די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1397

די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

נאך אפאר וואכן וואס ס'גייט פאר א מצב אין אימעילס וועגן "בויען פאר אידן, זענען היינט שוי אויך די גאסן באקלעבט געווארן מיט פלאקאטן.

ספעציפיש איז יעצט דער איבערקערעניש וועגן א בנין וואס בויט זיך אויף 555 בארום סטריט, אידן בויען עס, און ליידער פאר 350 גויים.
פיילס
IMG-20230725-WA0015.jpg
IMG-20230725-WA0011.jpg
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1397

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

256.jpg
256.jpg (239.85 KiB) געזען געווארן 1703 מאל
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 8

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך יודעלע »

וואס איז טאקע פשט מען מאכט מער געלט פון גוים?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3627
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5880

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך וואוילער »

אפשר ווייניגער קאפוויי
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1397

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אדער סתם א ייצר הרע...
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 237

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך מיילעך »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:15 pm אפשר ווייניגער קאפוויי
גוים מאכן סך מער קאפוויי אבער ווען זיי צאלן, צאלן זיי מער.
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 237

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך מיילעך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 9:22 am אדער סתם א ייצר הרע...
זייער א שווערע יצר הרע, עס איז יש לו מנה רוצה...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2558
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6046

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נישט ריכטיג וואס מ'רעדט דא, אין אימעיל איז געקומען א גאנצע חשבון אז ער וואלט אפילו פארדינט מער פון אידן!

איך פעיסט אריין דעם אימעיל:


טייערע אידן! מיר האבן אריינבאקומען א קלארע קאלקולאציע וואס איז געווארן צוזאמגעשטעלט דורך היימישע דעוועלאפערס און בראוקערס, מיט א פונקטליכע חשבון וואס צייגט די הוצאות און הכנסות פון דעם בארום סט. טרייענגל פראעקט.

אין דעם שיעט (קרעדיט: אייוועלט) וועט איר זען אינעם לינקן קאלום די חשבון פון די יעצטיגע וועג, ווען עס בויט זיך "רענטאלס" צו פארקויפן פאר א גוי'אישע העדזש פאנד, און אינעם רעכטן קאלום, דער חשבון פון בויען פאר "קאנדאס", פארקויפן פאר אידישע דירות.

ס'איז אומגלויבליך אבער א פאקטישע סך הכל: פון אידישע דירות וואלטן זיי פארדינט אריבער 30 מיליאן דאלאר מער!!!
tre copy.jpg
tre copy.jpg (218.86 KiB) געזען געווארן 1422 מאל

צו זען די קלארקייט פון די הוצאות, האבן מיר אויך ערהאלטן א סקרין-שאט פונעם עיקריס וועבסייט, פון די הצאות המכירה (אויפ'ן גאנצן שטח), און די קאנסטרוקשן לאונס (וואס איז צוטיילט געווארן אין 2 שטחים.

די גרעסערע בילד איז פון די גאנצע מכירה און די קאנסטרוקשן לאון פאר איין חלק לאט, און די קלענערע בילד איז די קאנסטרוקשן לאון אויף די קלענערע חלק לאט:
A.jpg
A.jpg (236.65 KiB) געזען געווארן 1422 מאל
B copy.jpg
B copy.jpg (218.09 KiB) געזען געווארן 1422 מאל
אונזער רחמנות'דיגע געבעט איז איין זאך:

טייערע פילאנטראפן. די נומערן צייגן קלאר אז איר וואלט גארנישט דערלייגט פון די מיליאנערישע פארדינסטן, נאר אדרבה, איר וואלט געהאט "נאך מער" רווחים בס"ד ווען איר בויט אויס דעם שטח פאר אידישע דירות!

אבער דאס איז בלויז ליתר שאת! איך שיהי' האבן מיר א טיפע בקשה מעומק הלב, הערט אויס א צוריסן הארץ פון ברודער און שוועסטער:

ביטע! טייערע פילאנטראפן! ביטע שטעלט אייך אריין אין אונזערע שיך! זעצט אייך אראפ פאר אפאר מינוט, און טראכט מיט'ן קאפ פון איינער וואס האט נישט די מיליאנען און איז נישט אזא פילאנטראפ. טראכט אריין:

וויאזוי וואלט "איר" געשפירט 'ווען איר וואלט געווען' א ציווילער איינוואוינער וואס האט נישט וואו צו וואוינען נארמאל; איר האט נישט וואו צו לייגן דאס בעטל פארן ניי געבוירענעם קינד; איר האט נישט וואו צו חתונה מאכן אייער טאכטער; און, א דעוועלפאער קומט און בויט אונטער אייער נאז, און... ער ברענגט דארט אריין פרעמדע עלעמענטן וואס האבן גענוג וואו צו גיין!!!

