היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 396
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 615

הייינט קומט פאר די גרעסטע חלוקה אין היסטאריע זינט התייסדות קרן הצלה פון גאנצע 5 מיליאן דאללער פאר די איבער 200 מוסדות עטה"ק אין ארה"ק אלעס צוזאמגעשטעלט דורך ריינע הייליגע געלט פון תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר
ברוך המקדש שמו ברבים!
ברוך המקדש שמו ברבים!
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 396
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 615
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
קומט צושטאנד נאך אסטראנאמישע נדבה פון א מיליאן דאללער דורך הנגיד ר' בערל ווייס פון לאס אנזשעלעס עטליכע וואכן צוריק
און אסטראנאמישע נדבה פון א האלב מיליאן דאללער דורך הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק קרית יואל ובנו הנגיד ר' יחזקאל
און אסטראנאמישע נדבה פון א האלב מיליאן דאללער דורך הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק קרית יואל ובנו הנגיד ר' יחזקאל
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
קוקט אויס אז זינט דער נייער יושב ראש האט איבערגענומען (פארגעסן זיין נאמען) האבן זיך די חברה פעסט ארויפגעארבעט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 396
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 615
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
דו מיינסט הרה"ח הנודע ר' שלמה יוסף וואלדמאן שליט"א?
די עיקר פון די נייע רעוואלוציע איז א נייע וועד בעה"ב אין אמעריקע ,כ'געדענק נישט פונקט זייערע נעמען, בראש פון איינער וואגשאהל, וואס האבן גאר שטארק אויפגעארבעט די נדבות פאר קרן הצלה, סיי מיט פילצאליגע קלענער מסיבות משך די לעצטע 2 יאר פאר קלענערע סכומים, און אויך כסדר ארומצוגיין צו נדיבים בעם , סאטמארע פילאנטראפן, צו שאפן די ריזיגע סומעס וואס מ'טיילט אויס.
און ס'איז נאך דא זייער אסאך צו גיין, זייער וויזיע איז אנצושליסן גאנץ סאטמאר זאל געבן נדבות פאר קרן הצלה וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען און גייט אן כהיום מיטן זעלבן ציהל, און זייער וויזיע איז אנצוקוצען צו דעקן א דריטל קאסט (%33) פון די מוסדות עטה"ק בארה"ק.
ומחיל אל חיל גרייט מען זיך יעדעס יאר ארויפצוגיין העכער און העכער מיט די סכומים, און די מוסדות מערן זיך אויך פון יאר צו יאר פרישע מוסדות.
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 396
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 615
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
ס"ה די יאר תשפ"ה האט קרן הצלה פארטיילט קרוב צו 12 מיליאן דאללער, וואס דאס איז פארטריפעלט פון די חלוקות פון בלויז 3 יאר צוריק!
און דאס אלעס איז אין די יעצטיגע מצב הפרנסה ווען ס'קומט אן שווער צוזאמצושטעלן געלט, אבער דאס יהדות החרדית שרייט אויס סוף האמת לנצח! בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט במסי"נ מייסד געווען דעם קרן הצלה, וואס דאס איז היינט די יסוד אויף די כפירה במלכות המינות!
און דאס אלעס איז אין די יעצטיגע מצב הפרנסה ווען ס'קומט אן שווער צוזאמצושטעלן געלט, אבער דאס יהדות החרדית שרייט אויס סוף האמת לנצח! בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט במסי"נ מייסד געווען דעם קרן הצלה, וואס דאס איז היינט די יסוד אויף די כפירה במלכות המינות!
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
קול סאטמאר איבער די חלוקה
https://portal.teleground.com//media/sa ... 224800.wav
https://portal.teleground.com//media/sa ... 224800.wav
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 396
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 615
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
דער איד דעילי
ברוך המקדש שמו ברבים!
דאָס יהדות החרדית לעבט מיט דעם נעכטיגען טאג אַן אומבאַגרייפליכן היסטאָרישן קידוש שם שמים וואָס הילכט אָפּ מסוף העולם ועד סופו!
ווען צום ערשטן מאָל אין היסטאָריע, האָט דער מוסד הקדוש "קרן הצלה" זוכה געווען צו פאַרטיילן פאר די הונדערטער מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, די פאַנטאַסטישע ברעכנדע סומע פון
גאַנצע פינף מיליאָן דאָלאַר!!!!!
