בלאט 1 פון 4

וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm
דורך קושטא קאי
איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
דורך totty
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:00 pm
דורך בת_קול
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
שרייב,ווייל כ'האב שוין א גרייטע פאוסט צו שרייבן..

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:14 pm
דורך קושטא קאי
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אם אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
יא, יא, איך האב דעמאלטס געשטורעמט וועגן די שרעקליכע רשעות, אבער זעהט אויס אז די רשעים פארשטייען נאר אן אנדערע שפראך. און דאס איז וואס איך וויל דא מעתיק זיין וואס כ'האב געשריבן אויף אייוועלט לגבי די נושא אינעם דארטיגן אשכול, אבער מ'האט עס געמעקט. מ'האט זיך דארט געטענה'ט איבער דעם צו אויב מ'קען האבן הילף פון די גואישע קאורט אפצושטעלן די מערדערליכע רשעות פון נישט צולאזן טאטעס צו קינדער. האט איינער דארט געשריבן אז די קאורטס העלפן נאר צו צום רשעות. האב איך אויף דעם ארויף דאס געשריבן:

דו ביסט גערעכט! אזוי איז עס טאקע, פונעם קוארט איז גארנישט קיין יושר דא צו ערווארטען זיי וועלן זיך רוב מאל אננעמען פאר די מאמע, כידוע. וועגן דעם איז דא אסאך וואס זאגן אז באמת האט דער מאן איין איינציגער עכטער טאל ווא ער קען אויסנוצן לטובתו אז מ'זאל אים נישט מיט אכזריות באקריוודען פון זיינע פאטערליכע רעכטן, און דאס איז דער גט!

דער אינגערמאן גייט ווי א מעקעלע און גיט אויף אויף דעם איינציגסטן שטארקן פאורס וואס די תורה האט אים געגעבען, און נאכדעם בלייבט ער בלויז אנגעוואנדן אין די חסדים פון די רשעות'דיגע א.ג.. עסקנים אכזריים וואס מיטן כח פון די מקום המשפט שמה הרשע געריכטן, טוען זיי מיט אים מה שלבם חפץ און לאכן זיך אויס פון זיינע רעכטן מיט אן אבנארמאלע רשעות, כידוע.

ממילא צו האלטן אין איין וויינען און האלטן אין איין ארויסברענגן וואספארע שרעקליכע רשעות און מעשה סדום ועמורה ס'גייט היינט ליידער פאר, וועט גארנישט העלפן!! זיי די רשעים ווייסן דאס נאך בעסער ווי אונז אלע! ס'איז נאר דא איין עצה, רעדן זייער שפראך! דהיינו, למען השם נישט געבן דעם גט בשום אין פנים ואופן!!! ביז אייניגע וויזיטעישן רעכטן סיי אגאנץ יאהר און סיי ביי שמחות ווערן לעגעל אויסגעארבעט אויפן שטרענגסטן און אויפן זיכערסטן אויפן אז מ'זאל עס נישט קענען עובר זיין. למשל אויב פעלט זיך אויס למשל ווען מ'האנדעלט מיט פרעכע באנדיטן זאל דער אינגערמאן פארלאנגען אפילו אז זי זאל פארשרייבן די קאסטעדי פאר אים. און ביז דעמאלטס נישט געבן גארנישט בשום אופן!!

און למען השם זיך נישט דערשרעקן פון קיין פאשקעווילן, און נישט פון קיין איסורים חרמות וקונמות.. און נישט פון גארנישט!! נאר זאגן מיטן פולסטן מאס זיכערקייט און דרייסטקייט, ווילסט א גט? דו האלטסט אז ס'קומט זיך דיר על פי תורה? דאן גיב אהער וואס קומט זיך איהם על פי תורה! ווילסטע נישט געבן די קינדער ווייל די ווילסט נוצן דעם גויאישן געזעץ וואס איז לטובתה? ערלעדיגט! אבער זיי וויסן אז דער גויאישער געזעץ זאגט אויך אז מ'מוז נישט געבן קיין גט!
מעק אפ יור מיינד, ווילסטו גיין מיט די אידישע הלכה וואס זאגט גראדע אז די זכרים גייען צום טאטען, און וויזיטעישן רעכטן אוודאי און אוודאי? אדער ווילסטע גיין מיטן גויאישן געזעץ!

