בלאט 1 פון 4
חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 8:00 pm
דורך דער תהלים איד
ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וומסב"ג יעצט, עס ווערט געזוכט פלאץ!
עס קומט פאר דער ערשטער בחינה צום נייעם מחזור.
און דאס איז שוין אין א זומער טאג... בליעה"ר.

- image000000.jpg (529.89 KiB) געזען געווארן 905 מאל
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 8:24 pm
דורך רואה ואינו כותב
קומענדיג יעצט פון די פארהער אין קרית יואל שרייט זיך ארויס מי כעמך ישראל
א אנגעפילטע כולל עד אפס מקום און די זייט שטייען אידן און מאכן די פארהערס
די פארקינג איז איבערגעפילט אז מען דארף צו לייגן א גוטע 20 מיניט
( אפשר איז א גוטע עצה צו צושטעלן פאבליק טראנספארטאציע)
ווען איך בין דארט געווען איז אנגעקומען הגה"צ אב"ד קהילותינו בוומס"ב שליט"א צו מאכן די פארהער
חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 8:54 pm
דורך שמח
Landau238 האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:32 pm
גרידלאק טרעפיק ביים גרויסען בית מדרש צוליב ערשטע תורתך בחינה
ס'איז ממש א קידוש השם וואס גייט פאר ביי די בחינה! הונדערטער הונדערט אידן! (העכסט ווארשיינליך טויזענטער!)
די בחינה איז אויף אלע שטאקן פונעם ''מבצר הכוללים''.
דער רב זז''ג ביים בחינה

- 1000385296.jpg (177.41 KiB) געזען געווארן 1256 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 10:54 pm
דורך בערל דער פייפער
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:54 pm
Landau238 האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:32 pm
גרידלאק טרעפיק ביים גרויסען בית מדרש צוליב ערשטע תורתך בחינה
ס'איז ממש א קידוש השם וואס גייט פאר ביי די בחינה! הונדערטער הונדערט אידן! (העכסט ווארשיינליך טויזענטער!)
די בחינה איז אויף אלע שטאקן פונעם ''מבצר הכוללים''.
דער רב זז''ג ביים בחינה
1000385296.jpg
9:15 זענען געווען ליינס מיט אידן ווארטן אויף א בחינה
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 11:50 pm
דורך אהבה רבה
אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי זענען בלי גוזמא געזעצן הונדערטער יונגעלייט אין בחורים און ביי די זעלבע צייט איז די היכל התורה געווען אנגעפילט עד אפס מקום און ווען איין חברותא איז געגאנגען דאווענען מעריב איז די ליידיג געווארענע פלאץ פארנומען געווארן תיכף ומיד.
עס שרייט זיך פון טיפן הארצן מי כעמך ישראל.
וואויל איז פאר א רבין וואס האט אזעלכע חסידים...
וואויל איז פאר חסידים וואס האבן אזא רבין...
וואויל איז פאר די עסקנים וועלכע באגלייטן דאס ברוחניות ובגשמיות...
אשרי העם שככה לו!!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יולי 14, 2025 11:57 pm
דורך ביסט גערעכט
אהבה רבה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 11:50 pm
אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי זענען בלי גוזמא געזעצן הונדערטער יונגעלייט אין בחורים און ביי די זעלבע צייט איז די היכל התורה געווען אנגעפילט עד אפס מקום און ווען איין חברותא איז געגאנגען דאווענען מעריב איז די ליידיג געווארענע פלאץ פארנומען געווארן תיכף ומיד.
עס שרייט זיך פון טיפן הארצן מי כעמך ישראל.
וואויל איז פאר א רבין וואס האט אזעלכע חסידים...
וואויל איז פאר חסידים וואס האבן אזא רבין...
וואויל איז פאר די עסקנים וועלכע באגלייטן דאס ברוחניות ובגשמיות...
אשרי העם שככה לו!!
