בלאט 1 פון 2

קרישקעלעך און געדאנקען איבער דעם סאטמארער ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:13 pm
דורך מאושר
דא קען מען אויסשמועסן געדאנקען וואס מ׳קען בעסער טוהן צו פארבעסערן פארן קומענדיגן יאר

Re: ״זה מזה״ עקספאו קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
דורך טעמטי
דארט געוועהן. געהאט אן אמת'דיגע נחת רוח.

2 זאכן וואס האבן מיר געבאדערט איז געוועהן די געפערליכע קולות, און די היץ. חוץ מזה איז עס געוועהן אנבעליוועבל.

Re: ״זה מזה״ עקספאו קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
דורך טיפער ווי טיף
טעמטי האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm דארט געוועהן. געהאט אן אמת'דיגע נחת רוח.

2 זאכן וואס האבן מיר געבאדערט איז געוועהן די געפערליכע קולות, און די היץ. חוץ מזה איז עס געוועהן אנבעליוועבל.
ביסט מסתמא דארט געוועזן סוף טאג ביז 4 פינעווע איז פיין געווען

Re: ״זה מזה״ עקספאו קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:38 pm
דורך טעמטי
טיפער ווי טיף האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
טעמטי האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm דארט געוועהן. געהאט אן אמת'דיגע נחת רוח.

2 זאכן וואס האבן מיר געבאדערט איז געוועהן די געפערליכע קולות, און די היץ. חוץ מזה איז עס געוועהן אנבעליוועבל.
ביסט מסתמא דארט געוועזן סוף טאג ביז 4 פינעווע איז פיין געווען
דארט געוועהן פון צווייע ביז זעקסע.

וואס איז ביי דיר געווען אנדערש? די קולות אדער היץ?

Re: ״זה מזה״ עקספאו קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:39 pm
דורך טיפער ווי טיף
קולות האסטו נישט געקענט פארמיידן איך רעד פון די היץ

Re: ״זה מזה״ עקספאו קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:40 pm
דורך טעמטי
די קולות איז געווען טו מאטש. יוחי'ס מוזיק, מאיר מרדכי'ס געשרייען. פאריאר איז עס נישט געווען אזוי.

אבער עגעין, נישט נעגעטיוו, סאיז געוועהן א צעדרייטע סוקסעס!

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:53 pm
דורך פארד
היץ איז וועגן עס איז געווען ציפיל מענטשן

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:56 pm
דורך טעמטי
פארד האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:53 pm היץ איז וועגן עס איז געווען ציפיל מענטשן
נו, כ'רעדט מיך נישט אפ אויף די היץ, מיין פראבלעם איז אז ס'געוועהן ווייניג עיר קאנדישענ'ס...

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:23 pm
דורך אסמכתא בעלמא
איך וואלט גראדע געוואלט דעבאטירן די נושא, אבער מיט אן אמת.

איז דאס טאקע די ערשטע זאך וואס איז דא צו טון צו בויען די היימישע עקאנאמיע? איז נישט וויכטיגער בכלל צו טון אין די נושא פון "קויפן ביי אידן"? קאמפיינען דערוועגן, מעורר זיין דערוועגן, טרעפן לעזונגען און לעכער, וכו'.

יעצט איז מיין שאלה, טוט מען דוקא דאס ווייל דאס איז די גרינגסטע? אדער ווייל דאס ברענגט אויך פאזיטיווע נויז.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:27 pm
דורך נחום
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:23 pm איך וואלט גראדע געוואלט דעבאטירן די נושא, אבער מיט אן אמת.

איז דאס טאקע די ערשטע זאך וואס איז דא צו טון צו בויען די היימישע עקאנאמיע? איז נישט וויכטיגער בכלל צו טון אין די נושא פון "קויפן ביי אידן"? קאמפיינען דערוועגן, מעורר זיין דערוועגן, טרעפן לעזונגען און לעכער, וכו'.