די רשעים וועלן אוודאי נישט איינרוען, און פארשטייט זיך אנהייבן צו רודערן מיט די העכסטע טענער מיט כל מיני קללות וקפידות.. אבער ווי געזאגט נישט זיך דערשרעקן פון גארנישט און פון קיינעם, יהיה מי שיהיה!!!
מיטאמאל וועלן די רשעים איינזעהן אז מיט אלע זייערע טעראר שטיק צוזאמען, איז נישט דא קיין צוויי ברירות. און ווען דאס וועט ווערן די נארמע וועט זיך די אלע ביטערע רשעות און שפיכות דמים אויפהערן איינמאל פאר אלעמאל!!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:21 pm
דורך שמות
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:14 pm

1. ביטע עפן א אשכול ווייל סאיז א עקסטערע טעמע.
2. פ"וו האט מען עס געמעקט? עה די שאלה גייט ווען ממעקט נישט.
3. די געזעץ לויט מעטא עי איי

In New York City, fathers have equal rights to custody of their children as mothers do when going through a divorce. The court's primary focus is on the *child's best interests*, aiming to create a custody arrangement that promotes stability, supportive relationships, and a wholesome upbringing for the child.

Custody Considerations for Fathers in NYC
- *Equal Rights*: Both parents have equal rights to custody, regardless of gender.
- *Child's Best Interests*: The court considers factors like each parent's ability to provide a stable home environment, parental involvement, and the willingness to facilitate a relationship between the child and the other parent.
- *Types of Custody*: New York recognizes different types of custody, including *legal custody* (decision-making for the child) and *physical custody* (where the child resides) ¹ ² ³.

Factors Influencing Custody Decisions
- *Parental Involvement*: Fathers who have actively participated in their children's lives and can demonstrate this to the court are more likely to have a stronger case for custody.
- *Stability and Cooperation*: Fathers showing their ability to provide stability and cooperate with the other parent may have a more favorable outcome ² ⁴ ³.

Getting Help with Custody Rights
If you're a father navigating custody rights in NYC, consider consulting with an experienced family law attorney. They can provide valuable guidance and representation to help you assert your rights as a parent ² ⁴ ¹.

Do you have any specific concerns or need more information on custody rights in NYC?
עס זעהט אויס אז די טאטע האט די זעלבע רעכטן וואו די מאמע און ניו יארק.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:29 pm
דורך הדסים
שמות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:21 pm
► Show Spoiler

און וואס טוט זיך ווען מ'מאכט דעם קינד עדות זאגן אז דער טאטע האט אים געפייניגט?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
דורך הלבלר בקולמסו
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:34 pm
דורך שמות
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:29 pm

איך טשעק ארויס פון די טעמע, איך בין ב"ה נישט באקאנט מיט די נושא.
אבער אויב מקען מאכן די קינד עדות זאגן קעגן די טאטע, דעמאלטס לכאורה וועט סייווי גארנישט נישט העלפן, קענסט האבן אונטערגעשריבענע פאפירן אבער וואס ווילסטו קענסט נישט צווינגען דאס קינד וכו איך בין נישטא צו בויען און פאנטאזירן רשעות.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:39 pm
דורך שמות
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.
איך האב אויך אמאל געטראכט אזוי, און מיט געהאלטן וויאזוי איינער האט אזוי געטוהן.
אבער די קינד קען שוין היינט זיין נאך די בר מצוה און ער האט נישט קיין טאטע און דער טאטע האט פארלוירן א זוהן.
"וואס ווילסטו האסט דיך עס אליינס אויפגעגעבן און אונטערגעשריבן דערויף"
סאיז נישט פשוט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:42 pm
דורך הדסים
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.
קען זיין אז ס'איז אן אמת'ע נקודה אבער פארוואס הערט מען קיינמאל נישט אז די מאמעס זאלן נעמען אין באטראכט אז אויב דער טאטע וויל האבן דעם קינד פאר זיך, און הגם ס'איז פארן טובה פונעם קינד צו זיין ביי דער מאמען ווייל א טאטע אליינס קען נישט אויפציען, דאך כדי נישט צו צעמישן זאל די מאמע אוועקגעבן דאס קינד?

