בלאט 1 פון 2
מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:43 pm
דורך אסמכתא בעלמא
בס"ד.
צוערשט א יישר כח פאר אלע חברי הטיש, עס איז נראה וניכר א פרישע צאל אקטיווע שרייבער אין פארשידענע זאכליכע נושאים, וואס גיט צו א שטארקע געשמאק. מיר האפן אויף ווייטער עס זאל אנהאלטן די רואיגע אטמאספער איינצייטיג מיט געשמאקע און קראנטע שמועסן און נייעסן.
מיר ווילן יעצט קומען מיט א וויכטיגע מעלדונג, וואס איז נוגע די קומענדיגע תקופה.
די קומענדיגע שטיק צייט וועלן צוויי אחראים זיין ספעציעל אקטיוו אין אוועקשיקן שרייבער וואס זענען נישט פאסיג פאר אידטיש, אזעלכע וואס בכוונה אדער אפילו שלא בכוונה שרייבן זיי נישט לויט די רואיגע אידטישע סטאנדארטן.
מיר מוזן דאס טון וויבאלד די אקטיווע לעצטיגע טעמעס - הויפזעכטליך לב טהור - האבן געהאט געוויסע אויסנאמען, און מאנכע האבן דערפון פארשטאנען אז דא קען מען אראפרייסן, עסקנים אדער יחידים, עד כדי כך אז היינט האט שוין איינער מגלה געווען א צווייטן ניק'ס פרטים, נישט מער און נישט ווייניגער. אבער נישט נאר דאס, נאר בעצם די שפראך און צוגאנג איז געווארן טשעפעדיג אין רייצעריש ביי געוויסע שרייבער, אפילו אלט-אקטיווע, אומבאמערקט, אויך אין אנדערע טעמעס, אונטער דעם השפעה.
דעריבער, פאר יעדנס טובה וועט מען יעצט איינשטעלן אביסל א שארפערע אויג און זיך באנוצן מער אפן מיט'ן Banning אפציע, להרבות אהבת חינם.
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:48 pm
דורך נין
איך האלט אז א ניק וואס האט נישט 100 תגבות זאל נישט מעגן שרייבן אין די לב טהור אשקול
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:16 pm
דורך הכל ריוח
@איינגעשריבענע באנוצער
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:19 pm
דורך שינאווער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:43 pm
בס"ד.
צוערשט א יישר כח פאר אלע חברי הטיש, עס איז נראה וניכר א פרישע צאל אקטיווע שרייבער אין פארשידענע זאכליכע נושאים, וואס גיט צו א שטארקע געשמאק. מיר האפן אויף ווייטער עס זאל אנהאלטן די רואיגע אטמאספער איינצייטיג מיט געשמאקע און קראנטע שמועסן און נייעסן.
מיר ווילן יעצט קומען מיט א וויכטיגע מעלדונג, וואס איז נוגע די קומענדיגע תקופה.
די קומענדיגע שטיק צייט וועלן צוויי אחראים זיין ספעציעל אקטיוו אין אוועקשיקן שרייבער וואס זענען נישט פאסיג פאר אידטיש, אזעלכע וואס בכוונה אדער אפילו שלא בכוונה שרייבן זיי נישט לויט די רואיגע אידטישע סטאנדארטן.
מיר מוזן דאס טון וויבאלד די אקטיווע לעצטיגע טעמעס - הויפזעכטליך לב טהור - האבן געהאט געוויסע אויסנאמען, און מאנכע האבן דערפון פארשטאנען אז דא קען מען אראפרייסן, עסקנים אדער יחידים, עד כדי כך אז היינט האט שוין איינער מגלה געווען א צווייטן ניק'ס פרטים, נישט מער און נישט ווייניגער. אבער נישט נאר דאס, נאר בעצם די שפראך און צוגאנג איז געווארן טשעפעדיג אין רייצעריש ביי געוויסע שרייבער, אפילו אלט-אקטיווע, אומבאמערקט, אויך אין אנדערע טעמעס, אונטער דעם השפעה.
דעריבער, פאר יעדנס טובה וועט מען יעצט איינשטעלן אביסל א שארפערע אויג און זיך באנומן מער אפן מיט'ן Banning אפציע, להרבות אהבת חינם.

Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:20 pm
דורך וועלווא
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:48 pm
איך האלט אז א ניק וואס האט נישט 100 תגבות זאל נישט מעגן שרייבן אין די לב טהור אשקול
דעס מיינט אז אסאך באנוצער גייען שרייבען אסאך נערישע תגובות צו קענען אנקומען צו 100…..
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:21 pm
דורך נין
וועלווא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:20 pm
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:48 pm
איך האלט אז א ניק וואס האט נישט 100 תגבות זאל נישט מעגן שרייבן אין די לב טהור אשקול
דעס מיינט אז אסאך באנוצער גייען שרייבען אסאך נערישע תגובות צו קענען אנקומען צו 100…..
דעס מיינט אז די נייעס אשקולס וועלן אביסל אויפלעבן
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:22 pm
דורך שינאווער
איך גלייב אז די הנהלה האט גענוג וועגן צו זעהן וועלכע ניק ס'איז דא צו מיטארבעטן און וועלכע נישט.
לכאורה דארף מען נישט צוקומען צו די 100 תגובות עצה.
כנלענ"ד.
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:26 pm
דורך נין
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:22 pm
איך גלייב אז די הנהלה האט גענוג וועגן צו זעהן וועלכע ניק ס'איז דא צו מיטארבעטן און וועלכע נישט.
לכאורה דארף מען נישט צוקומען צו די 100 תגובות עצה.
כנלענ"ד.
זייער אסך ניקס ניצן דעי סייד נאר פאר זאכן וואס מען לאט נישט שרייבן אויף ..
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:29 pm
דורך הכל ריוח
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:26 pm

און זיי גייען אהיים גיין אי"ה

איך פארשטיי אז מען לאט דא רעדן ברייטער אין סאיז א גיטע זאך אבער נאר פאר ווער סגעט עפעס צי פאר די סייט

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:41 pm
דורך משיח משיח
געוואלדיג
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:47 pm
דורך א יוני אין שוויץ
הכל ריוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:29 pm
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:26 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:22 pm
איך גלייב אז די הנהלה האט גענוג וועגן צו זעהן וועלכע ניק ס'איז דא צו מיטארבעטן און וועלכע נישט.
לכאורה דארף מען נישט צוקומען צו די 100 תגובות עצה.
כנלענ"ד.
זייער אסך ניקס ניצן דעי סייד נאר פאר זאכן וואס מען לאט נישט שרייבן אויף ..
און זיי גייען אהיים גיין אי"ה
כ'מיין אז מ'קען שרייבן זייער נערמאלע תגובות דא וואס וואלט נאך אלס נישט געווען מותר דארט
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:48 pm
דורך אסמכתא בעלמא
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:29 pm
איך פארשטיי אז מען לאט דא רעדן ברייטער אין סאיז א גיטע זאך אבער נאר פאר ווער סגעט עפעס צי פאר די סייט
וזאת למודעי: מען לאזט נישט רעדן אויף אידטיש ברייטער. מען האט אייגענע סארט רולס, געבויט אויף א קלארע מהלך, כדי צו זיין ווייניגער געבויט אויף א גיסטעס און אויף א מיינונג וכדו'. דאס קומט אויס ביי געוויסע טעמעס ברייטער און ביי געוויסע טעמעס שמאלער.
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:51 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
איך קען מיר נאכנישט גענוג גוט אויס דא, אבער כ‘האף אז די אקט פון פארשפארן ניקס זאל נישט ברענגען צו די מוטשעניש פון א איבערפלוס פון יעדע אזעלכע טראולערס זאלן עפענען 20 ניקס, עס גייט אויסברענען די אחראים דא.
ווען אידטיש האט זיך געעפענט האט א מנהל אדער אחראי געשריבן גוט אז מען גייט פאוקעסן ענדערש צו מעקן ניקס ווי דארפן מעקן זייערע תגובות, דעיס איז גוט געווען פאר דעמאלטס, היינט נעמט מען אן יעדע ניק סאו ליבערשט זאל מען יא בלייבן ביי מעקן פאוסטס כדי נישט צו דרינגן טראולערס צו באזיצן הונדערטער ניקס וואס האבן 0 פאוסטס ס‘ברענגט א איבערפלוס און ס'איז נאריש.