און פארגעס נישט פון ר' יצחק שווארץ אים מעגסט אויך עפעס געבן קרעדיט
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 12:20 am
דורך רעאליסטיש
רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:24 pm
קומענדיג יעצט פון די פארהער אין קרית יואל שרייט זיך ארויס מי כעמך ישראל
א אנגעפילטע כולל עד אפס מקום און די זייט שטייען אידן און מאכן די פארהערס
די פארקינג איז איבערגעפילט אז מען דארף צו לייגן א גוטע 20 מיניט
( אפשר איז א גוטע עצה צו צושטעלן פאבליק טראנספארטאציע)
ווען איך בין דארט געווען איז אנגעקומען הגה"צ אב"ד קהילותינו בוומס"ב שליט"א צו מאכן די פארהער
ערשטע בחינה מסכת ברכות מחזור שני אין קרית יואל איבער 1200 בחינות האט מען אוסגעטיילט
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 12:21 am
דורך רעאליסטיש
בחינה אין וויליאמסבורג
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 12:21 am
דורך רעאליסטיש
בחינה אין מאנסי
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 12:26 am
דורך בודקע
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 10:54 pm
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:54 pm
Landau238 האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:32 pm
גרידלאק טרעפיק ביים גרויסען בית מדרש צוליב ערשטע תורתך בחינה
ס'איז ממש א קידוש השם וואס גייט פאר ביי די בחינה! הונדערטער הונדערט אידן! (העכסט ווארשיינליך טויזענטער!)
די בחינה איז אויף אלע שטאקן פונעם ''מבצר הכוללים''.
דער רב זז''ג ביים בחינה
1000385296.jpg
9:15 זענען געווען ליינס מיט אידן ווארטן אויף א בחינה
די בחינות זענען אויס געגאנגען אינמיטן, מ'איז געשטאנען לאנגע שירות און געווארט פאר נאך.
אשריכם קרית יואל!! נישטא קיין ווערטער!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 12:34 am
דורך להגדיל הטראסק
איך האב געהאט ברייט פלאץ... איך האב געמאכט דעם פארהער אין קאווע שטיבל ביים פענסטער...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 9:32 am
דורך תורה ויראה
ביסט גערעכט האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 11:57 pm
אהבה רבה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 11:50 pm
אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי זענען בלי גוזמא געזעצן הונדערטער יונגעלייט אין בחורים און ביי די זעלבע צייט איז די היכל התורה געווען אנגעפילט עד אפס מקום און ווען איין חברותא איז געגאנגען דאווענען מעריב איז די ליידיג געווארענע פלאץ פארנומען געווארן תיכף ומיד.
עס שרייט זיך פון טיפן הארצן מי כעמך ישראל.
וואויל איז פאר א רבין וואס האט אזעלכע חסידים...
וואויל איז פאר חסידים וואס האבן אזא רבין...
וואויל איז פאר די עסקנים וועלכע באגלייטן דאס ברוחניות ובגשמיות...
אשרי העם שככה לו!!
און פארגעס נישט פון ר' יצחק שווארץ אים מעגסט אויך עפעס געבן קרעדיט
און פארגעס נישט פונעם לומד אליין, עפעס שכר בלייבט פאר אים אויך...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 10:42 am
דורך בן נביאים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 12:34 am
איך האב געהאט ברייט פלאץ... איך האב געמאכט דעם פארהער אין קאווע שטיבל ביים פענסטער...
די ביסט דאס? קיינמאל געחלומט אז די קענסט מאכן א טראסק
וועגין דיר האב איך נישט געקענט צוקומען צו די קאווע?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 11:34 am
דורך להגדיל הטראסק
בן נביאים האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 10:42 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 12:34 am
איך האב געהאט ברייט פלאץ... איך האב געמאכט דעם פארהער אין קאווע שטיבל ביים פענסטער...
די ביסט דאס? קיינמאל געחלומט אז די קענסט מאכן א טראסק
וועגין דיר האב איך נישט געקענט צוקומען צו די קאווע?