____
צום עצם נקודה האב איך נישט עכט קיין מיינונג נאר ס'איז כדאי צו נעמען אין באטראכט אז א טאטע וואס פרובירט נישט צו זען זיין קינד פאר סיי וועלכע סיבה קען דאס קינד האבן שפעטער שווערע געפילן אויפן טאטע פארוואס ער האט נישט פרובירט אים צו קומען באזוכן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:23 pm
דורך דער תהלים איד
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.
על פי תורה (נד"נ) כפי הנפסק בשו"ע באלאנגט א אינגל פאר'ן טאטן, נישט פאר'ן מאמען. אויב די מאמע וויל דאס קינד זאל נישט זיין צומישט, און האבן נאר א טאטע אדער נאר א מאמע, דארף טאקע דאס קינד גיין נאר צום טאטן און גענצליך אפהאקן מיט די מאמע...

אויב דער טאטע וויל נישט ווייל ער וויל קענען ארבעטן ווי א מאן ביז שפעט פארנאכטס אא"וו, דאן קענסטו אנהויבן דן זיין.

דאס איז אלעס "לו יהא" ס'זאל טאקע זיין א טובה פאר'ן קינד צו זיין נאר אויף איין פלאץ און גענצליך אפהאקן מיט'ן צווייטן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:27 pm
דורך איד
@הלבלר בקולמסו איך פלעג אויך פארשטיין אזויווי דיך

אבער למעשה, פארוואס פארשטייט מען אז א קינד טאר נישט זיין צומישט וכו'
אפשר טאר א טאטע נישט לעבן אין אזא צער?

איך האב פאריאר געזען די קליפ פון לב לילד, אבער איך בין ארויס זייער אנטוישט, אויב א טאטע האט אזא גלוסט פאר זיין אייגן קינד, ווער זאגט אז מ'מעג אים אנפאטשן פאר די טובה פון די קינד?
פארוואס זענען די קינדס ווייטאג מער גערעכט ווי די טאטעס?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:01 pm

רחמנא ליצלן פון אזא מין אומדערהערטע רוצחישע רשעות'דיגע סברא!! א קינד ווערט צומישט פון זעהן זיין אייגענעם טאטען, זיין אייגענעם בלוט און פלייש??? א קינד חלישט יעדע רגע צו זעהן און רעדן מיט זיין אייגענעם באליבטן טאטען!! א קינד ווערט נישט נאר צומישט פון ''נישט'' זעהן זיין טאטען, נאר ווערט שרעקליך געפייניגט און טראמעטייזט יעדע רגע מ'לאזט אים נישט זעהן זיין טאטען!!
און די רוצחים און קידנעפערס די א.ג.עסקנים ווייסן דאס זייער גוט, נאר צוליב זייער תאוות הממון והנקמה והרציחה זענען זיי גרייט צו אויספייניגן דאס קינד, און האבן נאך די שרעקליכע מאס חוצפה ורשעות עד לב השמים צו טענה'ן אזעלכע שטותים אז דאס קינד ווערט צומישט פון זעהן זיין טאטען רחמנא ליצלן! איך ווייס נישט וויאזוי א איד מזרע ישראל קען אזאנס שרייבן! ניטאמאל פאר סדום פאסט זיך דאס!

און זייער אינטערעסאנט. ווען איר האט אנגעפאקט זיך צו גט'ן, דעמאלטס איז אלעס געשטארבן! דעמאלטס דארף מען נישט מורא האבן אז די קינדער ווערן צומישט אז טאטי און מאמי צוטיילן זיך, דעמאלטס פאלט איר נישט ביי פאר איין רגע אז אולי לטובת די קינדער זאל זי מוותר זיין און ליידן אביסל.

אבער פלוצלינג ווען ס'קומט צו אזא געפערליכער רשעות ווי אפרייסן א קינד פון זיין אייגענעם טאטען, וואס מ'דארף קייינעם נישט מסביר זיין וואספארא שרעקליכער צער ארגער ווי דער טויט דאס איז, דעמאלטס דערמאנט מען זיך פלוצלונג פון די טובה פון די קינדער. זאל דער טאטע אויסגיין פון צער, אבער מ'קען דאך נישט נעבעך צומישן די קינדער...

הוי רוצחים! הוי שופכי דם נקי! ידיכם דמים מלאו!