ס'איז לא יאומן וואָס עס איז פאָרגעקומען דעם היינטיגן טאָג אינעם לשכת הביד"ץ שע"י העדה החרדית, ווען מ'האָט זוכה געווען אַריינצובלאָזן מאַכטפולע חיזוק און קוראַזש פאר די העלדישע בעלי מסירות נפש,
ווען אין צוגאָב צו די דריי חלוקות פון מיליאָנען דאָלאַרן וואָס איז פאָרגעקומען דעי יאָר אליינס, האָט מען היינט פאַרטיילט די גרעסטע ציפער פון היסטאָריע, פון גאַנצע פינף מיליאָן דאָלאַר!
דאָס קומט אויס אַז אין שנת תשפ"ה אליינס איז מען יעצט אָנגעקומען צו די אָסטראָנאָמישע ציפער פון גאַנצע צוועלף מיליאָן דאָלאַר!
דאָס קומט נאָך וואָס די נדבות פאַר'ן מפעל הקדוש קרן הצלה איז פילפאַכיג געהויבן געוואָרן אין די לעצטערע צייטן, ווען תלמידי רביה"ק זי"ע זענען געוואָרן אויפגעוואַכט ווי שטאַרק מ'דאַרף הייבן די נדבות פאר די כרעים אשר לא כרעו לבעל, און די שטערקסטע רוקן-ביין למען קיומם וואָס קומט דורך די קראַנטע טשעקס פון "קרן הצלה" מוז זיך דראַסטיש הייבן מיט נאך פילע מיליאָנען אַ יאָר!
ס'איז זיכער די גרעסטע כבוד שמים וואָס מ'האָט זוכה געווען דאָ צו מרומם זיין. ס'איז די שטערקסטע חיזוק וואָס מ'גיבט פאר די גענעראַלן וואָס גייען אָן מיט אַזאַ מסירות נפש. ס'איז די גרעסטע זכות וואס מ'טוט, צו האָבן די השפּעות משמי מעל בזכות הגדול והקדוש פון רביה"ק זי"ע, שטייענדיג אין אַזאַ זמן ווען מ'גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא כ"ו אב הבעל"ט.
אשרינו! אַז מיר האָבן זוכה געווען דערצו!
מה טוב חלקינו! אַז מיר האָבן געהאַט אַלע אַ חלק דערין!
מה נעים גורלנו! אַז מיר זענען זוכה צו מקדש זיין שמם שמים ברבים!
מה יפה ירושתינו! אַז מיר פירן ווייטער אויס משאת נפש הצדיק!

- אוטובאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 110
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
ירושלים עיה"ק – א אויסנאם געוואלדיגער מעמד קידוש שם שמים איז פארגעקומען בפלטרין של מלך, אין לשכת הגזית ביים בית דין הגדול שבירושלים די בית דין העדה החרדיתת דעם פארלאפענעם מיטוואך ואתחנן – י"ב מנחם אב העעל"ט, דער מעמד החלוקה פון קרן הצלה.
דער עצם מעמד איז שוין היינט נישט קיין נייעס, זייענדיג עפעס וואס גייט אן תמידין כסדרם שוין פאר קרוב צו פופציג יאר. דורכאויס אלע תקופות אין די פארלאפענע קרוב צו יובל יארן, האבן די מסירות נפש'דיגע הנהלה - אינאיינעם מיט די הילף פון אחינו שבגולה, די אידן אין חו"ל וואס האבן דעם רגש קודש צו שטיצן און האבן א חלק אין אזא כח הקדושה - ב"ה באוויזן צו אנהאלטן מיט א קביעות די חלוקות, טראץ אלע שוועריגקייטן לכל אורך הדרך.
אבער דער יעצטיגער מעמד, איז עפעס וואס האט איבערגעשטיגן אלעס פון פריער.
דער עצם מעמד איז שוין היינט נישט קיין נייעס, זייענדיג עפעס וואס גייט אן תמידין כסדרם שוין פאר קרוב צו פופציג יאר. דורכאויס אלע תקופות אין די פארלאפענע קרוב צו יובל יארן, האבן די מסירות נפש'דיגע הנהלה - אינאיינעם מיט די הילף פון אחינו שבגולה, די אידן אין חו"ל וואס האבן דעם רגש קודש צו שטיצן און האבן א חלק אין אזא כח הקדושה - ב"ה באוויזן צו אנהאלטן מיט א קביעות די חלוקות, טראץ אלע שוועריגקייטן לכל אורך הדרך.