יעצט איז מיין שאלה, טוט מען דוקא דאס ווייל דאס איז די גרינגסטע? אדער ווייל דאס ברענגט אויך פאזיטיווע נויז.
אלעס צוזאמען, ווען איך ווייס נאר פון א גוי וואס טוט א געוויסע סערוויס וועל איך עס נעמען ביי אים, אויב אבער קום איך צו א שאו און איך זעה א יוד וואס טוט עס וועל איך אנהייבן עס קויפן ביים יוד.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:33 pm
דורך רואיגער
׳קאמפיינען׳ צו קויפן ביי אידן וועט העלפן א מכה.

ווען א איד זיצט אין אפיס און מאכט חשבונות וויאזוי ער קען מאכט געלט, פארגעסט ער פון אלע קאמפיינס. ווען מען מאכט א שאו ווי ביזנעסלייט צייגן פאר אנדערע ביזנעסלייט אז מען קען באקומען גוטע סערוויסעס פאר גוטע פרייזן און אין די זעלבע צייט שטיצן א יוד, דאס הייסט אויפגעטון.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:36 pm
דורך אסמכתא בעלמא
רואיגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:33 pm ׳קאמפיינען׳ צו קויפן ביי אידן וועט העלפן א מכה.
פארוואס? איז דאס נישט א לעדזשיט אויפקלערונג וואס פאדערט זיך?


רואיגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:33 pm ווען א איד זיצט אין אפיס און מאכט חשבונות וויאזוי ער קען מאכט געלט, פארגעסט ער פון אלע קאמפיינס. ווען מען מאכט א שאו ווי ביזנעסלייט צייגן פאר אנדערע ביזנעסלייט אז מען קען באקומען גוטע סערוויסעס פאר גוטע פרייזן און אין די זעלבע צייט שטיצן א יוד, דאס הייסט אויפגעטון.
ביי א שאו ווער איך עפעס געוואויר נייעס? יענער אדווערטייזד נישט?

ס'איז דאך סל הכל "נאך" א גוטע וועג פון זיך אדווערטייזן. גאר א גוטע וועג! אבער נישט אין דעם איז אלעס געוואנדן.

דערפאר פרעג איך. איז דאס טאקע די גרעסטע חלל אין די היימישע עקאנאמיע?

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:38 pm
דורך נחום
ס'איז אפשר נישט די גרעסטע חלל, אבער די גרעסטע סטעפ וואס מ'קען עקשולי טוהן.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:41 pm
דורך יאנטשי
שטארק געזאגט @רואיגער, יעדער ווייסט וויאזוי די אלע שאפ לאקאל קאמפיינס האבן זיך אויסגעלאזט... עס איז אפשר גוט אין טעאריע, אבער ווען עס קומט למעשה וועלן ווייניג גרייט זיין צו צאלן נאך 20% צו שטיצן זיין שכן

דאס איז חוץ די פאקט אז אפילו נאכן מקיים זיין די מצוה פון לכו והתפרנסו זה מזה בלייבט נאך איבער א לאך, ווי די גמרא שמועס אויס דארט אויס...

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:44 pm
דורך בן מלך
לע״ד דארף מען נישט אזוי וויכטיג א קאמפיין צו קויפן ביי אידן ווי מ׳דארף אויפוועקן מענטשן צו פארגינען אנדערע און לאזן מענטשן מאכן זייער דאלער.

די אחדות, די געשמאק, די ליבליכקייט, און די אידישקייט וואס מען האט געזעהן ביים עקספאו דארף מען אימפלעמענטן אין די ביזנעס וועלט.

האב נישט מורא צו זאגן ביי א ביזנעס מיטינג ״בעזה״ש״.. האב נישט מורא צו געבן א שמייכל פאר דיין סוב ווייל אפשר וועט ער מיינען אז דו ביסט א שוואכלינג.. מ׳דארף אריינברענגן דעם אייבערשטען און אונזער הארץ אין די ביזנעס וועלט. דעמאלטס וועט אונז גוט זיין.

הצלחה גאראנטירט ביי די ביג באס!

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:48 pm
דורך בן מלך
הלואי, הלואי ווען מ׳קען מאכן א פראפעסיאנאלע מארקעטינג קאמפיין איבער דעם. אויסטוהן נאקעט די נארישע איגאו אין ביזנעס וואס ברענגט אונטער אזויפיל ביזנעסער. אוי וואלט דאס געטוישט מענטשן.

