בלאט 1 פון 1

גראפילאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 12:06 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אויף אייוועלט האט משה שפיצער פון ידיעות און פליאות געלייגט א שמועס וואס קול מבשר האט אראפגענומען צוליב חששות וועגן קאנטרעווערסיע. ר' משה טוט דארט אדורך די נושא פון גראפיעלאגיע און ער טענה'ט אז עס איז כמעט אינגאנצן פאלש.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 12:09 pm
דורך יהא רעוא
איך האב אים נישט אויסגעהערט, אבער איך בין אמאל געווען ביי א גראפילאג, און ער זעהט קלאר געוויסע זאכן.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 12:12 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ער זאגט אז א דאקטאר "קען געלונגען אז עס זאל נישט ארבעטן" משא"כ א גראפילאג "קען געלונגען עס זאל ארבעטן".... (איך האב נישט קיין שטעלונג איך האב נישט פרובירט גראפילאגיע)

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 12:12 pm
דורך א טויב
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 12:06 pm אויף אייוועלט האט משה שפיצער פון ידיעות און פליאות געלייגט א שמועס וואס קול מבשר האט אראפגענומען צוליב חששות וועגן קאנטרעווערסיע. ר' משה טוט דארט אדורך די נושא פון גראפיעלאגיע און ער טענה'ט אז עס איז כמעט אינגאנצן פאלש.
► Show Spoiler
איך האב עס געהערט אויף קול מבשר ווען עס איז נאך דארט געווען.
ער טענה'ט נישט כמעט. נאר אינגאנצן פאלש.
איך בין אבער נישט איינשטימיג אויף 100% מיט אים.

אגב זייער אונטערעסאנט אז ער האט גענומען די שטארקייט עס אזוי אראפצורייסן זייענדיג א בעלזא'ער, ווי עס איז גאר שטארק אנגענומען.

Re: גראפאלאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 3:10 pm
דורך הדסים
צק
*גראפאלאגיע

איך בין נישט שטארק פארגלייבט דערין הגם איך האב שוין יא געזען א גראפאלאג צוטרעפן ביי א שיינע מספר מענטשן גאנץ פונקטליך.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: מיטוואך יולי 23, 2025 10:49 pm
דורך יענץ מבין
יהא רעוא האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 12:09 pm איך האב אים נישט אויסגעהערט, אבער איך בין אמאל געווען ביי א גראפילאג, און ער זעהט קלאר געוויסע זאכן.
אויב איר קענט זאלט איר איהם יא אויסהערן, נאכדעם טראכט גוט איבער וואס און וויאזוי די גראפילאג האט אייך געזאגט, איך וואלט געוועהן נייגעריג צו הערן צו איר האלט נאכאלס 'אז ער זעהט קלארע זאכן'.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:02 am
דורך פארגעהאלטן
וואס טוט זיך מיט ליינען די הענט
וואס זאגט דער עולם דערצו?

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:22 am
דורך Azoi Tzi Zugen
די נושא איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב יא זייער געגלייבט אין גראפילאגיע. איך האב שוין אליינס געזען שיינע מופתים ביי א גראפילאג... נישט בלויז אויף מיר נאר אפילו אויף אנדערע וואס איך האב געוויזן זייער שריפט. אבער, משה שפיצערס שמועס האט מיך זייער געכאפט ווייל א שטודיע באזירטע מסקנא איז אלעמאל מער ריכטיג, און זיינע משלים וואס ער גיבט וויאזוי מען קען פארנארט ווערן זענען זייער אויפריכטיג.

למעשה האב איך יעצט געפרעגט מיין באליבטע ChatGPT ער זאל מיר אפירזוכן אלע שטודיעס דערפאר אדער דערקעגן, און ער האט מפליט געווען בלויז קעגנערס.
א שטודיע אין יאר 1992 האט אויסגעפירט: Graphology has no value in predicting personality, intelligence, or job performance.
א שטודיע אין 1986 האט אויסגעפירט: Graphologists' accuracy was no better than random guessing or laypeople.
א שטודיע אין 1991 האט אויסגעפירט: Graphology is not a valid tool for employment screening.
א שטודיע אין 1983 האט אויסגעפירט: Hiring decisions based on graphology were no more valid than flipping a coin

Screenshot 2025-07-24 101752.png
Screenshot 2025-07-24 101752.png (58.61 KiB) געזען געווארן 438 מאל

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:50 am
דורך שמח
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:02 am וואס טוט זיך מיט ליינען די הענט
וואס זאגט דער עולם דערצו?
ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא זאך, עס ווערט נאך דערמאנט אין ספרים הקדושים, כ'מיין אפי' די מקור איז אין זוהר.


אבער צו זאגן אז די היינטיגע ליינער קענען ליינען דאס איז שוין אן אנדערע שמועס...