אבער דער יעצטיגער מעמד, איז עפעס וואס האט איבערגעשטיגן אלעס פון פריער.
- אוטובאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 110
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
רבות חלוקות עשו חיל: די מעמדי החלוקה ביז היינט
די פראכטפולע מעמדי החלוקה וואס זענען געווארן אפגעהאלטן ביז'ן היינטיגן טאג, וואס ביי זיי האט מען פארטיילט ריזיגע סכומים צו אנהאלטן און מחזק זיין די הייליגע פעסטונגען – די מוסדות על טהרת הקודש וואס שטייען אויפ'ן פראנט צו אנהאלטן די מלחמה לה' בעמלק מיט די טומאת הציונות, זענען אויך געווען, יעדע פאר זיך, א מעמד נהדר, א מעמד וואס האט ארויסגעברענגט אז דער לעבנס מיסיע און ירושה פונעם גרויסן מייסד פון דעם קרן הצלה, מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און זיין פייערדיגע מלחמת אש קודש וואס ער האט אנגעהויבן אין זיין לעבן, גייט ווייטער אן, און אז טויזנטער אידן זענען דא צו אנהאלטן זיין תורה און מסורה וואס ער האט מיט בלוט און טרערן איבערגעגעבן פאר'ן קומענדיגן דור.
יעדע מעמד החלוקה, יעדע מיליאן וואס איז פארטיילט געווארן, יעדעס ביסל חיזוק וואס די חשוב'ע מנהלים האבן באקומען, האט אויסגערופן אז "עוד אבינו חי", אז די יהדות החרדית הצרופה אין ארץ הקודש האט אונטער זיך א מאכטפולע רוקן ביין פון אידן איבער די וועלט וואס זענען דא פאר זיי, זיי מחזק צו זיין מיט וואס עס איז נאר שייך.
ואת עלית על כולנה: יעצטיגער מעמד החלוקה און איר מעכטיגע אימפאקט
אבער גאר עפעס אנדערש איז געווען דער יעצטיגער מעמד. אויב מיר וועלן ארומגיין איבער די וועלט פון צדקה, די היימישע פילאנטראפישע וועלט, וועט מען זיך באגעגענען מיט א שווערע מצב. אלע שלוחי המוסדות וועלן אייך דערציילן אז עס איז א שווערע תקופה.
אבער "קרן הצלה" האט אויסגעשריגן: "אנשטאט אראפגיין וועלן מיר גאר ארויפגיין!" קרן הצלה איז אבער נישט נאר ארויפגעגאנגען, נאר איז 'דראסטיש' ארויף. ווי באקאנט קומען פאר פיר חלוקות דורכאויס יעדעס יאר בס"ד, אויב ביז יעצט איז א שיינע חלוקה געווען ארום א מיליאן דאלער, און אין די לעצטע תקופה האט מען שוין אנגעהויבן מאכן חלוקות פון צוויי-דריי מיליאן דאלער – וואס איז שוין פאר זיך א 'שיינע עלי'' - איז יעצט געווארן א חלוקה פון "פינף מיליאן דאלער!"
אידן איבער די וועלט – אריינגערעכנט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן – שטייען און וואונדערן זיך וויאזוי קרן הצלה האט באוויזן עס צו טון. אבער אונז – תלמידי וחסידי רבינו הקדוש – וואונדערן זיך נישט.

דער היסטאריש-געהויבענע מעמד החלוקה
צום צווייטן מאל האט קרן הצלה צוגעשטעלט א לעבעדיגע ליין אז די אידן אין חו"ל וואס זיי זענען די וואס שטעלן צו די אסטראנאמישע חלוקות זאלן קענען אליין מיטהאלטן בשעת מעשה די גאנצע מעמד, און טאקע האבן א ריזיגע צאל אריינרופער מיטגעהאלטן אויפ'ן לייוו הוק אפ דעם מעמד נהדר.
דער מעמד איז פארגעקומען במקום הקודש, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית, וואס שטייט שוין אזויפיל יארן בראש מערכות ישראל, און פון דארט גייט ארויס דעם דעת תורה הצרופה פאר א גאר לאנגע תקופה, און יעצט איז עס געווען דער פאסיגער מקום – אזויווי אלע יארן – צו אפהאלטן דעם מעמד החלוקה.
