"וורע-וורע-ווראאאמממ..." - האט זיך מיין אויטא צע'כעכ'קעט, אויסשפייענדיג א גרויען וואלקן זויל פון הינטער זיך. די נעבעכ'דיגע קאר האט ביטערליך געקרעכצט אונטערן שווערע לאסט וואס עס איז בעאויפטראגט געווארן ארויף צו שלעפן טויזענט פיס העכערן ים פלאך. די קארגע טראנק ספעיס פון די קליינטשיגע קארעלע וואס די רענטל האט נאך געהאט אוועילעבל, איז געווען אזוי איבערגעפילט אזש ס'איז נישט געווען מער קיין פלאץ אריינצושטיפן קיין נאדל... סופ.. (חחח, ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן די וויץ)
דער דשי פי עס איז שוין אנגעשטעלט, מיין OCD האט שוין זיכער געמאכט א גוטע צוויי דריי מאל אז די שבת שלאס איז טאקע עכט פארשפארט, און היידע! אין א מזל'דיגע שעה האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנג ערווארטעטע נסיעה צו פראווענען א שבת נחמו אויף די בערג, אין די קאנטרי.
די וועג האט - געלויבט דער פון אויבן - נישט געדויערט געפערליך לאנג, אחוץ מאכן זעקס מאל טוילעט סטאפס און שליכטן אפאר "טאטי, מוישי קוקט ארויס פון מיין פענסטער" געפעכטן, האבן מיר זיך נישט אנגעשטויסן אין ערנסטע אפהאלטונגען, נאר געמיטליך זיך געשלענגלט איבער וועגן און שטעגן, פארביי פארענדיג ענדלאזע שטרעקעס פון פעלדער און וועלדער, ווען פון צייט צו צייט פארט מען אריבער א סטאדע קוען, וואס פאשען אויף די גרינע גראז.
ענדליך האט זיך די טויער פון "מחנה שווער און שוויגער" (נאמען געטוישט און געהיטן אין רעדאקציע) באוויזן פונדערווייטנס, די מידע קינדער אין קאר האבן זיך שוין אנגעהויבן אויפוועקן און פרייליכע געשרייען האבן אנגעפילט די קאר. מיינע ווייענדע פיס האבן אויך באשלאסן אז סאיז שוין צייט אויפצושטיין, שיקענדיג שטעכעדיג סיגנאלן צו מיין מח.
א מקום מנוחה פארן אויטא האט מען ב"ה נישט געדארפט זיכן, און מען האט זיך גלייך גענומען צו אויספאקן די שווערע רענצלעך. וויאזוי האלב פון מיין שטאפיר האט באוויזן אריינצופיטן אין אפאר רענצלעך, איז איינס פון די פליאות פון די בריאה. בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף אזוי פיל איינפאקן. מ'האט מיר דארט איינגעפאקט זעקס פאר אינטערוועש, זיבן פאר זאקן (שטימט נישט? איך ווייס, אבער וואס קען מען טון, אזוי איז עס...) און ווי קען מען פארגעסן די קאלאטשן למען השם, "דשאסט אין קעיס" ס'העט זיך נעמען שנייען אינמיטן א העל'ן זומערדיגע חמשה עשר באב נאכמיטאג...
די שעה איז שוין געווען א שפעטע, האט מען זיך גלייך געגאנגען לייגן. נאכאמזל די קינדער זענען געפארן אין די פידשאמעס, אזוי איז עס נאר געווען א פראגע פון עטליכע מינוט ביז די שטילע אטעמען פון שלאפעדיגע קינדער האבן אנגעפילט די באנגעלאו מיט פילהארמאנישע קולות..
דאס בעט מיינער איז זייער אלט. ווען עס וואלט ווען געווען א מענטש, וואלט עס שוין געווען אין א 'אלד עידש האום'. אייגענטליך, כ'מיין ס'איז שוין... איך האב נאר צוגערירט צום בעט און הילכיגע קרעכצן האבן זיך געלאזט הערן.
א ברכת המפיל און א גוטע נאכט. עכ"פ אזוי האב איך געמיינט. די דינע קאנטרי פענסטערס האבן נישט באוויזן צו ארויסהאלטן די קולות פון די גאס. צו מיין מזל, איז מיין שוויגערס באנגעלאו ביי די עק פון די דערנעבנדע וואלד, און ווי נאר עס ווערט 'תשת חושך ויהי לילה', ווערט א 'בו תרמש כל חיתו יער'. די גערודער האט געשפאלטן הימלען... און מיין אויער...
נאך א האלב-שלאפלאזע נאכט, זיך צוהערנדיג די גאנצע נאכט ווי די היישעריקן און קאיאטיס'ס זמירות פלעכטן זיך צוזאם מיט די הארמאניע פון די פרעש און ווילדע קעץ, בין איך ארויס פון שטוב און געריכטעט מיין אויטא אין ריכטונג פון איינע פון די גרויסע מנינים צענטערן פון די קעטסקילס.
