בלאט 1 פון 1
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:08 pm
דורך שינאווער
בעזהשי"ת
לאמיר דאנקען דעם בורא עולם!!!
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:08 pm
דורך שינאווער
ניסים אין אוקריינע - די קאר פון דער חב"ד שליח אין שטאט כארסאן ר׳ יוסף יצחק וואלף איז באטראפן געווארן פון א רוסישע דראון אינדערצייט וואס ער האט געהאלטן אינמיטן רייזן אינאיינעם מיט זיין פאמיליע, ב”ה יעדער איז ארויס אהן קיין קראץ פון די קאר וואס איז שווער געשעדיגט געווארן.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:09 pm
דורך שינאווער
ניסים: א דאפלטע נס האט די נאכט פאסירט ווען א אידישע פאמיליע וואס איז געפארן אויף די הייוועי פון טענערסוויל צו די קעטסקילס האט זיך צום ערשט אפגעשטעלט ווען זייער קאר האט זיך אנגעשטויסן אין א הערש און נאכן זיך אפשטעלן ביי די זייט פון די ראוד האט א צווייטע קאר אריינגעהאקט אין זייער קאר פון וואס עס איז טאטאל פארניכטעט געווארן, בחסדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:57 pm
דורך שינאווער

- unnamed (1).jpg (55.42 KiB) געזען געווארן 1822 מאל
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 4:45 pm
דורך שינאווער
קעטסקילס - ניסים האט פאסירט היינט מיטאג מיט א באס פיל מיט מיידלעך פון קעמפ חביבה אין עלענוויל אונטערוועגנס צו אן אויספלוג ווען די באס איז ארויף אין העלישע פלאמען זייענדיג אויף דער רוט 44 אין די קערהאנקסאן געגנט, בחסדי השם האבן אלע 37 מיידלעך און קעמפ איינגעשטעלטע אויפן באס באוויזן צו ארויסגיין בעפאר עס איז טאטאל ארויף אין פלאמען.
די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן ווען דער דרייווער האט באמערקט רויעך קומען פון די מאטאר און באלד אלאמירט הצלה און אנדערע רעטונגס אגענטורן, א גרויסע צאל וואלונטירן זענען בליץ שנעל אנגעקומען צו די סצענע נאך וואס די רוף איז באצייכנט געווארן אלס גאר דרינגענד מיט א פייער אויך א באס פיל מיט קינדער, אלע האבן עספיעט צו אפטרעטן פון די באס פאר די פלאמען האט זיך פארשפרייט צו די אונטערשטע טייל פונעם באס, קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן.
(Photo Credit: Catskills Scoop)

- ניסים3.jpeg (292.36 KiB) געזען געווארן 1686 מאל
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 4:48 pm
דורך שינאווער
בארא פארק - ניסים האט היינט אינדערפרי פאסירט ווען א באס פיל מיט קינדער אויפן וועג צו חדר איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביי דער 14׳טע עוועניו און די 41׳סטע סטריט, בחסדי השם זענען אלע קינדער אויפן באס ארויס אומבאשעדיגט.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 5:23 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 4:48 pm
בארא פארק - ניסים האט היינט אינדערפרי פאסירט ווען א באס פיל מיט קינדער אויפן וועג צו חדר איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביי דער 14׳טע עוועניו און די 41׳סטע סטריט, בחסדי השם זענען אלע קינדער אויפן באס ארויס אומבאשעדיגט.
דעי באס איז ליטערלי דורכגעפלויגן א רויט לייט.
שכח באשעפער פאר די ניסים. און צוויי פראסקעס מיט א פינק סליפ פארן דרייווער
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 5:54 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 5:23 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 4:48 pm
בארא פארק - ניסים האט היינט אינדערפרי פאסירט ווען א באס פיל מיט קינדער אויפן וועג צו חדר איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביי דער 14׳טע עוועניו און די 41׳סטע סטריט, בחסדי השם זענען אלע קינדער אויפן באס ארויס אומבאשעדיגט.
דעי באס איז ליטערלי דורכגעפלויגן א רויט לייט.