צוערשט האט אויפגעטרעטן דער ערנערגישער יושב ראש הקרן, הרה"ח רבי שלמה יוסף וואלדמאן שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די היסטארישע מאמענטן וואס מען שטייט, ווען צו ערשטן מאל וועט קרן הצלה פארטיילן אזעלכע ריזיגע סכומים. דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הגה"צ רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א – חבר הביד"ץ איבער די קדושת הזמן והמטרה פון אזא מעמד.
דערנאך האבן די מנהלים אלע אינאיינעם זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף "חסדי ה' כי לא תמנו" דאנקענדיג השי"ת אז מען איז אנגעקומען צו אזא חלוקה, עפעס וואס זיי האבן ניטאמאל געוואגט צו חלומ'ען אז עס וועט קענען צושטאנד קומען, און דא זעט מען אזא חלוקה וואס שטייגט גאר איבער אלע פריערדיגע ורוח הקודש אומרת כן ירבה.
נאכדעם איז פארגעקומען דעם אומגלויבליכן געשעעניש, ווען מען האט פארטיילט די טשעקס אין די ווערד פון גאנצע פינף מיליאן דאלער! פאר די בעלי מסירות נפש, די מנהלי המוסדות.
מ'קען אויף דעם ריכטיג זאגן מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! די שמחה אויף די פנימ'ער פון די מנהלים איז געווען עד אין לשער, ווען זיי האבן מיט התרגשות זיך געזען האלטן אין די הענט א פרעצעדענטלאזע סכום, יעדער איינער לויט זיין מוסד, וואס עס איז געווען א שטוינענדע איבעראשונג און האט אויפגעלאכטן די אויגן פון די חשוב'ע בעלי מסירות נפש.
דער מעמד האט געגעבן אומשאצבארע חיזוק און מוט פאר די מנהלי המוסדות, די גבורי החיל וואס שטייען מיט מסירות נפש בראש פון די הייליגע אימפעריע פון תורה בטהרה פאר כמעט פופציג טויזנט תשב"ר כ"י, צו אנגיין ווייטער מיט זייער ארבעט, און וועט זיי באגלייטן בעז"ה אויף ווייטער ביז מיר וועלן זוכה זיין אז דער גואל הצדק וועט קומען אונז אויסלייזן פון דעם "גלות ביי אידן" בב"א.

- פיילס
-
- unnamed (11).jpg (148.21 KiB) געזען געווארן 269 מאל
- אוטובאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 110
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
א חשוב'ער מנהל פון א ת"ת עטה"ק האט נאכ'ן באקומען דעם ריזיגן קרן הצלה תמיכה מיטגעטיילט פאר די הנהלה: ס'שוין דריי חדשים וואס איך האב ליידער נישט געטיילט קיין געהאלט אין מוסד, נישט האבנדיג פון וואו צו נעמען מער, עטליכע מלמדים האבן שוין גאר אריינגעגעבן זייערע רעזיגנאציע נאטיץ, ליידער"
"אבער יעצט האט איר מיר ממש געראטעוועט, דער טשעק באדייט פאר מיר גאנצע אנדערהאלבן חודש געהאלט! איך האב שוין מיט וואס צו גיין צום טיש; איר האט פשוט געראטעוועט מיין מוסד!"
- אוטובאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 110
Re: היסטארישע 5 מיליאן דאלערדיגע "קרן הצלה" חלוקה
איינער פון די מסירות נפש'דיגע מנהלים איז דארט ביים מעמד, נאכ'ן ערהאלטן דעם פאנטאסטישן טשעק, צוגעקומען צו די חברי הנהלת קרן הצלה און קוים געקענט קומען צום ווארט פאר התרגשות, זאגנדיג:
"ס'רינט מיר טרערן פון די אויגן זעענדיג וואס איר האט דא געטון פאר אונז! צו שאפן אזא סכום קאסט מיר ארויסצופארן לכה"פ צוויי מאל קיין חוץ לארץ; זיך ארומוואלגערן אין אלע שטעט צו קלאפן אויף די טירן, און ענדליך שוין נאך די גאנצע מאטערניש קום איך אהיים מיט אלע סארטן נדבות וואס נעמט א לאנגע תקופה ביז מ'קען אלעס מסדר זיין און נוצן".
"ווידער דא האב איך ערהאלטן אזא גרויסן סכום, אין גאר אין א פעליגע טשעק!"
"נאר השי"ת ווייזט וואס איר האט דא געטון פאר אונז!"