מימות אנשי סדום ועמורה זענען נאכנישט געווען אזעלכע רשעים וואס זאלן מיט אזא מין רציחה שופך דמים זיין פון אזויפיל אידישע טאטעס, שוין אזויפיל יארן, אזוי ווי וואס מ'האב מיר זיך דערלעבט בימינו אלה אין דעם ביטערן דור פון עיקבתא דמשיחא.

און איך גיי שוין נישט אריין אין דעם עצם טיפשות פון די עצם הנחה, אז כאילו דאס גאנצע יא לאזן, צו נישט לאזן א טאטען זעהן זיינע אייגענע קינדער, איז בלויז אזאך וואס האט צוטוהן מיט די קינדער.
געוואלד און געשריגן!! דער טאטע איז נישט קיין מענטש?? אים מעג מען שופך דמים זיין און אים צורייסן לעבעדיגערהייט ווייל מכלומר'שט ווערן די קינדער צומישט?? זאלן די קינדער צומישט ווערן טויזענט מאל אבער דער טאטע זאל זעהן זיינע אייגענע קינדערליך, זיין אייגן בלוט און פלייש!!!
אבער ווי געזאגט פריער, ניטאמאל אין סדום האט מען געקענט אויפקומען מיט אזא מין נאצישער רשעות'דיגער געדאנק אז א קינד ווערט גאר צומישט פון זעהן זיין אייגענעם באליבטן טאטען, רחמנא ליצלן מהאי דעתא!!

און ממילא איך וויל דא נאכאמאל מכריז ומודיע זיין פאר די אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די צרה ל''ע: קיינער קען נישט רחמנות האבן אויף איינעם מער ווי דער מענטש אויף זיך אליין!
אויב ווילסטו קענען זעהן כסדר דיינע באליבטע קינדערליך אן קיין צוריקהאלט פון סיי וועלכען רשע. און אויב ווילסטו נישט אז ביי די חתונה פון דיין אייגן קינד זאל דער צווייטער מאן מקיים זיין דעם הרצחת וגם ירשת, און מיט א רשעות'דיגער גלייכגילטיגקייט שפילן און עקטן במשך אגאנצע חתונה ווי עכטער טאטע און פארגיסן דיין בלוט, און נאך דיר באזייטיגן, דאן זאלסטו בשום פנים ואופן נישט געבן דעם גט, ביז זי וועט פארשרייבן פאר דיר פולע קאסטעדי אויף די קינדער מיט וויזיטעישן רעכט פאר איר!! נישט פארקערט!! ווייל אויב יא, דאן וועסטו זיין כסדר אנגעוואנדן אויף די חסדים פון די רשעי בני עמינו מזרע ערב רב ועמלק, וואס וועלן נישט טראכטן צוויי מאל פארן דיר אפטוהן דעם גרעסטן שטיקל רשעות.

געדענקטס, דער גרעסטער רשע וועט זיך צוזאמלייגן ווי א שטיק פאפיר ווען מ'הייבט אן רעדן צו אים זיין אייגענע שפראך! זעהט נישט צו זיין קיין צועק לשעבר, וואס דעמאלטס וועט איר אויסער וויינען אויף די רשעות פון די דאזיגע רוצחים, גארנישט קענען מער טוהן. האלטס אייך שטארק און שטייט פעלזן פעסט אויף אייערע רעכטן, און איר וועט זעהן ווי בעזר השם וועט איר מצליח זיין.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:30 pm
דורך מכבי
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:45 pm איך וויל עפעס שרייבן בנוגע די היינטיגע רשעות לגבי וויזיטעישן רעכטן פון קינדער פון צוטיילטע עלטערן ל''ע,. איז דא ערגעץ אן אשכול ווי מ'רעדט דערפון?
אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.
אויב שטייט א מאמע און העצט אינטער
דארף מען אוועק נעמען די קינדער פון איר!
און פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין תירוץ נישט צו לאזן די טאטע זען די קינדער
הרצחת וגם ירשת?!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:39 pm
דורך תינוק הבורח
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:27 pm @הלבלר בקולמסו איך פלעג אויך פארשטיין אזויווי דיך

אבער למעשה, פארוואס פארשטייט מען אז א קינד טאר נישט זיין צומישט וכו'
אפשר טאר א טאטע נישט לעבן אין אזא צער?

