בלאט 1 פון 1

הלכה במשנת החסידות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 12:15 pm
דורך צווייטער
@מנהלים ביטע אפטיילן דעם שמועס פון דא און ווייטער

Re: הלכה במשנת החסידות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:06 pm
דורך צווייטער
totty האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:03 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:55 am
totty האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:23 pm

טשעט דשי פי טי האט מיר געגעבן מראה מקומות



יא, עס איז ממש א יסוד חשוב בפוסקים.
דער ענין רופט מען: ספק ברכות להקל, און ווי לאנג ס׳איז דא א פוסק גדול וואס האלט אז די ברכה איז נישט לבטלה, קען מען זיך אויפהאלטן דערויף.

מקורות:

רמב״ם, הלכות ברכות פ״א ה״ט – ״כל הברכות כולן אף על פי שאין ראיה לדבר, זכר לדבר שנאמר: ברוך ה׳ יום יום. וכל המברך אפילו על מצוה שאינה חובה, הרי זה משובח.״
→ דער רמב״ם מאכט א כללאי' שברכה אויף א זאך וואס מ׳קען מחייב זיין, איז נישט לבטלה.

רא״ש, ברכות פ״ט סימן כ״ג – ער זאגט אז ווייל די גמרא לערנט „כל הברכות כולן אין בהן משום בל תוסיף“, איז דער כלל אז ווי לאנג עס איז א צד חיוב – איז נישט קיין ברכה לבטלה.

שו״ע או״ח סימן רט״ו סעיף ג – מבואר דארט: „ספק ברכות להקל“, דאס הייסט אז ווען ס׳איז מחלוקת הפוסקים אויב מ׳דארף ברכה, טוען די אחרונים אז מ׳קען זיך אויפהאלטן אויף די דעה וואס האלט יא, צו אפהיטן פון ברכה לבטלה.

ביאור הלכה סימן רט״ו ד״ה ספק ברכות – ער ברענגט מפורש: כל שיש מ״ד בפוסקים דצריך לברך, אף על פי שאין אנו פוסקים כן, מכל מקום אם בירך יש לו על מי לסמוך, ואינו ברכה לבטלה.

🔑 כלל:

ווען עס איז מחלקת פוסקים, איז די הלכה אז לכתחילה מ׳גייט נישט אריין צו זאָגן ברכה.

אבער אויב איינער האט געברענט די ברכה, איז עס נישט קיין ברכה לבטלה, ווייל ער האט אויף וועם זיך צו סמוכ'ן.
מר. טשעט דשי פי טי איז א עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן, ער באקט אויף מראה מקומות שלא היו ולא נבראו.

די לשון הביאור הלכה בסימן רט״ו איז: ומ"מ נראה דאם אחד נוהג כאיזה דעה ואותה דעה לא הודחה לגמרי מן הפוסקים [כגון מי שמברך בא"י חי העולמים כדעת הירושלמי] אף שמן הדין אין מחוייב לענות עליה אמן דספק אמן לקולא מ"מ אין איסור אם עונה עליה וכמו שכתב הפמ"ג באות א' דאין בו חשש דלא תשא.

א. אויב וועסטו אריינקוקן אין פרמ''ג איז מפורש אז ער זאגט ''אמן ספק לקולא אין בו לא תשא רק ספק דרבנן לקולא''. און אויף דעם ארויף זאגט דער ביאור הלכה אז מ'מעג ''ענטפערן אמן'' וויבאלד ביי עניית אמן איז נישט דא לא תשא.

ב. דער ביאור הלכה איז מדגיש ''אם אחד נוהג כאיזה דעה, ואותה דעה לא הודחה לגמרי מן הפוסקים'' [כגון מי שמברך בא"י חי העולמים כדעת הירושלמי] וכוונתו למ''ש בסימן ר''ז סק''ה דעת הגר"א לחתום בה בשם כמו שמוזכר בירושלמי. דאס הייסט ווען איינער פסק'נט ווי א דעה אפילו דו נעמסט עס נישט אן מעגסטו ענטפערן אמן ווייל דער מברך איז נישט עובר וויבאלד דער מברך גייט מיט דעם שיטה.
גערעכט אז טשעט דשי פי טי מאכט אייגענע געבעקסן
אבער למעשה פון די ביאור הלכה שטימט וואס דער רבי האט געזאגט אז עס הייסט נישט קיין איסור ברכה לבטלה
אויב וואלסטו געליינט מיין גאנצע תגובה, וואלסטו דאס נישט געשריבן.

Re: הלכה במשנת החסידות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:17 pm
דורך totty
נישט נוגע למעשה ווייל די שאלה איז נאר אויף וואס דאר רבי האט געבויעט זיין פסק הלכה אויף בדיעבד

אבער איך זעה נישט פארוואס דער ביאור הלכה קען מען נישט ניצן לענינינו

Re: הלכה במשנת החסידות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:21 pm
דורך צווייטער
totty האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:17 pm נישט נוגע למעשה ווייל די שאלה איז נאר אויף וואס דאר רבי האט געבויעט זיין פסק הלכה אויף בדיעבד

אבער איך זעה נישט פארוואס דער ביאור הלכה קען מען נישט ניצן לענינינו
א. ווייל ער רעדט פון ענטפערן 'אמן', אויב ס'הייסט א אמן לבטלה, זאגט ער אז נישט. ער איז נישט דן אויב ס'הייסט א ברכה לבטלה.

ב. ער רעדט פון ברכה וואס ס'איז דא וואס פסקנ'ן אזוי (לדוגמא בא''י חי העולמים לדעת הגר''א), וואס אפילו דער עונה פסק'נט נישט אזוי מעג ער ענטפערן אמן. אבער ער רעדט מפורש נישט פון א שיטה דחויה.