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:31 pm
דורך בודקע
ווייס איך נישט, איך גלייב נישט אין די אלע שטותים, שוין געווען ביי א גראפאלאג, חוץ לאקשן האט ער מיך גארנישט פארקויפט.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:57 pm
דורך א טויב
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:22 am די נושא איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך האב יא זייער געגלייבט אין גראפילאגיע.
► Show Spoiler
איך האב קיינמאל געגלייבט דערין ווי תורה מסיני, אבער פארט שוין מיטגעהאלטן פאבליק שאוס און דער רעדנער האט ציגעטראפן צו שריפטן וואס נישט ער און נישט דער עולם האט געוויסט וועמענס ער קוקט בשעת'ן אויסשפייען געוויסע שטריכן פון דער שרייבער.
און דערנאך אויב יענער האט געוואלט האט ער זיך געקענט אויפשטעלן אנטפלעקן ווער עס איז דער שרייבער אדער האט ער געקענט אויסוועלן צי בלייבן זיצן און קיינער וועט קיינמאל וויסן.

ועוד די אידן וואס מאכן עס זענען נישט קיין ליגנער און זיי האלטן באמת אז עס ארבעט און אז זיי האבן געהאלפן אסאך אידן דערמיט, זיי זענען נישט קיין שווינדלער. פינטעל.
לויט ר' משה שפילן זיי פלעין ארום מיטן ציבור און ראטן אויפ מענטשנס פראבלעמען.

צו זאגן עס איז 100% פאלש דוירעכאויס.. עה?... איך ווייס נישט.
און נאך אלעם שטודיעס קענען אויך האבן א פאנדעמענטל טעות וואס קען געדארן זייער לאנג צו כאפן אז עפעס איז נישט מסודר מיט די שטאדיע. ווי ר' @אלף טויב האט שוין ארויסגעברענגט ביי זיינע אלף בית. אדער ר' נחום העכט ביי זיין טאביק פושקע די וואך בערך ביי 12:30 מנוט אריין, ווי ער רעדט ארום פון נאסיבאו און לאסיבאו, וואס האט אויך געדארט ווי לאנג מען האט עס געכאפט.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:33 pm
דורך פארגעהאלטן
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:50 am
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:02 am וואס טוט זיך מיט ליינען די הענט
וואס זאגט דער עולם דערצו?
ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא זאך, עס ווערט נאך דערמאנט אין ספרים הקדושים, כ'מיין אפי' די מקור איז אין זוהר.


אבער צו זאגן אז די היינטיגע ליינער קענען ליינען דאס איז שוין אן אנדערע שמועס...
דאס איז מער פעסגעשטעלט (סטאדי'ס) ביי די גוים ווי גראפילאגיע?

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:52 pm
דורך יהא רעוא
יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 10:49 pm
יהא רעוא האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 12:09 pm איך האב אים נישט אויסגעהערט, אבער איך בין אמאל געווען ביי א גראפילאג, און ער זעהט קלאר געוויסע זאכן.
אויב איר קענט זאלט איר איהם יא אויסהערן, נאכדעם טראכט גוט איבער וואס און וויאזוי די גראפילאג האט אייך געזאגט, איך וואלט געוועהן נייגעריג צו הערן צו איר האלט נאכאלס 'אז ער זעהט קלארע זאכן'.
איך וועל פראבירן צו מאכן צייט..

ביי מיר האט ער געזאגט גאר אינערסאנטע נאטור און רילעישנשיפס וואס איך האב, ער האט גערעדט א גאנצע צייט. געווען זייער אינטערסאנט

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:26 pm
דורך דער תהלים איד
מיין מיינונג?

איך גלייב זיכער אז ס'איז דא אסאך צו זען אין א שריפט, בפרט איינער וואס פארשטייט צו תורת הנפש.

פונקט ווי דו קענסט זען אויף א מענטש'ס פנים וואס ער איז, קענסטו עס זען אינעם שריפט. אויב די וועלט זאגט "דער פנים איז א מסור", קען מען עטוואס זאגן אז "דער שריפט איז א מסור". א שריפט ווייזט אויב דער מענטש איז מסודר אדער צופלויגן, טאנצעדיג אדער רואיג, טאלאנטפול אדער א לא יוצלח.

אבער, דאס איז נאר אויף "אויסערליכע זאכן", און אויך דא קען מען מאכן פעסטע טעותים מהיפך להיפך, פונקט ווי א פנים קען אמאל גוט אויסנערן...

ווידער ווען ס'קומט צו זען "אינערליך", אדער בעסער געזאגט "נביאות", וואס יענער האט געהאט אינגערהייט, אדער וואס יענעמס טאטע איז, און כ"ש וואס יענעמס "מזל" איז, זיין עתיד, דאס איז הוילע לאקשן. נישטא אזא זאך, דער שריפט זאגט דאס נישט, אפילו אויב דער גראפילאג אליינס גלייבט אין זיך אז ער זעט עכט.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:28 pm
דורך תינוק הבורח
זיכער האט גראפלאגיע א כח, זיי קענען אראפנעמען שמועס'ן פון קול מבשר און פון אייוועלט.
פון אייוועלט.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:42 pm
דורך שמח
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:33 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:50 am
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:02 am וואס טוט זיך מיט ליינען די הענט
וואס זאגט דער עולם דערצו?
ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא זאך, עס ווערט נאך דערמאנט אין ספרים הקדושים, כ'מיין אפי' די מקור איז אין זוהר.