איך האב פאריאר געזען די קליפ פון לב לילד, אבער איך בין ארויס זייער אנטוישט, אויב א טאטע האט אזא גלוסט פאר זיין אייגן קינד, ווער זאגט אז מ'מעג אים אנפאטשן פאר די טובה פון די קינד?
פארוואס זענען די קינדס ווייטאג מער גערעכט ווי די טאטעס?
אויב וואלט עס געווען אמת, דאן איז פשוט אז דער קינדס ווייטאג קומט פארן טאטענס ווייטאג.

אבער אין רוב פעלער איז פשוט נישט אמת אז דער קינד ווערט צעמישט פון זעהן דעם טאטן, נאר אדרבה ער ווערט צעמישט פון נישט האבן א טאטן.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:42 pm
דורך תינוק הבורח
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:23 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:33 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 3:53 pm

אדרבה מאכט אן אשכול ווייל עס איז טאקע א הימל געשריי
מהאט דאך שוין געזעהן פאריאר אז א בר מצוה בחור האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן נישט לאזן זיין טאטע ערשיינען צי זיין בר מצוה
איך ווייס ס'איז זייער שווער פאר מענטשן דעיס צו הערן,
און ס'איז ממש שרעקליכע יסורים פאר א טאטע נישט צו קענען זען זיין קינד,
און דער קינד דארף אויך האבן א טאטע צו קענען,

אבער...
נאך וויכטיגער איז פארן קינד נישט צו זיין צעמישט,
ווען א קינד זעט אז דער טאטע חלש'ט אים צו זען, און פון די אנדערע זייט שטייט א מאמע וואס העצט אונטער און לאזט נישט קינד, ווערט די קינד איבערגענומען פון די געפילן, הייבט זיך אן פילן שלעכט פאר די גאנצע וועלט, ער שפירט זיך ווי א באלי, צעמישט און פארלוירן ווי אין א כף הקלע, און השם ירחם וואס נאך אלץ גייט פאר אין דעם קינד'ס יונגן קעפעלע..

פארשטייט זיך אויב מ'קען אויסארבעטן וויזיטעישנס ווי נארמאלע מענטשן איז דאך זיכער גוט,
אבער אויב נישט, וועט א קלוגע טאטע וואס זארגט זיך "באמת" פאר'ן קינד, אוועקקוקן פון די אייגענע אינטערעסן, און לאזן די קינד געמאכט, וסוף הכבוד לבוא.
איך ווייס ווי שווער ס'איז, און איך יעצט כאפן מכות פאר דעם, אז איך ווייס נישט וואס טוט זיך, און גאנצעטע מעשיות.

איך מיין אבער ס'איז א וואלידע נקודה, וואס איז ווערד צו נעמען אין באטראכט.
על פי תורה (נד"נ) כפי הנפסק בשו"ע באלאנגט א אינגל פאר'ן טאטן, נישט פאר'ן מאמען. אויב די מאמע וויל דאס קינד זאל נישט זיין צומישט, און האבן נאר א טאטע אדער נאר א מאמע, דארף טאקע דאס קינד גיין נאר צום טאטן און גענצליך אפהאקן מיט די מאמע...

אויב דער טאטע וויל נישט ווייל ער וויל קענען ארבעטן ווי א מאן ביז שפעט פארנאכטס אא"וו, דאן קענסטו אנהויבן דן זיין.

דאס איז אלעס "לו יהא" ס'זאל טאקע זיין א טובה פאר'ן קינד צו זיין נאר אויף איין פלאץ און גענצליך אפהאקן מיט'ן צווייטן.
דער מנחת יצחק (איני זוכר כעת המ"מ) האט א תשובה בנושא זו.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:45 pm
דורך איד
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:39 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:27 pm @הלבלר בקולמסו איך פלעג אויך פארשטיין אזויווי דיך

אבער למעשה, פארוואס פארשטייט מען אז א קינד טאר נישט זיין צומישט וכו'
אפשר טאר א טאטע נישט לעבן אין אזא צער?

