בלאט 1 פון 4

הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm
דורך דערווייל
כ'האב געליינט אין בחצרות סאטמאר א לענגערע מאמר פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א, איבער וועמען מ'מעג הערן.
איינער פון די קלארע לאיסור, איז געוועהן משפיעים וואס גייען נישט בדרך די סאטמארע שיטה אנבאלאנגט ציונות, אפילו אויב רעדן זיי נישט וועגן די ענינים.
למעשה, באקום איך א אימעיל פון "הביננו", אז הרה"ג ר' שמעון שפיצער האט אויפגעטרויטן נעכטן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ב"פ.
וויל איך פארשטיין, וואס איז די טאקע די אנגענומענע מהלך אין סאטמאר ביי דעם, איז דא א חיליק וועלכע סאטמאר. און ס'איז דא אויף דעם תורה שבכתב.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 6:25 pm
דורך הדסים
:lol:

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 6:47 pm
דורך כלל ישראל
די דערמאנסט מיר איינער האט מיר א יאר צוויי צוריק דערצייל אז ער האט געוואלט זייער שטארק גיין צו די שבת התוועדות פון רבי שמעון שפיצער אבער נאכן הערן א שטארקע דרשה פון איינע פון די סאטמארער משפיעים די חומר פון גיין צו א פרעמדער משפיע האט ער זיך צוריק געהאלטן פון גיין אויף שבת, למעשה מוצאי שבת האט ער זיך נישט געקענט צוריק האלטן אין ער איז געפארן צום מלוה מלכה אין וועם זעהט ער זיצן דארט אויפן אויבנאן?.. אט דער משפיע וואס האט געהאלטן די פייערדיגע דרשה אז מען טאר נישט גיין צו פרעמדע משפיעים.....

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 6:49 pm
דורך דערווייל
כ'דערמאן מיר יעצט אז בי א שבת פון קהילת מהר"א האט מען געברענגט רעדן הרב קארניאל פון בעלזא.

ביי מהרי"י ברענגט מען אויכעט "פרעמדע" רעדנערס?

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 7:35 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' אברהם מרדכי געבט זיך זייער אכטונג...

למען האמת כפי ידיעתי האט מהר"א נישט קיין פראבלעם מיט קיין דרשות כל זמן יענער רעדט נישט קיין אומפאסיגע ווערטער בשעת מעשה.

(א באקאנטער אפישל צב"ש חבר כנסת וכדו' גלייב איך נישט אז ער וועט לאזן, אבער סתם א משפיע אדער דרשן האט ער נישט קיין פראבלעם כנ"ל)

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 8:32 pm
דורך שמח
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm
הרב @דערווייל , פאר ווער ס'האלט מיט די לעצטע פאר טאג ביסטו פארנומען דא
ן צו זיין איבער סאטמער רעכטס און לינקס, ארויף אראפ, ברייט און לענג... מיר פערזענליך שטערט עס אביסל (נערווירט בלע''ז), איז טאקע נישט דא קיין אינטערסאנטע נושאים אויסער דאס? איז עס דיר נוגע באמת? וועמען זוכסטו צו טשעלענדזשן?

כ'ווייס די הנהלה איז זייער שטרענגע מיט ''אטעקירן'' א ניק, כ'מיין און כ'האף אז כ'האב געשריבן גענוג איידל און נישט אטעקירענד.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 8:37 pm
דורך פשוט און גראד
די אמת איז אז ס‘וואלט געווען א מיליאן מאר בעסער ווען נישט. די פראבלעם איז, וואס איז די אנדערע אפשען? ליידער איז נישטא געהעריג קיין אנדערע.

ביסיידס די פוינט, אז די אלע אויסגערעכנט פריער זענען אלוועלטליך מגידי שיעור, זייער מגיד שיעור שטאנד האט נישט קיין שייכות אלס מטעם זייער קהילה.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 8:38 pm
דורך צפת'ער געסלאך
אז פרעמדע רבנים-אבער אינגאצען פרעמד און פארקערט ווי שיטת סאטמאר-ווי האדמו''ר מגור (פאר'ן בריוו פון יואל לאנדא...) איז נישט קיין פראבלעם,
פארוואס זאל פרעמדע בעלי דרשנים יא זיין א פראבלעם..

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 8:54 pm
דורך אנדערער
הערן פרעמדע קען זיין א פראבלעם אין יעדע מקום. מען וואקסט אויף איין וועג און א פרעמדער בעל דרשן קען אמאל זאגן איין סטעיטמענט וואס וועט שאטן פאר אסאך תמימות'דיגע מענטשן פון א קרייז

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 9:01 pm
דורך דערווייל
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 8:38 pm אז פרעמדע רבנים-אבער אינגאצען פרעמד און פארקערט ווי שיטת סאטמאר-ווי האדמו''ר מגור (פאר'ן בריוו פון יואל לאנדא...) איז נישט קיין פראבלעם,
פארוואס זאל פרעמדע בעלי דרשנים יא זיין א פראבלעם..
וואס הייסט פרעמדע רבנים איז נישט קיין פראבלעם? מ'טרעפט זיך מיט זיי, אבער מ'ברענגט זיי נישט פאר די אייגענע עולם.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 9:01 pm
דורך דערווייל
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 8:37 pm די אמת איז אז ס‘וואלט געווען א מיליאן מאר בעסער ווען נישט. די פראבלעם איז, וואס איז די אנדערע אפשען? ליידער איז נישטא געהעריג קיין אנדערע.