דו ביסט נישט דארט געווען - ווייל עטליכע האבן גענומען קאוועס בשעת מעשה...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 11:41 am
דורך יענץ מבין
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 12:26 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 10:54 pm
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 14, 2025 8:54 pm
ס'איז ממש א קידוש השם וואס גייט פאר ביי די בחינה! הונדערטער הונדערט אידן! (העכסט ווארשיינליך טויזענטער!)
די בחינה איז אויף אלע שטאקן פונעם ''מבצר הכוללים''.
דער רב זז''ג ביים בחינה
1000385296.jpg
9:15 זענען געווען ליינס מיט אידן ווארטן אויף א בחינה
די בחינות זענען אויס געגאנגען אינמיטן, מ'איז געשטאנען לאנגע שירות און געווארט פאר נאך.
אשריכם קרית יואל!! נישטא קיין ווערטער!
אין בארא פארק האט זיך אפגעשפילט די זעלבע, ווען מען האט געהאלטן און איין אויסלויפען פון בחינות.
אזוי אויך איז עס געוועהן א מחזה הוד צו זעהן ווי הונדרעטער (אויב נישט טויזענטער) יודן פילן אן די ביהמ"ד מיט אלע זייטיגע שטיבעלעך, און מיט דעם אלעם שטייען יודן און קענען נישט טרעפן קיין איין ליידיג פלאץ זיך אוועקצוזעצן, אשריכם ישראל!
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 7:48 pm
דורך בקיצור
כ'האב געזעהן די נעכטן הונדערטער אידן שטראמען צום בחינה. ס'איז געוועהן א ריכטיגער קידוש ה'.
כ'האב געמאכט מיך צוגעזעצט... [כ'האב געלערנט לעצטנס ברכות]
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 1:16 pm
דורך חיים יוסף
אפשר קען מען עפענען א אשכול מיט שאלות אויף די דף דורך צו שמועסן די גמרא בדיבוק חברים
למשל אינעם היינטיגען דף פרעגט די גמרא ומי אית ליה לר' יהודה הרהור והתניא בעל קרי שאין לו מים לטבול קורא קריאת שמע ואינו מברך לא לפניה ולא לאחריה וכו וכו אבל מהרהר בלבו וכו דברי ר מאיר רב יהודה אומר בין כך ובן כך מוציא בשפתיו
פארשיי נישט פארוואס ר' יהודה קריגט נישט אין דעם ברייתא מיט ר' מאיר אויף די ברכות לפניהם ולאחוריהם אזוי ווי ער האלט אין די משנה
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 1:28 pm
דורך חכם
חיים יוסף האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 1:16 pm
אפשר קען מען עפענען א אשכול מיט שאלות אויף די דף דורך צו שמועסן די גמרא בדיבוק חברים
למשל אינעם היינטיגען דף פרעגט די גמרא ומי אית ליה לר' יהודה הרהור והתניא בעל קרי שאין לו מים לטבול קורא קריאת שמע ואינו מברך לא לפניה ולא לאחריה וכו וכו אבל מהרהר בלבו וכו דברי ר מאיר רב יהודה אומר בין כך ובן כך מוציא בשפתיו
פארשיי נישט פארוואס ר' יהודה קריגט נישט אין דעם ברייתא מיט ר' מאיר אויף די ברכות לפניהם ולאחוריהם אזוי ווי ער האלט אין די משנה
אין די משנה האלט ר' יהודה מהרהר, ברכת המזון איז מוציא בשפתיו דכהלכות דרך ארץ.
