בלאט 1 פון 1

די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:54 am
דורך פעינטיג
נישט קיין שאלה אז, ה' יתברך תמיד אוהב אותי, איז די ניגון פונעם יאר.

געזינגען אין יעדע אידישע ארט אויפן וועלט, און עס זעט נישט אויס ווי די ניגון וועט ארויסגיין אזוי שנעל.

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 9:06 am
דורך זכריה
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:54 am נישט קיין שאלה אז, ה' יתברך תמיד אוהב אותי, איז די ניגון פונעם יאר.

געזינגען אין יעדע אידישע ארט אויפן וועלט, און עס זעט נישט אויס ווי די ניגון וועט ארויסגיין אזוי שנעל.
אויב מיינסטו א ניגון וואס איז נתחבר געווארן היי יאר דאכט זיך אז דער ניגון איז נתחבר געווארן שוין פאראיאר

ובדקתי, ומצאתי כתוב כן בויקי וז׳׳ל תמיד אוהב אותי" הוא סינגל מאת יאיר אליצור, שיצא באופן עצמי ב-18 ביוני 2024.

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 10:44 am
דורך עדיטאריעל
יא דו האסט די כוחות!

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 11:33 am
דורך להגדיל הטראסק
שטירן אקסן קעמלען

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:13 pm
דורך לאקאלער רב
ביי מיר: "ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און אלעס טוט ער פירן. ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און אן איהם גארנישט טוט פאסירן"....

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:10 pm
דורך חנן
ויקיפעדיע פון הארמאניקא. ס'גייט נעמען צייט ביז ס'גייט אויפרייסן, אבער ס'איז דער ניגון פון יאר.

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 1:00 am
דורך פעינטיג
זכריה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 9:06 am
פעינטיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:54 am נישט קיין שאלה אז, ה' יתברך תמיד אוהב אותי, איז די ניגון פונעם יאר.

געזינגען אין יעדע אידישע ארט אויפן וועלט, און עס זעט נישט אויס ווי די ניגון וועט ארויסגיין אזוי שנעל.
אויב מיינסטו א ניגון וואס איז נתחבר געווארן היי יאר דאכט זיך אז דער ניגון איז נתחבר געווארן שוין פאראיאר

ובדקתי, ומצאתי כתוב כן בויקי וז׳׳ל תמיד אוהב אותי" הוא סינגל מאת יאיר אליצור, שיצא באופן עצמי ב-18 ביוני 2024.
רייטן, אבער פאפולער איז עס געווען דעם יאר, די הויכפונקט איז געווען מיינעך נאך סוכות.

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 12:37 pm
דורך שמח
חנן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:10 pm ויקיפעדיע פון הארמאניקא. ס'גייט נעמען צייט ביז ס'גייט אויפרייסן, אבער ס'איז דער ניגון פון יאר.
ס'איז אינטרעסאנטע גראמען, געדאנקען און אויסדרוקן.

די ניגון און סטיל... נו שוין.

פארוואס זאגט ער וויקעפעדיע? אין מיינע אויגן איז די ווארט וויקיפידיע - wikipedia, בין איך ראונג?
# ריכטערן ריבא/רייבא

Re: די ניגון פונעם יאר

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 5:17 pm
דורך חנן
שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 12:37 pm
חנן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 3:10 pm ויקיפעדיע פון הארמאניקא. ס'גייט נעמען צייט ביז ס'גייט אויפרייסן, אבער ס'איז דער ניגון פון יאר.
ס'איז אינטרעסאנטע גראמען, געדאנקען און אויסדרוקן.

די ניגון און סטיל... נו שוין.

פארוואס זאגט ער וויקעפעדיע? אין מיינע אויגן איז די ווארט וויקיפידיע - wikipedia, בין איך ראונג?
# ריכטערן ריבא/רייבא
קודם כל, די אידישע Wikipedia הייסט וויקיפעדיע. (https://yi.wikipedia.org).

מיין קשיא איז, פארוואס הייסט עס נישט וויקיפעדיאַ?

די לאטיינישע בוכשטאבן, מיט וועלכע ענגליש ווערט געשריבן, האבן אן אריגינעלע וועג ווי אזוי יעדע קלאנג ווערט ארויסגעזאגט. אסאך שפראכן האבן דאס משנה געווען פאר זיך, לדוגמא ענגליש.

ווען מ'וועט אריינברענגען אין אידיש אן ענגליש ווארט, וועט מען עס געווענליך אויסלייגן אזוי ווי מען רעדט עס, און אויב וואלט דאס געווען דער פאל מיט וויקיפעדיע, וואלט מען טאקע געדארפט זאגן אויף אידיש וויקיפידיע.

ווען מען נוצט אבער אין אידיש אן אינטערנאציאנאלן ווארט, אדער א נאמען פון אן אינטערנאציאנאלן פירמע וכדו', וועט מען עס אויף אידיש אויסלייגן לויט די אריגינעלע אויסלייג פון לאטיינישע בוכשטאבן, וואס אין אונזער פאל וועט אן E זיך ליינען "עֶ", און אן A - "אַ".

אלזא, בלייבט דער קשיא, נישט אויף הארמאניקא, נאר אויף דער וואס האט געגרונדעט די "ייִדישע וויקיפּעדיע" פארוואס עפעס האט ער געזעצט אן "ע" צום סוף אנשטאט א קמ"ץ אל"ף.