בלאט 1 פון 1

וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:09 pm
דורך אזובי הקיר
דינסטאג, סעפטעמבער דעם ניינטן; הקרייה, מרכז תל אביב, ישראל:


אין א טיפן הערמעטיש פארמאכטן בונקער ווייט פונעם מענטשליך אויג זיצן זיי אויף שפילקעס, עס פארט ציגארעטלעך איינע נאכן צווייטן... דער שפאנונג איז גרויס.

חדשים און יארן פון שפיאנאזש, הונדערטע מיליאנען אריינגעגאסן, הונדערטע טויזענטע פיילס און שטיקלעך אינפאו צוזאמגעקליבן פון אונטערגעשטעלטע שליחים איבער צפון אמעריקא, לבנון, טערקיי, סאודי אראביע, פאקיסטאן, תימן, קאטאר און איראן (מעגליך: ארגענטינא, מאדאגאסקאר און פאפוע ניו גיני אויך).

טויזענטע שעות ארבעט פון צוזאמשטעלן אימפארמאציע דורך די גרעסטע מוחין אין דעם שפיאנאזש פעלד, אומצאליגע מיליטערישע און פאליטישע מאנאוורעס געטון דורך אלוועלטליכע רעגירונגען, דירעקט און או דירעקט, איבערן באוואוסטזיין צו אונטערן באוואוסטזיין- און דא שטייט מען יעצט...

אלעס איז אויסגערעכנט און שטייט אויף איר פונקטליכער ציל ווי א פיראמיד, מען ברויך נאר דרוקן דעם "שיק"


אל בארוזש, דאהא, קאטאר:


אין טונקעלן פאררויכערטן קעלער ארום א ברעט געשטעלט אויף ציגל און מילך קעסטלעך זיצן זיי. צוזאמגעקראצט פון פילע עקן וועלט - טעראר אקצעפטירענדע לענדער, טערקיי, לבנון און נאך...

די לופט איז געשטיקט מיט וואלקענעס רויעך וואס שיטן ארויס פון די ציגארן, ציגארעטלעך און הוקא'ס, אוןדי טענער זענען ארויס פון קאנטראל... מען דאבאטירט דעם עתיד פון פאלעסטינע אלץ א פאלק, פון חאמאס אלץ א צום טויט דערווארגענעם...

אאאההההוווםםם... ווואאאההה.... אששלעםםם... אלללחחחייההה...

דער מסגד ברומט און שרייעט, זי פאדערט די גלויביגע זיך צו באטייליגן ביים מוגרב פרעפלערייען.

ווי פאלגזאמע און רעספעקטירטע גלויביגע - שטעלן זיך די פארזאמעלטע אויף פון טעפיך, שטויבן זיך אפ די פוס, פארדעקן זיך דאס קאפ מיט א רויט און ווייסער קאפפייה, וואשן זיך די הענט און פוס אין חצר און לאזן זיך ארויס צום מסג'ד צוויי הונדערט מעטער אויף מזרח זייט.

אבער נישט איידערן איבערלאזן די סאפיסטעקירטע אריינהעקלאזע ביפער סטייל טעלעפאונס אינעם שאפקעלע אין קעלער.


תל אביב, ישראל:

מוכנים? כן! עקשן? כן!

שלוש, שתיים, אחד... בום!!! פוץ!!

דער קוועטש אויפן קנעפל האט אין א מיליסעקונדע איבערגעלאזט דעם גאנצן קעלער מיט דער חצר ארום אויף א הויפן אש און פארעך, ווען וואלקענעם רויעך און שטויב פארשפרייטן זיך איבער די קאטארישע הימלען און וואלקען קראצער...


אל מאסול מסג'ד, אל בארוזש, דאהא, קאטאר.

די פרעפלערייען ווערן האסטיג צושטערט דורך אויפשאקעלנדע טרייסלערייען, די בןקנדע פרעפלער ווארפן זיך פון איין עק זאל צום צווייטן צום קול פון די העפטיגע באמבערייען...

