נייע סעריע! ביזנעס ענטיטיס - מיט א קלארקייט
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 3:06 pm
א גוט'ן, מיינע טייערע חשובע ידידים,
צום אלעם ערשט וויל איך אייך באדאנקען פאר'ן מיטהאלטן ביז אהער.
די לעצטע פאר וואכן איז דער מהלך פון אונזערע וועכענטליכע ארטיקלען געווען, אז איך האב גענומען א רענדאם שאלה וואס איז אריינגעקומען צו מיר אין אפיס דורכאויס די וואך, און דאס אויסגעשמועסט מיט אייך ( זעה דא).
אבער נאכדעם וואס עטליכע אירע האבן געבעטן פאר א מער מסודר'דיגע צוגאנג, כדי צו קענען אויפבויען א קלארן פארשטאנד אין די יסודות פון ביזנעס סטרוקטורן, האב איך באשלאסן צו טוישן דעם פארמאט.
און פון די וואך און ווייטער וועלן מיר בעזר ה' פארן מיט א סדר: אנהייבן מיט די אלף-בית יסודות פון די אלע ערליי ביזנעס סטרוקטורן, און צוקומען צו א פולע קלארקייט אין די גאנצע נושא.
אונזער ציל איז צו נעמען די גאנצע נושא און עס צולייגן אויף קליין געלט, שטאפל ביי שטאפל, פונעם אנהייב ביזן סוף - כדי יעדער, אפילו איינער וואס האט נישט קיין שום פריערדיגע ידיעות, זאל קענען ארויסגיין מיט א קלארע פארשטאנד.
לתועלת הענין קען זיין אז טייל פון די נקודות וואס מיר וועלן בארירן, ספעציעל אינעם אנהייב, וועלן זיין גאנץ פשוטע זאכן, אדער אזעלכע זאכן וואס מיר האבן שוין אויסגעשמועסט אין אונזער פריערדיגע ארטיקלן, פשוט וויבאלד מיר ווילן אנפאנגען פון גאנץ אונטען כדי עס זאל זיין א דבר השלם.
קראו, ותחי נפשכם!
[איך וויל אויך אויסנוצן די געלעגנהייט אייך צו מעלדן, אז איך האב נאר וואס געפאבלישט מיין נייע זייטל אויפן געוועב, אונטערן נאמען Keystone Filings (נאכנישט 100% פארטיג). באזוכט עס און לאזט מיר וויסן אייער פידבעק אויב איר טרעפט סיי וועלכע אישוס אדער אויב איר האט סיי וועלכע קאמענטארן, יישר כח]