אבער צו זאגן אז די היינטיגע ליינער קענען ליינען דאס איז שוין אן אנדערע שמועס...
דאס איז מער פעסגעשטעלט (סטאדי'ס) ביי די גוים ווי גראפילאגיע?
כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, דו ביסט מסופק אין א שטיקל זוהר הקדוש?!

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:53 pm
דורך Who knows
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:42 pm
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:33 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:50 am

ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא זאך, עס ווערט נאך דערמאנט אין ספרים הקדושים, כ'מיין אפי' די מקור איז אין זוהר.


אבער צו זאגן אז די היינטיגע ליינער קענען ליינען דאס איז שוין אן אנדערע שמועס...
דאס איז מער פעסגעשטעלט (סטאדי'ס) ביי די גוים ווי גראפילאגיע?
כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, דו ביסט מסופק אין א שטיקל זוהר הקדוש?!
קודם כל ער רעדט דאך פון די היינטיגע וועגן פון ליינען.
והשנית, ווען איינער פרעגט אויף עפעס וואס שטייט אין ספרים פונעם מציאות איז דאס דו וועג צו ענטפערן "ביסט מסופק אין....?", דאס איז פשוט א וועג צו זאגן פרעג נישט/טראכט נישט און שוין. דאס האט שוין חרוב געלייגט די אמונה ביי גאר אסאך מענטשן ווייל זיי באקומען די געפיהל אז אמונה מיינט נישט קוקן אויפן מציאות. יענער מעג פרעגן און ער מעג באקומען א נארמאלע ענטפער.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:53 pm
דורך פארגעהאלטן
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:42 pm
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:33 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:50 am

ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא זאך, עס ווערט נאך דערמאנט אין ספרים הקדושים, כ'מיין אפי' די מקור איז אין זוהר.


אבער צו זאגן אז די היינטיגע ליינער קענען ליינען דאס איז שוין אן אנדערע שמועס...
דאס איז מער פעסגעשטעלט (סטאדי'ס) ביי די גוים ווי גראפילאגיע?
כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, דו ביסט מסופק אין א שטיקל זוהר הקדוש?!
ח''ו, איך רעדט די וועג וויאזוי די גוים קוקן די הענט האט גארנישט מיט די זוהר הק', לויט ווי איך פארשטיי.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:23 pm
דורך שמח
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:53 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:42 pm
פארגעהאלטן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:33 pm

דאס איז מער פעסגעשטעלט (סטאדי'ס) ביי די גוים ווי גראפילאגיע?
כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, דו ביסט מסופק אין א שטיקל זוהר הקדוש?!
ח''ו, איך רעדט די וועג וויאזוי די גוים קוקן די הענט האט גארנישט מיט די זוהר הק', לויט ווי איך פארשטיי.
איך האב גערעדט פון די ספרים און כ'האב געמיינט אויף דעם פרעגסטו צו עס שטימט מיט וואס די גוים ווייסן.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:23 pm
דורך הדסים
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:31 pm ווייס איך נישט, איך גלייב נישט אין די אלע שטותים, שוין געווען ביי א גראפאלאג, חוץ לאקשן האט ער מיך גארנישט פארקויפט.
דאס מוז נישט מיינען אז ס'איז נישטא קיין גראפאלאגיע, ס'קען מיינען אז יענער איז נישט קיין גראפאלאג.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:32 pm
דורך א טויב
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:26 pm
► Show Spoiler
ווידער ווען ס'קומט צו זען "אינערליך", אדער בעסער געזאגט "נביאות", וואס יענער האט געהאט אינגערהייט, אדער וואס יענעמס טאטע איז, און כ"ש וואס יענעמס "מזל" איז, זיין עתיד, דאס איז הוילע לאקשן. נישטא אזא זאך, דער שריפט זאגט דאס נישט, אפילו אויב דער גראפילאג אליינס גלייבט אין זיך אז ער זעט עכט.
איך בין קיינמאל דערווייל אריין פריוואט.
אבער ווי איך פארשטיי פון די עדס קלעמען נישט די אידישע גרעפעלאגן אז זיי קענען דאס.

Re: גראפילאגיע

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:34 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:23 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:31 pm ווייס איך נישט, איך גלייב נישט אין די אלע שטותים, שוין געווען ביי א גראפאלאג, חוץ לאקשן האט ער מיך גארנישט פארקויפט.
דאס מוז נישט מיינען אז ס'איז נישטא קיין גראפאלאגיע, ס'קען מיינען אז יענער איז נישט קיין גראפאלאג.
איך רעד פון א ברייט בארימטע גראפאלאג..