וואלט 'איר' נישט געהאט א פאראיבל אויף אזא דעוועלאפער?!

וואלט 'איר' געקענט מוחל זיין יענעם דעוועלאפער?!

וואלט 'איר' נישט אויפגעהויבן א ביטערע קול צו די דעוועלאפער??!!

ביטע טראכט אמת'דיג, ווי אן אייגענע ברודער און שוועסטער!

געדענקט עס איז די רעדע פון חשוב'ע פילאנטראפן וואס טוען פיל צדקה וחסד, און דער גרעסטער חסד וועט זיין ווען זיי וועלן אויך דא אי"ה
דערהערן אונזער ווייגעשריי מעומק הלב

און טוישן זייער פלאן צו בויען דעם בנין פאר היימישע אידן, פארדינען ריזיגע רווחים בע"ה, אבער פון אידישע קינדער!

ביטע נעמט אנטייל!

שיקט אייער הארציגע בקשה צו די פאלגנדע פילאנטראפן, דעוועלאפער פונעם בנין. איר קענט שרייבן אייער בקשה אויף אידיש, ס'איז די רעדע פון היימישע אידן וואס וועלן אייך פארשטיין.


Joel Werzberger
joyland@gmail.com

Pinny Loketch
pinny@theloketchgroup.com

Moshe Loketch
moishe@theloketchgroup.com

Aron Lebowitz
allan@meralpg.com

ביטע שרייבט אן ערנסטע בקשה ודברי הסבר, נישט קיין שארפע שפראך אדער טשעפענדיגע ווערטער וואס מאכן בלויז שאדן.

אויב האט איר סיי וועלכע ידיעות וואס קענען בייהילפיג זיין אין דעם קריטישן ענין לטובתינו, ביטע שיקט אריין צו:

UnitedWilliamsburge@gmail.com
ווייסע זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
x 25

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך ווייסע זאקן »

סאיז א ווייטאגליכע נושא די קאמפיין, א טיפעקעל וויליאמסבורג מענטעליטי , אדער גייסטו מיט מיר אדער פאשקעווילן, די חוכא וטלולה דא איז , אז די 555 בראדוועי פראפערטי האט א היימישע איד פארקויפט בערך 8 צו 10 יאר צוריק פאר גוים פאר שווערע געלטער צו בויען א האטעל, און דעמאלס איז געווען אין קול ואין עונה וועגן קיינער איז נישט געווען אינטערסירט אהינצומופן ,אפילו אז אויף בארום וואינען שוין אידן פאר 25 יאר און אויף קלעסאן וואס UJO האט אהינגעשלעפט די עולם פאר 27 יאר צוריק, זענען ביידע געגענטער געבליבן ווי א אינזעל ,וועגן יעדער וויל וואינען לעבן די מאמעס פארטוך ,
פעסט פארווערד 25 יאר שפעטער און דערנאך וואס די פרא וויליאמסבורג מענטשן ווילן דוקא בלייבן אין וויליאמסבורג האבן געזען אז זייערע חבירים און משפחה מופן אוועק אין גרויסן קיין
אינדיאנע
אריזאנע
פלארידא
בלומענבערג
זשערסי סיטי
לינדען
סטעטען איילענד
מאנטיסעלא
קרית יואל והגלילות
מאנסי והגלילות
לעיקוואד והגלילות,
האבן זיך זיי זיך געכאפט איין מינוט...
איך קען דאך מופן דא א גאס ארויפציר,
והנה און נון ,5 מינוט שפעטער שיקט מען פאשקעווילן ווער עס גייט נישט אין שפאן,איי אפשר לייגסטו אריין א פינגער און קאלט וואסער פאר א צווייטע איד, שוויץ אביסעל, אזוי ווי אינגעלייט אין פרישע געגענטער האבן געגראבן מקוואות אין געוויסע געגענטער מיט די אייגענע הענט ממש מיט שאוולעך,
אלזא די מהלך ארבעט נישט אין יארע 2023 , אז איר ווילט מופן א גאס ארויפציר איז דא טויזענטער דירות וואס די לענדלארדס זענען הונדערטע אדער טויזינטער חסידישע בעלי בתים פון וויליאמסבורג וואס פארדינגען פאר גוים די לעצטע 30 יאר ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג,בעט זיי צו פארדינגען פאר אידן וכדומה, די אלע אידן האבן אנגעברענגט די יאפיס און געבויעט פאר זיי, די פרא וויליאמסבורג מענטעליטי איז מיינד באגלינג,

