בלאט 1 פון 3

משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:06 pm
דורך never say never
א שרעקליכער גזר דין לויערט אויף בנימין כאסין א אידישן בחור אין א געפערליכער טורמע אין קורדיסטאן, אין איראק, וועלכער איז פאר'משפט געווארן צום טויט רח"ל.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:12 pm
דורך צווייטער
never say never האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:06 pm א שרעקליכער גזר דין לויערט אויף בנימין כאסין א אידישן בחור אין א געפערליכער טורמע אין קורדיסטאן, אין איראק, וועלכער איז פאר'משפט געווארן צום טויט רח"ל.
שוין ווידער אזאנס?
וואס גייט פאר? פרטים??

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:12 pm
דורך עדיטאריעל
אינטערוויו: מחילה וסולכא! א שרעקליכער גזר דין לויערט אויף בנימין כאסין.

א אידישן בחור אין א געפערליכער טורמע אין קורדיסטאן, אין איראק, וועלכער איז פאר'משפט געווארן צום טויט רח"ל.
דער פרומער אדוואקאט, ר' אברהם לאווי, איז געפארן מיט מסירת נפש קיין איראק זיך צו טרעפן מיט די דארטיגע שבטים-פירער און אויסגעארבעט א דיעל אז פאר 250,000 דאלאר אויסלייז-געלט קען מען ראטעווען זיין לעבן.
וועלן מיר קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה?

https://www.yiddish24.com/interviews/12/136993

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:15 pm
דורך עדיטאריעל
שריפט

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:23 pm
דורך שינאווער
איז דא א לינק וואו מען קען געבן געלט?

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
פון אייוועלט:
לאשתמודעתא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:16 pm איך ווייס נישט ווער עס האט יעצט ארויפגעברענגט דעם מעשה אבער ער זיצט שוין אין טורמע פאר א שיינע פאר יאר.

די גאנצע מעשה ווי אזוי אראפגעלייגט יעצט איז פאלש, ער איז נישט קיין הב׳ בנימין כאסין נ"י נאר א פאלנער פרייער.
ער איז נישט געפארן באזוכן זיין פאמיליע, נאר קעמפן קעגן די אייסיס טעראר גרופע.

זעט דא באריכט איבער זיין ארעסט.
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 72,00.html
https://news.walla.co.il/item/3034289

שוין פאר 8 יאר צוריק איז געמאכט געווארן א קאמפיין פאר אים און אויפגעטריבן געווארן $120,000 און געוויסע האבן פארגעשלאגן אז עס איז געווען א בלויזער שווינדל.

זעט דא
https://m.maariv.co.il/news/military/Article-573784
https://mobile.srugim.co.il/article/181683

איך האף אז שמעון און די שריפט זענען נישט אריינגעפאלן אין פאסטקע פון שווינדלער וואס רייטן אויף די אידישע געפילן.
לאשתמודעתא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 6:38 pm לייגט אריין אין אייער בראוסער די ווערטער "בן חסין דאעש" ותרוה נחת.

א אלטע פרשה וואס ווי עס זעט אויס איז שוין איינמאל ארויסגעשווינדלט געווארן $120,000 פון אידן און קיינמאל נישט אנקומען צו אים באפרייען.

געוויסע באריכטן שרייבן אז ער האט זיך פשוט געשלאגן מיט א מוסולמענער אין א נאכט קלאב און יענעם אומגעברענגט.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:12 am
דורך שאינו יודע לשאול
א באריכט פון די איזראעלישע צייטונגען, 2017, איבערגעטייטשט אין אידיש דורך עי-איי.
► Show Spoiler

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 3:03 pm
דורך צווייטער
אויב איז ער מזרע ישראל איז מען מחוייב צו טון כל מה שביכלתינו אים צו ראטעווען, נישט קיין נפק''מ אויב ער איז שולדיג אדער נישט.

