בלאט 1 פון 1
פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 10:19 am
דורך פאָליש
איינער האט מיר געפרעגט אזא קושיא, און איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז מיר נאך קיינמאל נישט שווער געווען. (כהאב שוין געטראכט א ענטפער אויך, אפשר שפעטער)
ווען איינער פאלט אראפ, דארף מען אים "אויפהייבן". ווידער ווען איינער איז נאר איינגעבויגן, דארף מען אים נאר "אונטערלאנען". דא שטייט פונקט פארקערט... "סומך ה' לכל הנופלים", איינער וואס איז אראפגעפאלן האלט ער אים נאר אונטער... סומך... און "זוקף לכל הכפופים" די וואס זענען נאר אביסל איינגעבויגן שטעלט ער אויף. וואס גייט דא פאר?
אויב איינער האט א תשובה... לאמיר הערן.
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 10:22 am
דורך גביר
נופלים מיינט נישט 'אראפגעפאלן' עס מיינט בשעתן פאלן, דער באשעפער איז סומך דער נופל ער זאל מער נישט פאלן.
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 4:03 pm
דורך פאָליש
איר האט נאר פארענטפערט די רישא, נישט די סיפא... פארוואס ביי נופלים שטייט נאר "סומך"?
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 4:07 pm
דורך תינוק הבורח
פאָליש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 4:03 pm
איר האט נאר פארענטפערט די רישא, נישט די סיפא... פארוואס ביי נופלים שטייט נאר "סומך"?
ער האט זייער גוט געענטפערט.
נופלים איז א present tense, און כפופים איז א pest tense
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 4:10 pm
דורך פאָליש
נאך וואס יענער האט מיר דאס געפרעגט, איז מייר בייגעפאלן אז דער פסוק רעדט פון איין זעלבן מענטש, קודם נאר סומך און שפעטער הערשט זוקף.
דאס הייסט אזוי. דער אויבערשטער לייגט דאך יעדע זאך אריין אין די טבע, אלעס איז באהאלטן. יעצט ווען א נופל ווערט אויפגעהויבן אויפאיינמאל פון דער ערד ביז אויבן, מגביה שפלים עדי מרום, זעט דאך יעדער אז דאס איז הנהגת ה' בגלוי. וואס טוט דער אויבערשטער? ער מאכט עס צוביעסלעך. קודם ווערט דער נופל "אונטערגעלאנט"... סומך... און דאס זעט נאך אויס נארמאל... למשל, דער ארימאן האצעך עטוואס געשטעלט אויף די פיס... און הערשט שפעטער ווען ער פארגעסט שוין בכלל אז ער איז געווען ארעם, ווערט זוקף לכל הכפופים, דער אויפן פיס געשטעלטער ווערט גאר א נגיד. אלע סאיז משמים, אבער ס'איז געווען אזוי באהאלטן אין די טבע.
שפעטער, דעם שב"ק ביי נשמת, האב איך געכאפט אז דארט ליגט עס נאך מער. "סומך נופלים, וזוקף כפופים, המפענח נעלמים, ולך לבדך אנחנו מודים". דער אויבערשטער מאכט עס צובידלעך, קודם סומך, נאכדעם זוקף! אבער אז א יד האלט די אויגן אפן, מפענח נעלמים, דאן זעט ער קלאר אז "לך לבדך אנחנו מודים!" ער כאפט אז גארנישט איז נישט בטבע נאר אלעס איז געווען איין לאנגע פלאן פונעם הייליגן גוטן זיסן באשעפער.
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 12:41 am
דורך שכל הישר
זייער שיין @פאָליש ...
אבער זוקף מיינט אויפהייבן אדער גראד מאכן?
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 9:08 am
דורך אסמכתא בעלמא
@פאליש (קומט נישט ארויף), זייער שיין דער פשט!
@שכל הישר זוקף מיינט אויפשטעלן.
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: מיטוואך יולי 26, 2023 12:36 pm
דורך בינת הלב
פאָליש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 10:19 am
איינער האט מיר געפרעגט אזא קושיא, און איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז מיר נאך קיינמאל נישט שווער געווען. (כהאב שוין געטראכט א ענטפער אויך, אפשר שפעטער)
ווען איינער פאלט אראפ, דארף מען אים "אויפהייבן". ווידער ווען איינער איז נאר איינגעבויגן, דארף מען אים נאר "אונטערלאנען". דא שטייט פונקט פארקערט... "סומך ה' לכל הנופלים", איינער וואס איז אראפגעפאלן האלט ער אים נאר אונטער... סומך... און "זוקף לכל הכפופים" די וואס זענען נאר אביסל איינגעבויגן שטעלט ער אויף. וואס גייט דא פאר?
אויב איינער האט א תשובה... לאמיר הערן.
פשט איז:
ווילאנג א מענטש האלט זיך נאך אינמיטן בייגן אויף אראפ און ער שרייט צום אויבערשטן ראטעווע מיך, וועט דער אויבערשטער אים אנטקעגן קומען און אים העלפן זיך שטעלן אויף די פיס ער זאל ווייטער קענען גיין על דרך המלך כאיתנו.
אבער איינמאל א מענטש איז שוין געפאלן און ער שרייט צום אויבערשטן פון הונטן, דא טוט שוין דער אויבערשטער גאר עפעס אנדערש, ער העלפט אים נישט אויפשטיין און צוריק-קערן לאיתנו, נאר גאט ב"ה גייט אראפ למטה מעשרה טפחים במקום הנפילה באשר הוא שם, און דארט טוט ער אים אונטערלאנען און מגלה זיין אז איך בין מיט דיר דא בשעת דו ליגסט דא אויפן ערד. גאט ב"ה העלפט אים נישט צוריקגיין צו די אלטע גוטע וועגן, ער גיט אים א נייע וועג א נייע אור וואס דאס איז: מגלה זיין די סמיכה און די עזר וואס דער אויבערשטער גיט פארן מענטש במקום ובשעת נפילה - כי בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, אז דעיס איז דיין עבודה נישט צו זיין א הולך בגבהות הדרגות והמעלות, נאר צו זיין בטל און בהכנעה ובשברון לב פאר אויבערשטן, זיין א גענצליכע מקבל פון הקב"ה און נעמען די גאנצע אידענטיטעיט פונעם אויבערשטן וואס אן אים בין איך גארנישט און מיט אים בין איך אלעס, איך קען ליגן אויף דער ערד אבער איך האב אלעס, לא תירא מפחד לילה - כי אתה השם מחסי.
#ואציעה שאול - הִנֶךָּ.
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:01 pm
דורך פאָליש
@בינת הלב איר זאגט א שיין פשט! גאר גאר שטארק!
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:03 pm
דורך מילעכיג
דאס מיינט ויט אלי וישמע שוועתי
Re: פשט אויף "סומך ה' לכל הנופלים וזוקף לכל הכפופים"
געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 6:03 pm
דורך בינת הלב
מילעכיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:03 pm
דאס מיינט
ויט אלי וישמע שוועתי