איך האב פאריאר געזען די קליפ פון לב לילד, אבער איך בין ארויס זייער אנטוישט, אויב א טאטע האט אזא גלוסט פאר זיין אייגן קינד, ווער זאגט אז מ'מעג אים אנפאטשן פאר די טובה פון די קינד?
פארוואס זענען די קינדס ווייטאג מער גערעכט ווי די טאטעס?
אויב וואלט עס געווען אמת, דאן איז פשוט אז דער קינדס ווייטאג קומט פארן טאטענס ווייטאג.

אבער אין רוב פעלער איז פשוט נישט אמת אז דער קינד ווערט צעמישט פון זעהן דעם טאטן, נאר אדרבה ער ווערט צעמישט פון נישט האבן א טאטן.
פארוואס קומט די קינדס ווייטאג פאר די טאטע?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:38 pm
דורך איד
אויף אייוועלט שרייבט איינער:
משל למה הדבר דומה: א טאטע שטייט ביי זיין בעט פין זיין קראנקן קינד אין ער געזעגנט זיך מיט איהם אויף אייביג רח''ל, לאט יאמערליכע טרערן, די צער איז נישט צום באגרייפן , שפאצירט אדורך א יונגערמאן די שפיטאל צימער, געט א שריי, האלא וואס וויינסטו, די מיינסט דען די טובה פין דיין קינד, די ווייסט אז פאר דיין קינדס טובה מאכט דער אייבישטער ער זאל שטארבן,די מיינסט נאר דיך, טשיל אףף
די משל איז גרויזאם ?
ווייל סאיז.

עכ''ל

מ'איז דארט דן צו ס'איז טאקע אזוי אדער נישט פונקט, אבער א נקודה איז זיכער דא אין דעם

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 pm
דורך תינוק הבורח
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:45 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:39 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 8:27 pm @הלבלר בקולמסו איך פלעג אויך פארשטיין אזויווי דיך

אבער למעשה, פארוואס פארשטייט מען אז א קינד טאר נישט זיין צומישט וכו'
אפשר טאר א טאטע נישט לעבן אין אזא צער?

איך האב פאריאר געזען די קליפ פון לב לילד, אבער איך בין ארויס זייער אנטוישט, אויב א טאטע האט אזא גלוסט פאר זיין אייגן קינד, ווער זאגט אז מ'מעג אים אנפאטשן פאר די טובה פון די קינד?
פארוואס זענען די קינדס ווייטאג מער גערעכט ווי די טאטעס?
אויב וואלט עס געווען אמת, דאן איז פשוט אז דער קינדס ווייטאג קומט פארן טאטענס ווייטאג.

אבער אין רוב פעלער איז פשוט נישט אמת אז דער קינד ווערט צעמישט פון זעהן דעם טאטן, נאר אדרבה ער ווערט צעמישט פון נישט האבן א טאטן.
פארוואס קומט די קינדס ווייטאג פאר די טאטע?
ווייל אזוי.

און א טאטע וואס פארשטייט עס נישט, זאל מען אים צונעמען די קינדער, אפי' ער איז נישט גע'גט!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:55 pm
דורך totty
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:45 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:39 pm

אויב וואלט עס געווען אמת, דאן איז פשוט אז דער קינדס ווייטאג קומט פארן טאטענס ווייטאג.

אבער אין רוב פעלער איז פשוט נישט אמת אז דער קינד ווערט צעמישט פון זעהן דעם טאטן, נאר אדרבה ער ווערט צעמישט פון נישט האבן א טאטן.
פארוואס קומט די קינדס ווייטאג פאר די טאטע?
ווייל אזוי.

און א טאטע וואס פארשטייט עס נישט, זאל מען אים צונעמען די קינדער, אפי' ער איז נישט גע'גט!
א נייע עשרת הדברות 2025: כבד את בנך ואת בתך ואם לאו תמות או תקחו ממך את ילדיך ויהי’ הפקר לאחרים רח"ל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:05 pm
דורך תינוק הבורח
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:55 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:45 pm
פארוואס קומט די קינדס ווייטאג פאר די טאטע?
ווייל אזוי.