דאס אז ער איז א פרייער און ער איז נישט קיין שומתו''צ איז זייער א קאמפליצירטע סוגיא בזמן הזה, אויב איז דא רב בישראל וואס זאגט קלאר אז ביי דעם פאל האט ער א דין ווי א גוי דאן איז מען פטור.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 4:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 3:03 pm אויב איז ער מזרע ישראל איז מען מחוייב צו טון כל מה שביכלתינו אים צו ראטעווען, נישט קיין נפק''מ אויב ער איז שולדיג אדער נישט.

דאס אז ער איז א פרייער און ער איז נישט קיין שומתו''צ איז זייער א קאמפליצירטע סוגיא בזמן הזה, אויב איז דא רב בישראל וואס זאגט קלאר אז ביי דעם פאל האט ער א דין ווי א גוי דאן איז מען פטור.
א. דארף מען וויסן צי מקען אים טאקע ראטעווען דערמיט. אין דער באריכט שטייט אז זקא האט נישט געוואלט געבן די געלט ווייל זיי האבן נישט געברענגט קיין איבערצייגנדע באווייז אויף די גאנצע מעשה.

ב. ס'דא נאך אזעלכע סארט אידן וועם מקען ראטעווען, און אלעס איז חשוב, אבער פארדריי נישט די קעפ מיט א הב' - נ"י, ווען מרעדט פון א פרייער וואס האט געהרגעט א גוי אין א קריגעריי.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:14 pm
דורך שוהם
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 4:29 pm
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 3:03 pm אויב איז ער מזרע ישראל איז מען מחוייב צו טון כל מה שביכלתינו אים צו ראטעווען, נישט קיין נפק''מ אויב ער איז שולדיג אדער נישט.

דאס אז ער איז א פרייער און ער איז נישט קיין שומתו''צ איז זייער א קאמפליצירטע סוגיא בזמן הזה, אויב איז דא רב בישראל וואס זאגט קלאר אז ביי דעם פאל האט ער א דין ווי א גוי דאן איז מען פטור.
א. דארף מען וויסן צי מקען אים טאקע ראטעווען דערמיט. אין דער באריכט שטייט אז זקא האט נישט געוואלט געבן די געלט ווייל זיי האבן נישט געברענגט קיין איבערצייגנדע באווייז אויף די גאנצע מעשה.

ב. ס'דא נאך אזעלכע סארט אידן וועם מקען ראטעווען, און אלעס איז חשוב, אבער פארדריי נישט די קעפ מיט א הב' - נ"י, ווען מרעדט פון א פרייער וואס האט געהרגעט א גוי אין א קריגעריי.
ג. מיט שקרים פארלירט מען נאר טראסט פונעם ציבור.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
9b5a0c8b-d0d4-43ef-aa64-ffb9d06f0945.jpeg
9b5a0c8b-d0d4-43ef-aa64-ffb9d06f0945.jpeg (112.23 KiB) געזען געווארן 1943 מאל

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:52 am
דורך מאנטרעאל
עדיטאריעל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 3:15 pm שריפט
אויב איז דאס א מעשה וואס ציט זיך שוין איבער 7 יאר פארשטיי איך נישט וואס די אויפדעקונג אויפן דעקל איז.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:14 am
דורך שוהם
איינער האט געליינט דעם שריפט? זיי באציען זיך צו די טענות, ס'לוינט זיך צו קויפן?

