רוח הקודש
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 5:13 pm
דער צדיק, יענער צדיק געווען א בעל רוח הקודש. וואס פינקטליך מיינט דאס? קען מען טאקע אלעס וויסן מיט רוח הקודש?
איך האב אמאל געזעהן אין רבנו בחיי אז רוח הקודש מיינט אז א צדיק וואס האט אויסגעארבעט זיין גוף קען זוכה זיין צו באקומען גלויים מן השמים. ווען ער זאגט עפעס קען עס זיין ווערטער וואס ער האט בכלל נישט געטראכט צו זאגן נאר די ג-טליכע גייסט וואס אוהט אויף אים לייגט אריין די ווערטער אין זיין מויל, און ס'יתכן אז ער ווייסט אפילו נישט וואס ער זאגט.
מ'גייט צו א צדיק פרעגן יא אפערירן די חולה; נישט אפערירן? די צדיק איז נישט קיין מומחה און דאקטעריי, אבער די תירוץ וואס קומט ארויס פון זיין מויל האט נישט מיט זיין קענטעניס, ס'איז מן השמים.
פאר מיר האט עס פארענטפערט אסאך קשיות וואס כ'האב געהאט.