נאך פינף מינוט קלויבן זיי זיך צוזאם,נ פארשטויבט, שמוציג, ערשיטערט אבער לעבעדיג... זיי בוקן זיך ווידער צום א-ל-ל-ה און ווערן אנטרינען צו א אומבאקאנטער לאקאל דורך אומאידענטיפיצירטע מאשינען.




עפילאג:

ווען די מוסד שפיאנאזש האט געזען די ביפערס פון די חאמאסאייסיסטישע קארפן קעפ פארזאמעלט אין איר באשטימטע לאקאל האבן זיי געדריקט דעם שיק קנעפל... פארטיליגענדיג אלע אויפאמאל....

אבער די געבעט הויז רעסעקטירענדע פרעפלער וואס האבן געלאזט די כלים אין הויף, זענען פארמיטן געווארן.


הנוגע לענינינו: ברענג נישט אריין דיין סעלפאון אין שול... ס'וועט דיך אפהיטן און פראטעקטן... און בעיקר - "ברענגען נענטער צום אויבערשטער"

► Show Spoiler

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:11 pm
דורך שמעון דייטש
זייער שיין געשריבן! און זייער א קלארע מוסר השכל!

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm
דורך וואוילער
זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm
דורך חלום חלמתי
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?
מעשה פאסירט צוויי טאג צוריק...

אבער למען האמת פארשט נאך די מוסד אויב דאס איז געווען א פארראט פון קאטאר

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:33 pm
דורך וואוילער
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?
מעשה פאסירט צוויי טאג צוריק...

אבער למען האמת פארשט נאך די מוסד אויב דאס איז געווען א פארראט פון קאטאר
אקעי, כ'האב נאכנישט געזעהן באריכטעט די דעטאלן אז דאס איז געוועהן די מעשה.
וואס הייסט פארראט? זיי דארפן צוהעלפן אזא אטאקע?

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:49 pm
דורך חלום חלמתי
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:33 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?
מעשה פאסירט צוויי טאג צוריק...

אבער למען האמת פארשט נאך די מוסד אויב דאס איז געווען א פארראט פון קאטאר
אקעי, כ'האב נאכנישט געזעהן באריכטעט די דעטאלן אז דאס איז געוועהן די מעשה.
וואס הייסט פארראט? זיי דארפן צוהעלפן אזא אטאקע?
מדנ"י האט זיי איינגעמאלדן א מינוט פארדעם, און זיי זענען חושד אז זיי האבן פארציילט. כלומרשט זענען זיי קעגן טעראר

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:50 pm
דורך חלום חלמתי
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:33 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:28 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?
מעשה פאסירט צוויי טאג צוריק...

אבער למען האמת פארשט נאך די מוסד אויב דאס איז געווען א פארראט פון קאטאר
אקעי, כ'האב נאכנישט געזעהן באריכטעט די דעטאלן אז דאס איז געוועהן די מעשה.
וואס הייסט פארראט? זיי דארפן צוהעלפן אזא אטאקע?

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 10:09 pm
דורך היימישע זייגער
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 2:22 pm זייער שיין!

איז דאס א מעשה שהי', אדער א מוסר השכל פון א זאך וואס האט געקענט געשעהן?

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 10:47 pm
דורך טיפע טאשן
שלום עליכם @אזובי הקיר זייער א גוטע התחלה!

אגב ווער איז @אזוב הקיר ?

Re: וואס האט זיך באמת אפגעשפילט אין 'דאהא, קאטאר'?!‎

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 12:54 am
דורך בודקע
זייער גוט געשריבן! מיט א הערליכע מוסר השכל!!

@אזובי הקיר, א מאסיוון פעדער!!!

איך וויל נאר פארשטיין די ספוילער, איך כאפ נישט וואס די מעסעדזש דערפון איז.