לענ”ד שטייצעך, לטובתינו.
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:57 pm
דורך הדסים
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:51 pm

איי-פי?
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:24 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:57 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:51 pm
איך קען מיר נאכנישט גענוג גוט אויס דא, אבער כ‘האף אז די אקט פון פארשפארן ניקס זאל נישט ברענגען צו די מוטשעניש פון א איבערפלוס פון יעדע אזעלכע טראולערס זאלן עפענען 20 ניקס, עס גייט אויסברענען די אחראים דא.
ווען אידטיש האט זיך געעפענט האט א מנהל אדער אחראי געשריבן גוט אז מען גייט פאוקעסן ענדערש צו מעקן ניקס ווי דארפן מעקן זייערע תגובות, דעיס איז גוט געווען פאר דעמאלטס, היינט נעמט מען אן יעדע ניק סאו ליבערשט זאל מען יא בלייבן ביי מעקן פאוסטס כדי נישט צו דרינגן טראולערס צו באזיצן הונדערטער ניקס וואס האבן 0 פאוסטס ס‘ברענגט א איבערפלוס און ס'איז נאריש.
לענ”ד שטייצעך, לטובתינו.
איי-פי?
דאכט זיך עטליכע הכשרים האבן די זעלבע פאר אלע טעבלעטס
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:28 pm
דורך נקודות טובות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:43 pm
בס"ד.
צוערשט א יישר כח פאר אלע חברי הטיש, עס איז נראה וניכר א פרישע צאל אקטיווע שרייבער אין פארשידענע זאכליכע נושאים, וואס גיט צו א שטארקע געשמאק. מיר האפן אויף ווייטער עס זאל אנהאלטן די רואיגע אטמאספער איינצייטיג מיט געשמאקע און קראנטע שמועסן און נייעסן.
מיר ווילן יעצט קומען מיט א וויכטיגע מעלדונג, וואס איז נוגע די קומענדיגע תקופה.
די קומענדיגע שטיק צייט וועלן צוויי אחראים זיין ספעציעל אקטיוו אין אוועקשיקן שרייבער וואס זענען נישט פאסיג פאר אידטיש, אזעלכע וואס בכוונה אדער אפילו שלא בכוונה שרייבן זיי נישט לויט די רואיגע אידטישע סטאנדארטן.
מיר מוזן דאס טון וויבאלד די אקטיווע לעצטיגע טעמעס - הויפזעכטליך לב טהור - האבן געהאט געוויסע אויסנאמען, און מאנכע האבן דערפון פארשטאנען אז דא קען מען אראפרייסן, עסקנים אדער יחידים, עד כדי כך אז היינט האט שוין איינער מגלה געווען א צווייטן ניק'ס פרטים, נישט מער און נישט ווייניגער. אבער נישט נאר דאס, נאר בעצם די שפראך און צוגאנג איז געווארן טשעפעדיג אין רייצעריש ביי געוויסע שרייבער, אפילו אלט-אקטיווע, אומבאמערקט, אויך אין אנדערע טעמעס, אונטער דעם השפעה.
דעריבער, פאר יעדנס טובה וועט מען יעצט איינשטעלן אביסל א שארפערע אויג און זיך באנומן מער אפן מיט'ן Banning אפציע, להרבות אהבת חינם.
געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג, געוואלדיג!!! (בניגון הידוע)
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:43 pm
דורך צמח
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:51 pm
איך קען מיר נאכנישט גענוג גוט אויס דא, אבער כ‘האף אז די אקט פון פארשפארן ניקס זאל נישט ברענגען צו די מוטשעניש פון א איבערפלוס פון יעדע אזעלכע טראולערס זאלן עפענען 20 ניקס, עס גייט אויסברענען די אחראים דא.