וואס וויל איך ארויסברענגען ,אז מען דארף עס מיינען אמתדיג, סאיז דא וואס צוטין אז מען וויל , 25 יאר צוריק האבן אלע דעוועפלעמענטס פאר גוים געקענט גיין פאר אידן און מען האט נישט געהאלטען דערביי, יעצט וויין נישט אויף אויסגעגאסענע מילך, בכלל די ענערזשי און געלט וואס געוויסע מילאנערן לייגן אריין צו בויען אפאר הונדערט דירות פאר איבער א מיליאן א פיצי דירה און 4000 דאלאר רענט א פיצי 3/4 בעדרום דירה, מיטן נאמען אז זיי טיען עס לשם שמים איז אזא ליגענט.
מיט די געלט, צייט און ענערזשי פון יארן וואלטען זיי געקענט אויפבויען א נייע שטאט מיט טויזענטער דירות פאר אידן וואס דארפן ברויט זאלן האבן א דאך איבערן קאפ פאר ביליג,
א עולם הפוך ראיתי ,מיט א שלייער פון קנאות!

קיינער זאל זיך נישט דאכטען אז איך נעם מיך אן פאר די דעוועלעפער ,איך ווייס נישט זיין צד , אבער די גאנצע נושא איז א גרויסע זשאוק און טיפיקעל וויליאמסבורגע מהלך פון אינסייד קאראפשען, די גרעסטע ראשי קהילה האבן אויסגעבויעט און פארדינגען פאר די לעצטע 30 יאר דירות אין די וויליאמסבורגע גרעניצן פאר גוים , אבער יעצט ווען זיי ווילן אז זייערע קינדער און אייניקלעך זאלן נישט אוועקמופן וועלן זיי טין נערישע זאכן מיטן תירוץ פון עסקנות
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך שיך באקס »

שלום עליכם.

הרב @ווייסע זאקן, אדער זענט איר פשוט "מיסאינפארמירט", אדער זענט איר א נוגע בדבר וואס קומט אהער ברענגען פאר כלל ישראל "מיסאינפארמאציע".

דא האט מען נישט געשאסן אין די וועלט אריין! דא ליגט חדשים לאנג "השתדלות" אויף אלע מיני אופנים! אלע מיינט אלע! אויסער מיט בייזן. מיט גוטן, מיט "קעש", ביי איין פוינט ווען די דעוועלאפער האבן זיך גע'עקשנ'ט אז זיי פארקויפן עס נאר אויב מ'לייגט אראפ 20 מיליאן "פאראויס", האט מען שוין געהאט צאמגעשטעלט 20 אידן פון וויליאמסבורג וואס זענען גרייט צו צאלן א מיליאן אפ פראנט! מ'האט שוין געהאט צוגעשטעלט א באנק, אלעס אלעס, און אייביג איז געקומען נאך א פארלאנמג און נאך איינס, ביז ס'איז קלאר געווארן אז די אידן האבן עפעס א מיסיע צו אויסליידיגן וומסב"ג. כלומר: צו פייניגן אייגענע ברודער.

ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין די נושא בין איך געווען גרין. איך בין געווען גרייט צו טון עניטינג, כהאב אנגעהויבן צו שרייבן אויף אייוועלט, און ס'האט אנגעהויבן קומען פאון קאלס, און כהאב אנגעהויבן הערן פרטים פון "אלע צדדים", און ס'איז מיר געווארן גרין מיין גאל פון הערן וואס דא האט זיך אפגעטון די לעצטע יאר צייט בערך.