דאס פלאץ איז ריזיג. דריי פארקינג לאטס, אבער א פארקינג ספאט האב איך נישט געקענט טרעפן נענטער ווי א תחום שבת פון ביהמ"ד, אבער שוין, העט מען גיין אביסל אויף עקסערסייז, נאך אלעם זעמיר דאך אויף וואקאציע.
נאך א קורצע "איך קוק דיין טלית בייטל, דו קוקסט מיין טלית בייטל" מיט אפאר העפליכע פרעמדע, און נאך א פיינעם פארע'דיגע קאווע און אן אשר יצר, האט מען זיך גענומען גרייטן צום דאווענען. שטייצעך אז פאר'ן דאווענען גייט מען אין מקוה.
א מקוה איז דאך נישט קיין מזונות, מ'דארף זיך דאך וואשן פארדעם, בין איך געגאנגען צו די שויערס ווי א נארמאלע מענטש...
איך קום אן און כ'טרעף מיר שטיין קעגן אזא דרייער'ל וואס קאנטראלירט די טעמפעראטור פון די שויער, דאן איז דא אזא שטיקל וואס מען דארף אריינקוועטשן טיף אין די וואנט אריין, כדי דער שויער זאל זיך נעמען באגיסן די באנוצער מיט פיינע ווארעמע וואסער.
שוין, כ'שטעל אן די טעמפעראטור עס זאל זיין מים 'חמים' על נפש עייפה... - פאמפ פאמפ, טראפ טראפ... איך קוועטש אריין, די וואסער הייבט אן פליסן, איך דריי מיר אויס, תזל כטל אמרתי, ס'וויל זיך מיר שוין אנהייבן זינגען, אבער אופס, די שויער האט אויפגעהערט רינען..
אפשר האב איך עס נישט גענוג טיף אריינגעדריקט, - טראכט איך צו מיר. איך דריי מיר צוריק און קוועטש אים נאכאמאל אריין, דאסמאל טיפער און שטערקער - פאמפ פאמפ, טראפ טראפ... וואסער הייבט אן רינען א מחיה... איך נעם געשווינד מיין באטעלע שאמפו וואס ליגט מיר אייביג אין רעקל טאש עכצשל"ת און איך עפן דעם דעקל... -אך, די שויער האט ווידעראמאל אויפגעהערט משפיע זיין, די שאוער-העד קוקט צו מיר מיט א פארשעמטן בליק ווי צו זאגן: "גלייב מיר, איך פארשטיי דיין ווייטאג..."
נאכאמאל א קוועטש. - פאמפ פאמפ, טראפ טראפ... די וואסער איז גראדע גוט הייס, "ס'כלאפטשעט און ס'בלעזלט" - ווי ארי סאמעט זאגט. אבער נאך עטליכע סעקונדעס, אודך כי עניתני... די צינורות זענען ווי פארשטאפט געווארן, די וואסער רינט נישט...
"איינס - מיסיסיפי"... "צוויי - מיסיסיפי"... "דריי - מיסיסיפי"... איך האב ממש אנגעהויבן ציילן די סעקונדעס ווי לאנג עס דויערט צווישן די פאמפ פאמפ און די טראפ טראפ, און צו מיין אומאנגענעמע סופרייז געוואויר געווארן אז מ'רעדט דא פון גאנצע זעקס סעקונדעס...!!
ערעב איד, איך פארשטיי דו ווילסט שפארן וואסער, אבער זעקס סעקונדעס?! סיריעסלי?! איך בין שוין כמה פעמים געווען אין מקוואות וואו עס איז אזוי, אבער מיט אביסל מער פארגינערישקייט. זעקס סעקונדעס איז דאך ניטאמאל גענוג אפצושווענקען א האלבע בארד..
דיין כוונה איז טאקע א גוטער, צו שפארן פאר אידן די טירחה פון אויסלעשן די וואסער אליין, אבער איך שטיי דא מיט זייף אין די אויגן און כ'דארף טאפן מיט די הענט ווי א וואנזיניגער צו טרעפן דעם פאמפ צו קענען האבן דעם טראפ, און פאר א נויט באכעט די עיר-קאנדישן ווי אין א וואלק-אין פריזער און איך צאפל פאר קעלט...
איך וויל נישט עובר זיין אויף די תקנות דא, ממילא וועל איך נישט מוחה זיין... אבער איך וועל אויך נישט מוחל זיין...
די שטראף פאר דער יעניגער וואס האט אויפגעטראפן די דאזיגע פאטענט פון קוועטשן זאל זיין אז ער זאל דארפן שטיין אין קוועטשן יעדע פינעף סעקונדעס פאר אלעס וואס ער וויל האבן. ווילסט עסן? קוועטש אריין.. נאך פינעף סעקונדעס נעמט מען דיר צו די טעלער און ברויכסט ווידעראמאל אריינקוועטשן.. ווילסט אטעמען אביסל פרישע לופט? קוועטש אריין, און דאן, קוועטש נאכאמאל אריין...
*
אקעי, איך בין שוין רואיגער יעצט, איך דארף לויפן אין מקוה צו קענען כאפן חצות...
הצלחה מיט שמחה און אן א שיעור גוטס...