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 1:51 pm
דורך חיים יוסף
חכם האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 1:28 pm
חיים יוסף האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 1:16 pm
אפשר קען מען עפענען א אשכול מיט שאלות אויף די דף דורך צו שמועסן די גמרא בדיבוק חברים
למשל אינעם היינטיגען דף פרעגט די גמרא ומי אית ליה לר' יהודה הרהור והתניא בעל קרי שאין לו מים לטבול קורא קריאת שמע ואינו מברך לא לפניה ולא לאחריה וכו וכו אבל מהרהר בלבו וכו דברי ר מאיר רב יהודה אומר בין כך ובן כך מוציא בשפתיו
פארשיי נישט פארוואס ר' יהודה קריגט נישט אין דעם ברייתא מיט ר' מאיר אויף די ברכות לפניהם ולאחוריהם אזוי ווי ער האלט אין די משנה
אין די משנה האלט ר' יהודה מהרהר, ברכת המזון איז מוציא בשפתיו דכהלכות דרך ארץ.
די רבינו יונה איז מסביר די משנה אז ר' יהודה קריגט סיי אויף דיבור אין אויף לפניהם ולאחוריהם
אין דא אין די ברייתא זעט מען אויך קלאר אז ער קריגט אויף ר' מאיר אויף קריאת שמע און ער האלט מען זאגט
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 2:26 pm
דורך דער תהלים איד
מ"ד זה וזה אסור כרבי יוחנן הסנדלר.
רבי יוחנן זאגט דאך נאר "מדרש", איז דאך משמע איז משנה מעג מען יא לויט אים! ניין?
והשנית, וואס איז מיר ממילא שווער, וואס זאגט נישט די גמרא אז ער איז כתנא קמא?
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 2:44 pm
דורך בודקע
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:26 pm
מ"ד זה וזה אסור כרבי יוחנן הסנדלר.
רבי יוחנן זאגט דאך נאר "מדרש", איז דאך משמע איז משנה מעג מען יא לויט אים! ניין?
למ"ד "לבית" מדרש
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 3:53 pm
דורך דער תהלים איד
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:26 pm
מ"ד זה וזה אסור כרבי יוחנן הסנדלר.
רבי יוחנן זאגט דאך נאר "מדרש", איז דאך משמע איז משנה מעג מען יא לויט אים! ניין?
למ"ד "לבית" מדרש
1) אויב אזוי איז עס נאר לויט איין וועג אין רבי יוחנן הסנדלר. פארוואס נישט ענדערשט כתנא קמא?
2) מאן יימר אז לא יכנס לביהמ"ד מיינט אויך משנה? אפשר זאל ער נישט אריינגיין ווייל ער וועט הערן מדרש/גמרא?
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 4:52 pm
דורך בודקע
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 3:53 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:26 pm
מ"ד זה וזה אסור כרבי יוחנן הסנדלר.
רבי יוחנן זאגט דאך נאר "מדרש", איז דאך משמע איז משנה מעג מען יא לויט אים! ניין?
למ"ד "לבית" מדרש
1) אויב אזוי איז עס נאר לויט איין וועג אין רבי יוחנן הסנדלר. פארוואס נישט ענדערשט כתנא קמא?
דאס איז מיך אויך שווער
2) מאן יימר אז לא יכנס לביהמ"ד מיינט אויך משנה? אפשר זאל ער נישט אריינגיין ווייל ער וועט הערן מדרש/גמרא?
רש"י
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 6:32 pm
דורך דער תהלים איד
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 4:52 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 3:53 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:44 pm
1) אויב אזוי איז עס נאר לויט איין וועג אין רבי יוחנן הסנדלר. פארוואס נישט ענדערשט כתנא קמא?
דאס איז מיך אויך שווער
2) מאן יימר אז לא יכנס לביהמ"ד מיינט אויך משנה? אפשר זאל ער נישט אריינגיין ווייל ער וועט הערן מדרש/גמרא?
רש"י
וועלכע רש"י? איך זע נאר דאס, וואס דאס מיינט נישט דוקא שולל צו זיין משנה:
לא יכנס למדרש כל עיקר - לא להציע ולא לשנות אבל לבית המדרש הוא נכנס ושותק
Re: חבורת תורתך שעשועי
געפאוסט: מיטוואך יולי 16, 2025 6:53 pm
דורך בודקע
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:32 pm

גערעכט, טעיתי