עס וואלט אויפגעבראכן אלע טויערן פון הצלחה.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:42 pm
דורך מאנטרעאל
די בעג פון די איד איז זייער שיין געווען, איך האב עס אוועקגעלייגט, די קונטרס איז אויך געווען גאנץ א שיינע ליקוט, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט א האלבע קונטרס פאר חינוך ארטיקלען, ווען מען טיילט עס ביי א ביזנעס עקספאו, עס וואלט בעסער געווען ווען זיי געבן עפעס ארטיקלען וואס האט מיט ביזנעס.

#דעת בעל הבית

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:30 pm
דורך ישראל
מאנטרעאל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:42 pm די בעג פון די איד איז זייער שיין געווען, איך האב עס אוועקגעלייגט, די קונטרס איז אויך געווען גאנץ א שיינע ליקוט, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט א האלבע קונטרס פאר חינוך ארטיקלען, ווען מען טיילט עס ביי א ביזנעס עקספאו, עס וואלט בעסער געווען ווען זיי געבן עפעס ארטיקלען וואס האט מיט ביזנעס.

#דעת בעל הבית
פשוט, ווייל די חינוך ארטיקלען איז די סאמע בעסטע ארטיקלען אין די איד. סאו זיי ווילן מיט דעם ברענגען נאך ליינער.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:32 pm
דורך מאנטרעאל
ישראל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:30 pm
מאנטרעאל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:42 pm די בעג פון די איד איז זייער שיין געווען, איך האב עס אוועקגעלייגט, די קונטרס איז אויך געווען גאנץ א שיינע ליקוט, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס עס האט אויסגעפעלט א האלבע קונטרס פאר חינוך ארטיקלען, ווען מען טיילט עס ביי א ביזנעס עקספאו, עס וואלט בעסער געווען ווען זיי געבן עפעס ארטיקלען וואס האט מיט ביזנעס.

#דעת בעל הבית
פשוט, ווייל די חינוך ארטיקלען איז די סאמע בעסטע ארטיקלען אין די איד. סאו זיי ווילן מיט דעם ברענגען נאך ליינער.
מעגליך, זאגסט א פוינט.
אבער זיי וואלטן ווען געמעגט ברענגען עפעס וועגן ביזנעס וכדומה.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:55 pm
דורך שמוליק
וואס איז די כלל ביים אננעמען דארף מען זיין א מעמבער אין זייער קהלה? איז גענוג צו האבן אן איינגעשטעלטע וואס בילאנגט אין זייער קהלה?

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:17 pm
דורך א קלער
שמוליק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:55 pm וואס איז די כלל ביים אננעמען דארף מען זיין א מעמבער אין זייער קהלה? איז גענוג צו האבן אן איינגעשטעלטע וואס בילאנגט אין זייער קהלה?
איר פרעגט פאר קומענדיגע יאר?

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:21 pm
דורך world champion
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:23 pm איך וואלט גראדע געוואלט דעבאטירן די נושא, אבער מיט אן אמת.

איז דאס טאקע די ערשטע זאך וואס איז דא צו טון צו בויען די היימישע עקאנאמיע? איז נישט וויכטיגער בכלל צו טון אין די נושא פון "קויפן ביי אידן"? קאמפיינען דערוועגן, מעורר זיין דערוועגן, טרעפן לעזונגען און לעכער, וכו'.

יעצט איז מיין שאלה, טוט מען דוקא דאס ווייל דאס איז די גרינגסטע? אדער ווייל דאס ברענגט אויך פאזיטיווע נויז.
למאי נפקא מיניה? עס איז קלאר א געוואלדיגע זאך און שוין. וואס פונקטלעך די מארגנים ווילן, איז גאר ווייניג אויב בכלל נוגע...

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:37 pm
דורך שמעון בן דוד
.

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:39 pm
דורך שמעון בן דוד

Re: קרישקעלעך און געדאנקן איבער די סאטמארע ״זה מזה״ עקספאו

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 8:22 pm
דורך פיש סטאר
געהערט פון אסאך און איך האב אויך געטראכט אזוי
מיטוואך איז זייער א שווערע טאג אין ביזנעס
פארוואס נישט מאכן דינסטאג ?