זונטאג ר"ח אייר תשע"ח
חצות עס קלאפט, מעריב געכאפט.
יעדער צוגאנגען.
א בחור'ל פארבליבן, די שלאף פארטריבן.
אייזענע צוואנגען.
א גמרא פון שענקל, אויפן שפיץ בענקל.
און אנגעפאנגען.
מיט א שטומע א זיסן, די אמוראים באגריסן.
אוי, לויטערע קלאנגען.
די קול תורה פארשפרייט, מיין הארץ צוגייט,
הייליגע שטייגער.
שוין צוועלף דרייסיג, ער לערנט פלייסיג.
אן א זייגער.
ווער און וויאזוי, אין קורצן – מה טיבו?!
כ'פלאץ פאר נייגער.
זיין נאמען קריגן, אפשר א קומענדיגן...
רבי עקיבא איגר.
כ'גיי צו צום ווינקל, ס'איז האלב טינקל.
ווי א תלמיד חכם.
איבערן שטענדער, די גמרא בענדער.
דיקע כרכים.
'זייטס אזא גוטע, דיין נאמען - ביטע'?
'איך הייס נחום',
א פראגע אן ערנסטע, 'זאג - וואס לערנסטע'?
ער לערנט זבחים.
כ'פרעג איבער קלאר, 'זבחים' גאר..?!
געלערנט אמאל?
זיין ענטפער גאר מילד. ווי הלל'ס געדולד,
אן ווערן נתפעל.
"זיך צאמגעשטעלט, מיט די אידישע וועלט.
כלל ישראל.
מ'הייבט אן דף ב', און יא - איך ווייס...
'מיין ערשטע מאל'"!
איך פארבייס די ליפן, אינערליך טוט ציפן.
טיף באהאלטן.
דאן איך קלער, נע א 'פרישקייט' – נישט מער.
ס'וועט שפאלטן.
אין הארצן איך שפעט, כ'גלייב נישט ער וועט.
לאנג אנהאלטן.
אלץ מבין כ'פארשטיי, נאך א טאג אדער צוויי.
און צוריק צום אלטן...
מאנטאג כ"ב אלול תשפ"ה
ס'הייבט אן טאגן, אין מקוה זיך יאגן.
קוים ערוועקן.
טראפעדיגע פיאות, אויפכאפן די נייעס.
אלעס דעקן.
א וואנט פון אנאנסן, חובות און באלאנסן.
נויטיגע צוועקן.
אומצאליגע פאפירן, פילפארביגע קאלירן.
מיט קאווע פלעקן.
גליונות - רעיונות, ווערטלעך און חשבונות.
ציצים ופרחים.
דאן כ'שטעל זיך אפ, אן הזמנה פאלט אראפ.
בצידי הדרכים.
איך ווער אינגאנצן בלאס, א סיום הש"ס.
א סעודת מלכים.
נישט יום און נישט יומיים, נאר פאקטיש א מסיים.
איז אונזער... נחום!
אנטפלעקן מיין סוד, פון דעם עפיזאד.
פאר מיינע צרכים.
נאכפאלגן זיין וועג, בלעטער ווערן טעג.
און שניידן רווחים.
און אויב זיך שעמען, דאן טוישט מען נעמען.
איך הייס נחום!
אין מיין נייע לאקאציע, אויף א זוך אקציע.
למקומן של זבחים.
נ.ב.
די געשיכטע דעטאלירט, איז 'נישט' באזירט...
נאר האט ווירקליך פאסירט, בלויז די נאמען – פאנטאזירט!
איך הייס נחום..
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2763
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8552
Re: איך הייס נחום..
נעווער טו לעיט, עס איז קיינמאל צו שפעט
זיך צו נעמען אין די האנט
עס קען נאך געשעהן, מ'האט שוין בעבר געזעהן
מיט רבי עקיבא באקאנט
זיך צו נעמען אין די האנט
עס קען נאך געשעהן, מ'האט שוין בעבר געזעהן
מיט רבי עקיבא באקאנט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: איך הייס נחום..
חיזוק אזוי 'ווארעם', גיסט איר דא.
כמים 'קרים', על נפש העיפה.
ערנסט אין באטראכט, אייער חיזוק און ראט.
א שותפות פארמאכט, מיטן טעגליכן בלאט.
....
און נאך א ווארט, פאר נחום פערזענליך.
ביים סיום דארט, אויסערגעווענדליך.
"אויב מאכט זיך אז דו ליינסט דא מיינע ווערטער, זאלסטו צום ערשט וויסן אז כ'מיין טאקע דיר. יא אזוי ווי דו הערסט, דיר מיין איך"!
"מיטן אויסגעשטרעקטן האנט און אויגן ברייט אפען פון שעצונג וויל איך דיר הערצליך באגריסן מיט א ווארעמען מזל טוב. יא, דו האסט עס באוויזן"!
"שווארץ אויף ווייס! הדרן עלך כל הש"ס"!
"מיט עהרע כ'הייב אונטער דאס היטל, מיט רעכט פארדינט א נייעם טיטל; נישט מער נחום, נאר 'רבי נחום'"!
אנהייבן זבחים מיט כלל ישראל.
פאר מיר איז דאס נאך דעם 'ערשטן מאל'...
כמים 'קרים', על נפש העיפה.
ערנסט אין באטראכט, אייער חיזוק און ראט.
א שותפות פארמאכט, מיטן טעגליכן בלאט.
....
און נאך א ווארט, פאר נחום פערזענליך.
ביים סיום דארט, אויסערגעווענדליך.
"אויב מאכט זיך אז דו ליינסט דא מיינע ווערטער, זאלסטו צום ערשט וויסן אז כ'מיין טאקע דיר. יא אזוי ווי דו הערסט, דיר מיין איך"!
"מיטן אויסגעשטרעקטן האנט און אויגן ברייט אפען פון שעצונג וויל איך דיר הערצליך באגריסן מיט א ווארעמען מזל טוב. יא, דו האסט עס באוויזן"!
"שווארץ אויף ווייס! הדרן עלך כל הש"ס"!
"מיט עהרע כ'הייב אונטער דאס היטל, מיט רעכט פארדינט א נייעם טיטל; נישט מער נחום, נאר 'רבי נחום'"!
אנהייבן זבחים מיט כלל ישראל.
פאר מיר איז דאס נאך דעם 'ערשטן מאל'...