מיין מהלך איז עכט צו בעטן אז "זיי זאלן בויען פאר אידן", און זיי קנען עס נאך טון אויב זיי ווילן! אויב זיי שוינען זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער! אבער דא קומסטו מיט א באשולדיגונג אז מ'האט גארנישט פרובירט, זאג איך דיר אז יא, מ'האט פרובירט מער ווי וויפיל א בן אדם קען נארמאל פרובירן!

לאמיר האפן אז די אידן וועלן רחמנות האבן אויף אונז.
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך שיך באקס »

ווייסע זאקן האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:05 amדי חוכא וטלולה דא איז, אז די 555 בראדוועי פראפערטי האט א היימישע איד פארקויפט בערך 8 צו 10 יאר צוריק פאר גוים פאר שווערע געלטער צו בויען א האטעל, און דעמאלס איז געווען אין קול ואין עונה וועגן קיינער איז נישט געווען אינטערסירט אהינצומופן

למען האמת: דער שטח האט באלאנגט פאר אידן פון אייראפע, קיינער האט נישט געוויסט פון דעם מכירה!
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

זיי גייען שאדן האבן 30 מיליאן דאלאר אבי נישט צו פארקויפן פאר אידן?
סאררי, איך קויף עס נישט אפ.
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך שיך באקס »

ניין, יעצט איז עס שוין ליידער א נסיון פון 'נצחון'

דעם חשבון האבן זיי זיכער נישט גענוג באטראכט בעפאר
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

עפעס שטימט נישט.
555 boerum street איז נישט אין די אידישע געגענט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1397

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

להרב זאקן, ס'זאגט זיך זייער גרינג "מופטס אוועק פון די מאמעס פארטעך און לאזטס אפ". און ס'איז אמת אויך! מ'דארף מעודד זיין צו אוועקצופן!

אבער וויליאמסבורג האט שווערע טויזנטער משפחות מיט טויזנט חתונות א יאר. ס'איז "נישטא" דאס פלאץ וואו די אלע מענטשן זאלן פארשיקט ווערן. ס'נישטא. ס'איז בכלל נישט קיין נארמאלע מענטשליכע תשובה.

---

תינוק האקט. בארום איז גלייך נאגן טרעין. אויף די גאס איז נאר דא איין בנין פון הייזער, דארט וואוינען 30 אידן.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:48 pm להרב זאקן, ס'זאגט זיך זייער גרינג "מופטס אוועק פון די מאמעס פארטעך און לאזטס אפ". און ס'איז אמת אויך! מ'דארף מעודד זיין צו אוועקצופן!

אבער וויליאמסבורג האט שווערע טויזנטער משפחות מיט טויזנט חתונות א יאר. ס'איז "נישטא" דאס פלאץ וואו די אלע מענטשן זאלן פארשיקט ווערן. ס'נישטא. ס'איז בכלל נישט קיין נארמאלע מענטשליכע תשובה.

---

תינוק האקט. בארום איז גלייך נאגן טרעין. אויף די גאס איז נאר דא איין בנין פון הייזער, דארט וואוינען 30 אידן.
וועלכע טרעין?

---

איבערגעקוקט די מודעות, זיי שרייבן בראדוועי. מאכט מער סענס.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 177

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך היימישע זייגער »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:44 pm עפעס שטימט נישט.
555 boerum street איז נישט אין די אידישע געגענט.
555 broadway
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 177

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך היימישע זייגער »

שיך באקס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:39 pm
ווייסע זאקן האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:05 amדי חוכא וטלולה דא איז, אז די 555 בראדוועי פראפערטי האט א היימישע איד פארקויפט בערך 8 צו 10 יאר צוריק פאר גוים פאר שווערע געלטער צו בויען א האטעל, און דעמאלס איז געווען אין קול ואין עונה וועגן קיינער איז נישט געווען אינטערסירט אהינצומופן

למען האמת: דער שטח האט באלאנגט פאר אידן פון אייראפע, קיינער האט נישט געוויסט פון דעם מכירה!
פאר א וויליאמסבורגער איד מיט א שותף אין אייראפע, מען האט געוויסט פון די מכירה נאר נישט געטראכט אז אידן וועלן בכלל וועלן וואוינען דארט אין א 25 שטאקיגע געביידע.
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך שיך באקס »

"מען האט געוויסט".

ווער האט געוויסט? די עסקנים וואס טוען דערין האבן נישט געוויסט. נו, אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט, נאר מ'קוקט וואס מ'קען יעצט טון.

