, וועט ער נישט זאגן קלאר אנדערש נאר ווידער אריינווארפן א פלאקן, ער האט געטראפן עפעס וואס מ'טרעפט ביי מהר''ם באנעט נישט אזוי שטארק קנאות'דיג. טאקע א מציאה...
ווען איינער וועט דערמאנען די מלחמה אקעגן הראי''ה וועט דער עקש הלב נאר אגב'דיג דיר לאזן וויסן אז ס'איז נישט זיכער אז ער איז אפיקורס, אלעס נאר דיר א טובה צו טון און מודיע זיין דעם אמת.
אלזא ליבע ברידער, אויב ווילט עטס אז די סייט זאל אויסקוקן ווי קאווע שטיבל, כל הכבוד, גייטס אן ווייטער. אבער אויב ווילט איר ווייטער א כשר'ע ערליכע סייט וכו'.
ואתכם הסליחה.