שכח באשעפער פאר די ניסים. און צוויי פראסקעס מיט א פינק סליפ פארן דרייווער
פון וואו ווייסטו? אפשר פארקעט?
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 8:03 pm
דורך חלום חלמתי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 5:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 5:23 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 4:48 pm
בארא פארק - ניסים האט היינט אינדערפרי פאסירט ווען א באס פיל מיט קינדער אויפן וועג צו חדר איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביי דער 14׳טע עוועניו און די 41׳סטע סטריט, בחסדי השם זענען אלע קינדער אויפן באס ארויס אומבאשעדיגט.
דעי באס איז ליטערלי דורכגעפלויגן א רויט לייט.
שכח באשעפער פאר די ניסים. און צוויי פראסקעס מיט א פינק סליפ פארן דרייווער
פון וואו ווייסטו? אפשר פארקעט?
געזען די ווידעא פון די אנדערע זייט
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 8:16 pm
דורך פשוט און גראד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 5:23 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 4:48 pm
בארא פארק - ניסים האט היינט אינדערפרי פאסירט ווען א באס פיל מיט קינדער אויפן וועג צו חדר איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט ביי דער 14׳טע עוועניו און די 41׳סטע סטריט, בחסדי השם זענען אלע קינדער אויפן באס ארויס אומבאשעדיגט.
דעי באס איז ליטערלי דורכגעפלויגן א רויט לייט.
שכח באשעפער פאר די ניסים. און צוויי פראסקעס מיט א פינק סליפ פארן דרייווער
גלייב מיר, די ווידיאו ציפט אסאאאאך מער
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 10:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פיינע טעמע דאס.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:50 pm
דורך שינאווער
חסדי השם: ניסים האט פאסירט אין טעקסאס ווען א ווען וואס האט געטראגן 13 בחורים פון א לעיקוואודער קעמפ האט זיך איבערגעקערט ביי אן עקסידענט, בחסדי השם איז קיינער נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן און וועלן שוין ווערן באפרייט פון שפיטאל נאך היינט ביינאכט.
עס האט פאסירט ווען די בחורים פון קעמפ ’להחיות חיים’ זענען געווען אויף אן אויספלוג אין די מארבל פאלס געגנט ווען זייער מיני-ווען האט זיך אנגעשטויסן אין א פיקאפ טרעקל און זיך איבערגעדרייט, אין רעזולטאט זענען 10 בחורים אפגעפירט געווארן צו עטליכע לאקאלע שפיטעלער בלויז מיט לייכטע וואונדן.
(Photo Credit: Lakewood Alerts)

- ניסים ווען.jpeg (139.61 KiB) געזען געווארן 1343 מאל
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 4:33 pm
דורך totty
דאס קינד וואס איז געווארן קריטיש און איז געווען אויף א רעספארעיטאר זונטאג נאכן זיך איברדרייען אויף א סקוטער אין מחנה רוב טוב מאנטיסעלא איז ברוך השם אהיים פון שפיטאל
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 4:39 pm
דורך שינאווער
totty האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 4:33 pm
דאס קינד וואס איז געווארן קריטיש און איז געווען אויף א רעספארעיטאר זונטאג נאכן זיך איברדרייען אויף א סקוטער אין מחנה רוב טוב מאנטיסעלא איז ברוך השם אהיים פון שפיטאל
עס איז געווען דריי פעלער פון קינדער מיט סקוטערס דארט אין איין טאג - בכלל איז דער מצב דאס יאר מיט די אראפפאלן פון סקוטערס/סעגוועיס אין די קאנטרי'ס עפעס אומדערטרעגליך ה"י, - און איין קינד האט געהאט ממש ניסים גילוים!!
מ'האט זיך שוין געגרייט אויפן ערגסטן און ער האט זיך פון איין מינוט אויף די אנדערע אויפגעוועקט און ער איז ב"ה געזונט און שטארק!!!!!
שכח הייליגער באשעפער!!!