און א טאטע וואס פארשטייט עס נישט, זאל מען אים צונעמען די קינדער, אפי' ער איז נישט גע'גט!
א נייע עשרת הדברות 2025: כבד את בנך ואת בתך ואם לאו תמות או תקחו ממך את ילדיך ויהי’ הפקר לאחרים רח"ל
און מיין גירסא איז אזוי, תתנהג עם זרעך כרחם אב על בנים, ובאם לאו אינם בניך.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:10 pm
דורך הדסים
@מכבי @דער תהלים איד @קושטא קאי, לויט ווי איך פארשטיי האט @הלבלר בקולמסו נישט געזאגט אז די מאמע האט א רעכט נישט צו ווייזן די קינדער, ער זאגט פארן טאטן אז אויב די מאמע העצט די קינדער קעגן אים און זי שטערט אים אויך זיינע וויזיטעישנס דאן זאל ער אפמאכן אז פאר די טובה פון זיינע קינדער זאל ער מוותר זיין אויף די וויזיטעישנס און אויף דעם איז דער נידן צי ס'איז טאקע פאר די טובה ועוד.

סתם אגב איך טראכט יעצט נאך א נקודה אז אויב זאל זיך דאס אנהייבן וועט עס ווערן די נייע נארמע ביי פרויען וואס ווילן צוריקהאלטן וויזיטעישנס.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:16 pm
דורך איד
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:45 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:39 pm

אויב וואלט עס געווען אמת, דאן איז פשוט אז דער קינדס ווייטאג קומט פארן טאטענס ווייטאג.

אבער אין רוב פעלער איז פשוט נישט אמת אז דער קינד ווערט צעמישט פון זעהן דעם טאטן, נאר אדרבה ער ווערט צעמישט פון נישט האבן א טאטן.
פארוואס קומט די קינדס ווייטאג פאר די טאטע?
ווייל אזוי.

און א טאטע וואס פארשטייט עס נישט, זאל מען אים צונעמען די קינדער, אפי' ער איז נישט גע'גט!
איך ציטער...
דו גייסט יעצט צונעמען מיינע קינדער?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:24 pm
דורך הלבלר בקולמסו
קושטא קאי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 9:01 pm
איר זענט %100 פראצענט גערעכט, פאר'ן גט'ן דארף יעדער פאטער שטיין אויף זיינע רעכטן, און אויסארבעטן נארמאלע וויזיטעישנס.

אבער איינער האט דא אויפגעברענגט דעם נושא אז א בחור'ל זאל זיך פאר'מיאוס'ן דאס לעבן ווייל זיין טאטע איז נישט געקומען צו זיין בר מצוה...
און דאס פרוביר איך צו פארשטיין.
און איך וויל אייך פרעגן. איר וואלט פארשטאנען אז עס זאל פאסירן אזא אקט, ווען א בחור'ס טאטע איז אין תפיסה ל"ע, אדער ווען איז פארוואגלט אין אר"י און ער קען נישט קומען? ווען ער ווייסט נישט ווי זיין טאטע געפינט זיך, אדער ווען זיין טאטע איז געווארן א ... איך ווייס נישט וואס?...
דער תירוץ אז ניין.
קיינער ווערט נישט נמאס צו לעבן אויף דער וועלט ווייל איינער קומט נישט צו אים, און ער רעדט נישט צו אים, אפילו ער האט אים זייער זייער ליב...

נאר וואס דען?
איך בין נישט קיין טעראפיסט, אבער איך קען זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס געפילן.
און לאמיר מאכן א הקדמה, נאך א גט איז געווענליך די מציאות אז די מאמע קען נישט אליין קעיר נעמען פון איר שטוב, זי איז אומבאכלעפטשעט און צעפראסקעט וכו' וכו', און זי ווערט אסאך מאל דעפרעסט. ווער רעדט נאך אז מען דיעלט מיט אזעלכע קינדער וואס האבן נישט די שטייפע האנט פונעם פאטער, און זיי וואלטן געדארפט האבן מער פלעגע... יעדער קען זיך פארשטעלן וויאזוי א קינד שפירט זיך דארט.

פון די אנדערע זייט, דער טאטע, טרעפט זיך מיט'ן קינד איינמאל מיט א שטיק צייט, ער גרייט זיך אן פארדעם, טוט זיך אן שיין, קויפט אים אסאך טויס, שפילט מיט אים, ווייזט ארויס ליבשאפט, געט אים אטענטשאן. ער באגיסט אים מיט גאר אסאך ליבשאפט.