און אז ס'איז למעשה אנגעקומען צוריק צו א איד, און ער בויט טאקע 8 שטאק און נישט 25 (ס'קומט אויס בעסער פארן בויער אזוי!), און ער בויט עס פאר 350 גויים, איז דאס א שרעקליכע פאראט און הימל געשריי, און מ'דארף אויפרודערן א וועלט דערפאר.

לאמיר האפן אז זיי וועלן זיך כאפן וויפיל אידן זיי טוען דא וויי.
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 237

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך מיילעך »

ווי אויף די וועלט האב איך מיך פארלוירן... וויאזוי קען ער מאכן עקסטערע דרייסיג מיליאן דאלער ווען ער פארקויפט עס פאר אידן?
ווייסע זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
x 25

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך ווייסע זאקן »

שיך באקס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:34 pm שלום עליכם.

הרב @ווייסע זאקן, אדער זענט איר פשוט "מיסאינפארמירט", אדער זענט איר א נוגע בדבר וואס קומט אהער ברענגען פאר כלל ישראל "מיסאינפארמאציע".

דא האט מען נישט געשאסן אין די וועלט אריין! דא ליגט חדשים לאנג "השתדלות" אויף אלע מיני אופנים! אלע מיינט אלע! אויסער מיט בייזן. מיט גוטן, מיט "קעש", ביי איין פוינט ווען די דעוועלאפער האבן זיך גע'עקשנ'ט אז זיי פארקויפן עס נאר אויב מ'לייגט אראפ 20 מיליאן "פאראויס", האט מען שוין געהאט צאמגעשטעלט 20 אידן פון וויליאמסבורג וואס זענען גרייט צו צאלן א מיליאן אפ פראנט! מ'האט שוין געהאט צוגעשטעלט א באנק, אלעס אלעס, און אייביג איז געקומען נאך א פארלאנמג און נאך איינס, ביז ס'איז קלאר געווארן אז די אידן האבן עפעס א מיסיע צו אויסליידיגן וומסב"ג. כלומר: צו פייניגן אייגענע ברודער.

ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין די נושא בין איך געווען גרין. איך בין געווען גרייט צו טון עניטינג, כהאב אנגעהויבן צו שרייבן אויף אייוועלט, און ס'האט אנגעהויבן קומען פאון קאלס, און כהאב אנגעהויבן הערן פרטים פון "אלע צדדים", און ס'איז מיר געווארן גרין מיין גאל פון הערן וואס דא האט זיך אפגעטון די לעצטע יאר צייט בערך.

מיין מהלך איז עכט צו בעטן אז "זיי זאלן בויען פאר אידן", און זיי קנען עס נאך טון אויב זיי ווילן! אויב זיי שוינען זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער! אבער דא קומסטו מיט א באשולדיגונג אז מ'האט גארנישט פרובירט, זאג איך דיר אז יא, מ'האט פרובירט מער ווי וויפיל א בן אדם קען נארמאל פרובירן!

לאמיר האפן אז די אידן וועלן רחמנות האבן אויף אונז.
למעשה 1010 בעדפארד גייט פאר אידן? איך האב עס געזען עדווערטייזט צו פארדינגען, דאכט זיך אז סאיז די זעלבע דעוועלעפער , טאמער וויל ער היל"ת מאכן אידן ריין, פארוואס איז ער רעדי צו פארדינגען 1010 בעדפארד פאר אידן?
ווייסע זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
x 25

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך ווייסע זאקן »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:48 pm להרב זאקן, ס'זאגט זיך זייער גרינג "מופטס אוועק פון די מאמעס פארטעך און לאזטס אפ". און ס'איז אמת אויך! מ'דארף מעודד זיין צו אוועקצופן!

אבער וויליאמסבורג האט שווערע טויזנטער משפחות מיט טויזנט חתונות א יאר. ס'איז "נישטא" דאס פלאץ וואו די אלע מענטשן זאלן פארשיקט ווערן. ס'נישטא. ס'איז בכלל נישט קיין נארמאלע מענטשליכע תשובה.