ווען אידטיש האט זיך געעפענט האט א מנהל אדער אחראי געשריבן גוט אז מען גייט פאוקעסן ענדערש צו מעקן ניקס ווי דארפן מעקן זייערע תגובות, דעיס איז גוט געווען פאר דעמאלטס, היינט נעמט מען אן יעדע ניק סאו ליבערשט זאל מען יא בלייבן ביי מעקן פאוסטס כדי נישט צו דרינגן טראולערס צו באזיצן הונדערטער ניקס וואס האבן 0 פאוסטס ס‘ברענגט א איבערפלוס און ס'איז נאריש.
לענ”ד שטייצעך, לטובתינו.
גראדע נעמט מען נישט אזוי גרינג און שנעל אן דא
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 6:29 pm
דורך חצקל משמש
איך וויל צולייגן א בקשה צו אלע דא ביים טיש, ביטע ווען איר זעט עפעס וואס קומט נישט דא אדער איז געשריבן אין א שפראך וואס קומט נישט דא ביטע באריכטן.
יישר כח
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 31, 2025 10:32 pm
דורך אלעמאל
פארוואס פונקט יעצט?
כ'האב געהאט א געזונטער טשעפע צו געבן פאר איינעם. (עפעס א פריוואטען חשבון. )
פונקט יעצט דארף מען אכטונג געבן?
ווי שאף איך מיר נאך 100 תגובות?
און עי סיריעס נאוט.
יישר כוח פאר אייער ארבייט, און טאקע עס איז שוין צייט צום טרעפן וועגן, אז געוויסע וואס זוכן צרות, זאלן עס טרעפן ערגעץ אנדערש.
איך גיב נישט קיין עצות, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי, אבער אז מ'טוט, און מ'פראבירט, זאל דער אייבערשטער העלפן מ'זאל מצליח זיין, אן דעם וואס עס זאל ווייטוהן פאר די נישט ריכטיגער.
בברכה
@אלעמאל
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:25 am
דורך טראפקעלע
זייער גיט!!
ס'איז דא -ליידער- גענוג טעקס/וואטצעפ גרופעס אראפצורייסן דעם אנדערן'ס רבי, אנדערע אידן, וכו'.
אידטיש דארף נישט זיין זייער מכניס 'אורח'.
ש'כח הנהלה!
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 2:02 am
דורך never say never
מיט רעדט נאר פון דו לב טהור אשכול אדער גאנץ אידטיש?
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:03 am
דורך על פי תורה
געוואלדיג!
בפרט אין די לב טהור אשכול זענען אריינגעקומען ניקס און פשוט פארפעסטעט די לופט, געברענגט אן אומבא'טעמ'טע אנגעצויגענע מצב. משא''כ ווען מען לאזט נאר די רואיגע ניקס ווערט אן אנדערע אוירה, פשוט זאכליך און אנפארמאטיוו. מען פרעגט, מען ענטפערט, מען איז מברר, א מחי'!
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:21 am
דורך איש חשוב
נין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:48 pm
איך האלט אז א ניק וואס האט נישט 100 תגבות זאל נישט מעגן שרייבן אין די לב טהור אשקול
וואס האט דאס צוטון וויפיל תגובות איינער האט?
Re: מעלדונג פון הנהלת אידטיש, ה' דברים תשפ"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 10:46 am
דורך יענץ מבין
א מין רשעות דאס...
איך זיץ מיך, מיט פאפקארן און פאפוטיס, מיטהאלטענ'דיג א גאר אינטערסאנטער ספעקטאל - ווי אפאר ניקס רייסן זיך ביי די קעפ.
די טענער גייען העכער און העכער, מען סטראשיט און שרייט - מען האלט שוין אז איינער לייגט ארויס די צוויייטענס אינפערמאציע אויף פאבליק.
איך זיץ צוגעשפאנט, איך ווארט שוין פאר יענעם'ס פאנטש אויף צוריק, מען קומט שוין באלד צו צום קלימאקס.
און מיטאמאל שפאצירט @אסמכתא בעלמא אריין... און בום... ער געט אזא קראך די גאנצע בעלון... און פארטיג... א מין רשעות...
דערמאנט מיר ווען איך האלט ביים הויעך שפיץ פון מיין חלום און אט אט בין איך שוין די מיליאנער פון שטאט, און פונקט דאן צוקלינגט זיך מיין אלארם קלאק... א מין רשעות...
אניוועי... שכוח מנהלים!