ביסיידס די פוינט, אז די אלע אויסגערעכנט פריער זענען אלוועלטליך מגידי שיעור, זייער מגיד שיעור שטאנד האט נישט קיין שייכות אלס מטעם זייער קהילה.
הרב קארניאל איז א באקאנטע מענטש אין די וועלט?

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 9:02 pm
דורך דערווייל
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 8:32 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm
הרב @דערווייל , פאר ווער ס'האלט מיט די לעצטע פאר טאג ביסטו פארנומען דא
ן צו זיין איבער סאטמער רעכטס און לינקס, ארויף אראפ, ברייט און לענג... מיר פערזענליך שטערט עס אביסל (נערווירט בלע''ז), איז טאקע נישט דא קיין אינטערסאנטע נושאים אויסער דאס? איז עס דיר נוגע באמת? וועמען זוכסטו צו טשעלענדזשן?

כ'ווייס די הנהלה איז זייער שטרענגע מיט ''אטעקירן'' א ניק, כ'מיין און כ'האף אז כ'האב געשריבן גענוג איידל און נישט אטעקירענד.
כ'מיין אז איך דיסקוסיר זאכן זייער רעספעקטפוהל. אויף א פארום איז א געלעגנהייט צו ארומשמועסן פארשידענע זאכן פון פארשידענע ענגלס, וואס נישט אייביג מאכט זיך עס.
אויב נאך איינער איז געשטערט געווארן, קען ער שרייבן.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 9:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 9:02 pm

הונדערט פראצענט. אבער דו טשאלענדזשד דא א גרויסער עולם פון פילע ריכטונגען, אלעס אין די זעלבע פאר טעג נאכן זיך איינשרייבן. מענטשן קומען ארויף צו שמועסן לייכטע נושאים, און אמאל אויך דיסקוסירן קנאות, אבער מיט א גבול.

כהאב נישט קיין פראבלעם מיט וואס דו שרייבסט, אבער פאר מיר פערזענליך איז עס נאך די ערשטע נושא פון זיבן בלעטער געווארן לאנגווייליג... טו וויאזוי דו פארשטייסט.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מיטוואך יולי 02, 2025 10:03 pm
דורך דערווייל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 9:56 pm

ס'איז געבליבן אז מ'גייט זיך אריינלייגן אינעם אשכול פון רבי יענקעלע פשעווארקסקער, וואס רעכנט אויס א חלק פון די ל"ו צדיקים.
איך מיין אז עס איז א ריכטיגע סקופ.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:35 pm
דורך תורה ויראה
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm כ'האב געליינט אין בחצרות סאטמאר א לענגערע מאמר פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א, איבער וועמען מ'מעג הערן.
איינער פון די קלארע לאיסור, איז געוועהן משפיעים וואס גייען נישט בדרך די סאטמארע שיטה אנבאלאנגט ציונות, אפילו אויב רעדן זיי נישט וועגן די ענינים.
למעשה, באקום איך א אימעיל פון "הביננו", אז הרה"ג ר' שמעון שפיצער האט אויפגעטרויטן נעכטן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ב"פ.
וויל איך פארשטיין, וואס איז די טאקע די אנגענומענע מהלך אין סאטמאר ביי דעם, איז דא א חיליק וועלכע סאטמאר. און ס'איז דא אויף דעם תורה שבכתב.
כ"כ בספה"ק דברי יואל פ' במדבר

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:37 pm
דורך דערווייל
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:35 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm כ'האב געליינט אין בחצרות סאטמאר א לענגערע מאמר פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א, איבער וועמען מ'מעג הערן.
איינער פון די קלארע לאיסור, איז געוועהן משפיעים וואס גייען נישט בדרך די סאטמארע שיטה אנבאלאנגט ציונות, אפילו אויב רעדן זיי נישט וועגן די ענינים.
למעשה, באקום איך א אימעיל פון "הביננו", אז הרה"ג ר' שמעון שפיצער האט אויפגעטרויטן נעכטן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ב"פ.
וויל איך פארשטיין, וואס איז די טאקע די אנגענומענע מהלך אין סאטמאר ביי דעם, איז דא א חיליק וועלכע סאטמאר. און ס'איז דא אויף דעם תורה שבכתב.
כ"כ בספה"ק דברי יואל פ' במדבר
מ'קען דא ציטירן דבריו הקדושים?
ייש"כ

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: פרייטאג יולי 04, 2025 5:16 pm
דורך פופציגער
אינטערסאנט צו באמערקן אז אין דעם הינזיכט איז דא א מערקבארע חילוק צווישן די צוויי סאטמאר’ע קהלות.