וואס געשעט איז אז דער קינד האט מער ליב דעם טאטן.
יעצט, די מאמע האלט עס געוויס נישט אויס, און זי הייבט אן זוכן כל מיני תירוצים אז דאס קינד זאל נישט אהינגיין. קיין לשה"ר מיט רכילות פעלט נישט, און מען קען דאס זייער גוט פארארבעטן...
און דער טאטע שלאגט זיך צוריק פאר זיינע רעכטן, און ער גייט אויס צו זען זיין קינד, וואס וויל אים זען.

דער קינד זעט א טאטע וואס האט אים ליב, וואס לעכצט אים צו זען, און א שלעכטע מאמע וואס לאזט אים נישט אהינגיין.
דא הייבט ער אן שפירן ווי א באלי, ער פארלירט זיין אייגענעם אידענטיטעט, ער איז א חפץ פאר יענעם, דער שלעפט אהער, יענער שלעפט אהין.
דא קומט שוין אריין אז דאס לעבן זאל אים פארלירן דאס טעם. פון איין זייט פעיסט ער א בענקשאפט, און ליבשאפט, און ברענגט עס מער און מער ארויס, פון די אנדערע זייט לעבט ער מיט פארלוירנקייט און דערשראקנקייט, די שלעגערייען און אמפערייען, וכו' וכו'. ער ווערט דערביטערט און איבערגענומען פון זיין מצב, אז עס נעמט אים ארויס פון די גלייזן, ער טראגט עס נישט איבער.

אויב קוקט מען אן דער ביג פיקטשער, זענען זיי רשעים און בלוט פארגיסער, זיין פיינינג דעם קינד און דעם טאטן. און ס'איז אמת.
אןו אויב איז דא א וועג עס צו פייטן, אדרבא, הלואי זאל מען דאס טון.

איך רעד אבער יעצט למעשה, ווען מען פעיסט א רעאליטעט, דאס מציאות פאטשט אין פנים, דארף מען "אויך" נעמען אין באטראכט דעם קינד'ס לעבן. זיין לעבן רעד איך פיזיש, גייסטיש, און אידישלעך.

ס'איז זייער שווער צו זאגן וואס צו טון למעשה, ווייל מען האנדלט דאך טאקע מיט רשעות און אכזריות. איך ברענג נאר ארויף א נקודה למחשבה אז קינדער ווערן נישט בארירט פון בלויז "בענקשאפט", ס'איז פון די גאנצע מצב ווי אויסגעשמועסט. און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען זארגט זיך פאר'ן קינד'ס עתיד.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:36 pm
דורך totty
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 11:05 pm
totty האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:55 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 pm

ווייל אזוי.

און א טאטע וואס פארשטייט עס נישט, זאל מען אים צונעמען די קינדער, אפי' ער איז נישט גע'גט!
א נייע עשרת הדברות 2025: כבד את בנך ואת בתך ואם לאו תמות או תקחו ממך את ילדיך ויהי’ הפקר לאחרים רח"ל
און מיין גירסא איז אזוי, תתנהג עם זרעך כרחם אב על בנים, ובאם לאו אינם בניך.
ערשטענס די תורה הקדושה זאגט פארקערט ווי דעם אפילו כדי שיטול ארנקי ויזרקנו לים בפניו (קידושין ל"ב)

צווייטענס איך קען גענוג וואס זענען מיט די קינדער כרחם אב על בנים און מלאזט זיי נאך אלס נישט זעהן די קינדער

די גאנצע תורת לאקשן אז דאס קען שאטן פאר די קינדער איז שקר וכזב און איז כרוך יעדן איינציגן טאג מיט איסורי דאורייתא בנוסף צי יסורים קשים ומרים וואס א מענטש וואס האלט דאס נישט מיט קען דאס נישט משיג זיין, סיי יסורים פון די טאטע און א גרויס טייל מאל אויך פון די קינד אפילו ווען מזעהט דאס נישט אינדרויסן
יעדער האט שוין געזעהן די מעשה מיטן בר מצוה בחור וואס מהאט נישט זיין טאטען געלאזט קומען צום בר מצוה

די גאנצע פאלשע רחמנות פראפעגאנדע קומט פון די ליבעראלע שיטה אפציהאקן קינדער פון עלטערן און היינט זעהט מען שוין קלאר אז דאס איז כולו אכזריות אויף ביידע א טאטע דארף זיין קינד און א קינד דארף זיין טאטע