---

תינוק האקט. בארום איז גלייך נאגן טרעין. אויף די גאס איז נאר דא איין בנין פון הייזער, דארט וואוינען 30 אידן.
נומבער איינס אז עס נישטא ווי צו וואינען אין וויליאמסבורג , און אז טויזענטער פרישע פארפעלקער מאכן אפ אז סאיז נארמאל צו מופן, קען מען גיין איבעראל, און מען דארף נישט צאלן 2500 פאר 2 קליינע בעדרומםס

און צווייטענס אויף בארום וואינען 30 פאמיליעס שוין בערך 27 יאר ! און נאר די 30 פאמילעס האבן דארט געמופט וועגן א דירה האט געקאסט 150 אלפים , און אויסער דעם האט אין די לעצטע 27 יאר קיין שום חסידישע משפחה נישט געמופט יענע זייט וויליאמסבורג, הגם דארט האבן פריוואטע הייזער א גאס ארויפציר געקאסט א פיאסטער , ממש פעניס יענע יארן, און טאקע יענע געגענט האט טויזענטער דירות געאוינט ביי וויליאמסבורג'ע ראשי קהילה והמוסדות ; און סאיז פארדינגען פאר גוים .... אין אנדערע ווערטער ביז אפאר חדשים צוריק האט קיין איין איד נישט געוואלט גיין וואינען אין יענע געגענט ... טיפיקעל וויליאמסבורגע קאפ , בויען א שפיטאל לעבן די צובראכענע בריק
ווייסע זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
x 25

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך ווייסע זאקן »

שיך באקס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:04 am "מען האט געוויסט".

ווער האט געוויסט? די עסקנים וואס טוען דערין האבן נישט געוויסט. נו, אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט, נאר מ'קוקט וואס מ'קען יעצט טון.

צום ערשט ווי איז דא עסקנים בכלל ? און בכלל דעס איז שוין 10 יאר צוריק, וואס דאן איז נאכנישט געווען מכלומרשטע עסקנים וואס זיכן רייך צו ווערן פון ארימע ברודער , סא 1010 בעדפארד איז נאכנישט אויסגעגאסן, האט מען עס געראטעוועט?
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך שיך באקס »

@ווייסע זאקן דו זאגסט אז ערשטנס ס'נישט דא קיין עסקנים, צווייטנס זיי מיינען רייך צו ווערן, דריטנס אידן ווילן נישט אהינגיין, פערטנס מ'דארף מופן קיין מאנסי, פיפטנס וואס טוצעך מיט 1010 בעדפארד.

זאל איך ענטפערן אויף אלעם? אדער ענדערשט איין תירוץ אז דו זוכסט דא עפעס אנדערש ווי דאס וואס דו זאגסט.

בנוגע 1010 בעדפארד, ער האט עס געבויט אידיש, ס'האט אפילו 2 סיקנס אין קאך, ס'נישט עכט אויסגעשטעלט גוי'איש. למעשה האט ער אריינגערופן גוי'אישע פאנדס. שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט זיי נאר אריינגערופן ווייל ער האט געמוזט האבן אן אפשאצונג פאר די באנק. סוי איך ווייס נישט אויף למעשה.

בנוגע בארום, אידן ווילן וואוינען דארט, 20 אידן - וגם אחי בתוכם - האבן זיך שוין געהאט פארפליכטעט בעפאר פסח א מיליאן דאלאר ווען מ'האט געזוכט צו שאפן דאס געלט עס אויסצוקויפן לטובת אידן, וואס ער האט געפאדערט א גרויסע סכום הארד מאני. אבער ווען מ'האט עס באוויזן צו ברענגען האט ער חוזק געמאכט.

סוי אידן לעכצן דערנאך, ס'איז סאך נענטער - ממש באהאפטן - צום היימישן וויליאמסבורג ווי לאפאיעט וואו מען גייט יעצט... נאר דער בחור וויל נישט! ווייל ער וויל אונז מחנך זיין צו גיין קיין פלארידא און קיין אלאסקא! (ששש איך האב ביז היינט נישט געשריבן דאס אלעס, אבער שוין).
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 631

Re: די איבערקערעניש ארום "בויען פאר אידן" אין וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:40 pm זיי גייען שאדן האבן 30 מיליאן דאלאר אבי נישט צו פארקויפן פאר אידן?
סאררי, איך קויף עס נישט אפ.
קויף טאקע נישט, פונקט ווען דו הערסט סיי וועלכע לשון הרע אויף א איד ח"ו
שרייב פאוסט