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 2:13 pm
דורך חנן
שוהם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:14 am איינער האט געליינט דעם שריפט? זיי באציען זיך צו די טענות, ס'לוינט זיך צו קויפן?
ער שמועסט אויס די סקעמס וואס זענען געווען דערוועגן ביז יעצט, אזעלכע וואס האבן אנגעגעבן אז זיי גייען אים ראטעווען און דארפן דערפאר אסאך געלט. למעשה האט ער דא א נאמען פון א לויער, א בילד פון אים, א בילד ווי ער טרעפט זיך מיט חאסין זעלבסט דארט אין תפיסה. צי די מעשה איז פונטקליך אזוי ווי ער לייגט עס אראפ? מוז נישט זיין. אבער ס'מאכט נישט אויס. אפגעזען ווי אזוי פונקטליך יענער אראבער איז געשטארבן, צי אין א געפעכט, סעלף דעפענס, אדער בכלל נישט דורך אים, איז דער איד אין א סכנת מוות, וואס לויט דעם לויער האט ער א דיעל אים צו באפרייען פאר בלויז 250,000 דאלאר.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:17 pm
דורך יאנטשי
איינס פון די לעצטע בלעטער אויף די פארשפארטע אייוועלט אשכול.

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:48 pm
דורך טעכניש גערעדט
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:17 pm איינס פון די לעצטע בלעטער אויף די פארשפארטע אייוועלט אשכול.
כ'האב נישט אנגעיאגט צו מיטהאלטן...

למעשה האט ער געברענגט עפעס זאכליך קעגן די קעיס, אדער עס איז געבליבן ביי די לינקס פון זיבן יאר צוריק?

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 4:09 pm
דורך עדיטאריעל
קריאה דחופה

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:33 pm
דורך תושב קרית יואל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (275.33 KiB) געזען געווארן 1278 מאל

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:41 pm
דורך גד'ל
אינטערוויו פון שמעון ראלניצקי מיט אלען דערשאוויץ
https://www.yiddish24.com/interviews/12/138045

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 6:12 pm
דורך אוועטאר
זעט אויס גאר קראנט איצטער. קען גאר זיין עס איז נישט פארבינדן מיט די אלטע פרשה, און אפילו אויב יא (ווי משמע פון בריוו פון הגרחיד"ו), דא איז זיכער יא אמת. אלזא לאמיר זיך צואיילן, ווי דער דיין שרייבט, און אריינשיסן גרויסע סכומים! קען איינער אהערברענגען די לינק?

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 6:19 pm
דורך טיפע טאשן
Screenshot_20250918_181901_Chat.jpg
Screenshot_20250918_181901_Chat.jpg (76.71 KiB) געזען געווארן 1017 מאל

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:02 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
אופס. ס'גייט דא פאר רבוש"ע?

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:41 pm
דורך חנן
טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 6:19 pm Screenshot_20250918_181901_Chat.jpg
עלאן לאווי טענה'ט דאך אז זעלבסט האט אויסגעארבעט א דיעל מיט די חברה דארט פאר 250,000 דאלאר. וואס גייט דא פאר? זאגט ער ליגנט? שמעון ראלניצקי? איז דער בריוו א פאלשער? אויב יא, פון וועמען, און מיט וועלכע מאטיוון?

פעלט דא אויס עמיצער זאל קומען און ווארפן א ליכט אויף די גאנצע מיסטעריע ארום און ארום, אָן צו עפענען פלאץ פאר פרישע מיסטעריעס...

Re: משפט פון בנימין כאסין ה"י

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 8:36 pm
דורך וויענער חסיד
אז אלען דערשאוויץ איז אינוואלווד קענסטו זיין זיכער עס איז ערענסט ווי לאנג מיינסטו נעמט פאר איינעם צו מאכען אזא פאלשע צעטל און טריפען מיטען ציבור

בחור פארכאפט אין איראק

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 4:49 pm
דורך אנפין נהירין
א בחור פארכאפט אין איראק בנימין בן לימור

אינטערוויו: אינגאנצן צעבראכן. בנימין בן לימור כאסין וויינט אויף זיין ביטערן מצב פון דער שרעקליכער תפיסה אין איראק וואו ער גייט אריבער שוידערליכע פייניגונגען און ער איז אין א סכנת מוות. בנימין (בן) כאסין פרעגט וואו כלל ישראל איז און פארוואס מען האט פארגעסן פון אים?: בנימין בן לימור כאסין
https://www.yiddish24.com/interviews/12/138222