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 15, 2025 12:19 pm
דורך Landau238
חסדי השם: א קינד איז נעכטען אראפגעקלאפט געווארן און קרית יואל און האט זיך אויפגעהויבען כאחד האדם ב"ה!!
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 17, 2025 4:57 pm
דורך אוטובאס
ב"ה איך ווער בעסער און בעסער דורך דעם באשעפערס גוטע שליחים,
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 12:28 pm
דורך שינאווער
קעטסקילס - ניסים האט פריער פארנאכטס פאסירט ווען א ווען מיט צען בחורים אויפן וועג צוריק פון אן אויספלוג האט אריינגעזעצט אין א בוים אין די ראק היל געגנט, קעטסקילס הצלה וואלונטירן האט אפגעפירט אלע בחורים צו די העריס שפיטאל בלויז מיט מילדע וואונדן.
(Photo Credit: Catskills Scoop)

- ניסים ראקהיל.jpeg (241.87 KiB) געזען געווארן 742 מאל
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 12:38 pm
דורך בערל דער פייפער
מיין האלב יעריגע בעבי האט זיך גענומען שלעפן אויפן פלאר, און א טרעמפעלין וואס איז געווען אויף געשטעלט ביי די זייט האט אראפגעטראסקעט!!, ב”ה די אייזענס זענען געפאלן צו די צוויי זייטן און די בעבי איז כאחד האדם, הודו לשם.
(עס קומט מיר טשילס פון טראכטן ווען די אייזן פאלט מיט א אינטש ווייטער)
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 12:44 pm
דורך שמח
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 19, 2025 12:38 pm
מיין האלב יעריגע בעבי האט זיך גענומען שלעפן אויפן פלאר, און א טרעמפעלין וואס איז געווען אויף געשטעלט ביי די זייט האט אראפגעטראסקעט!!, ב”ה די אייזענס זענען געפאלן צו די צוויי זייטן און די בעבי איז כאחד האדם, הודו לשם.
(עס קומט מיר טשילס פון טראכטן ווען די אייזן פאלט מיט א אינטש ווייטער)
הודו לה' כי טוב!
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 11:57 am
דורך שינאווער
ניסים: סאוט פאלסבורג - א שווערע אינצידענט דעם פרייטאג ווען א פינף יעריג קינד האט זיך דערטרונקען אין די קעטסקילס האט זיך ב"ה געענדיגט מיט ניסים, ווען דאס קינד וואס האט געוויילט אין שפיטאל איבער שבת איז שוין ב”ה באפרייט געווארן פון שפיטאל.
די אינצידענט האט פאסירט פרייטאג שפעט נאכמיטאג אין די סקאפס באנגעלוי קאלאני ווען איינע פון די קינדער האט באמערקט א קינד וואס האט זיך דערטרונקען אינעם שווים באסיין און שנעל אלאמירט אנוועזנדע אויפן סצענע וואס האבן אים ארויסגענומען אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, קעטסקילס הצלה וואלונטירן וואס זענען אין איילעניש אנגעקומען האט צום ערשט גערופן א העליקאפטער אבער בחסדי שמים האבן זיי באוויזן אים צו דערמונטערן און אים אפגעפירט אין שפיטאל אין א שווערע אבער סטאבילע צושטאנד, אצינד מוצאי שבת איז ער באפרייט געווארן פון שפיטאל אין א גוטע צושטאנד.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 1:36 pm
דורך שינאווער
קרית יואל - אן עקסידענט האט פאסירט היינט אינדערפרי ביי די פארקינג לאט פארנט פון ביהמ"ד הגדול, ווען צוויי קארס האבן זיך צוזאמענשטויסן קומענדיג פון פארקערטע ריכטונגען.
איינע פון די קארס האט פארלוירן קאנטראל און אנשטאט זיך אפשטעלן האט ער געדרוקט די גאז און אריינגעהאקט אין פיר פארקירטע קארס, מיט ניסים איז א יונגערמאן וואס איז געשטאנען אינדערמיט ארויסגעקומען אן קיינע וואונדן.
Re: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו! לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן!!
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 1:42 pm
דורך בודקע
גרויסע ניסים מיט א עקסעלענט באס!!