חסידי מהריי וועלן שווערער סובל זיין דאס אז א סאטמארער אינגערמאן הערט לדוגמא ר’ שמעון שפיצער.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: זונטאג יולי 06, 2025 12:43 am
דורך אסרוחג
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2025 5:16 pm אינטערסאנט צו באמערקן אז אין דעם הינזיכט איז דא א מערקבארע חילוק צווישן די צוויי סאטמאר’ע קהלות.

חסידי מהריי וועלן שווערער סובל זיין דאס אז א סאטמארער אינגערמאן הערט לדוגמא ר’ שמעון שפיצער.
ס'האט נישט מיט וועלכע קהלה מ'באלאנגט, ס'האט מיט די מהות פון מענטשן וואס זוכן צו קאנטראלירן אנדערע מיט זייער פארשטאנד אינעם רבינ'ס שיטה
און די סארט געפינט זיך מער ביי חסידי מהריי
ר' שמעון פארמאגט גענוג מקשיבים פון חסידי מהריי

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:36 am
דורך לאקאלער רב
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm כ'האב געליינט אין בחצרות סאטמאר א לענגערע מאמר פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א, איבער וועמען מ'מעג הערן.
איינער פון די קלארע לאיסור, איז געוועהן משפיעים וואס גייען נישט בדרך די סאטמארע שיטה אנבאלאנגט ציונות, אפילו אויב רעדן זיי נישט וועגן די ענינים.
למעשה, באקום איך א אימעיל פון "הביננו", אז הרה"ג ר' שמעון שפיצער האט אויפגעטרויטן נעכטן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ב"פ.
וויל איך פארשטיין, וואס איז די טאקע די אנגענומענע מהלך אין סאטמאר ביי דעם, איז דא א חיליק וועלכע סאטמאר. און ס'איז דא אויף דעם תורה שבכתב.
ס'באקאנט אז ר' עמרם איז א שטארקע אנהענגער אין ר' שמעון שפיטצער.

ר' שמעון האט שוין גערעדט כמה פעמים בבתי מדרשים שע"י קהילת מהר"א - אריינגערעכנט א דרשה ביי איינע פון די "יום חתנים" שע"י בית נאמן, אזוי אויך וועט ער אויפטרעטן בעניני הדרכת הבית די וואך מיטוואך אין ביהמ"ד ברך משה סקיללמאן.

עס איז דא עטליכע "פרעמדע" וועלכע זענען פשוט געפרופט געווארן אז זיי זענען ראוי לעלות על שולחן סאטמאר... ס'מיינט לאו דוקא אז די אנדערע זענען נישט גוט, זיי זענען פשוט נאכנישט אריבער דעם טעסט...

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:54 am
דורך וואסאפשט
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 8:32 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm
הרב @דערווייל , פאר ווער ס'האלט מיט די לעצטע פאר טאג ביסטו פארנומען דא
ן צו זיין איבער סאטמער רעכטס און לינקס, ארויף אראפ, ברייט און לענג... מיר פערזענליך שטערט עס אביסל (נערווירט בלע''ז), איז טאקע נישט דא קיין אינטערסאנטע נושאים אויסער דאס? איז עס דיר נוגע באמת? וועמען זוכסטו צו טשעלענדזשן?

כ'ווייס די הנהלה איז זייער שטרענגע מיט ''אטעקירן'' א ניק, כ'מיין און כ'האף אז כ'האב געשריבן גענוג איידל און נישט אטעקירענד.
וואס ווערסטו געטריגערט?

יעדע מאל איינער ברענגט אויף אזא געדאנק, ווערט ער גאר דער וואס איז "פארנומען מיט סאטמאר רעכטס און לינקס....וכו'", נערווירנד, און אום אינטערסאנט..

פאני! סארי פארן פארפארן פונעם טעמע.
יא חסידי מהרי"י שטייען מער אפגערוקט פון פרעמדע משפיעים, זיי זענען אלערגיש דערצו, סאטמאר האט ב"ה גענוג און נאך היימישע משפיעים.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:14 am
דורך דערווייל
[/quote]
וואס ווערסטו געטריגערט?

יעדע מאל איינער ברענגט אויף אזא געדאנק, ווערט ער גאר דער וואס איז "פארנומען מיט סאטמאר רעכטס און לינקס....וכו'", נערווירנד, און אום אינטערסאנט..

פאני! סארי פארן פארפארן פונעם טעמע.
יא חסידי מהרי"י שטייען מער אפגערוקט פון פרעמדע משפיעים, זיי זענען אלערגיש דערצו, סאטמאר האט ב"ה גענוג און נאך היימישע משפיעים.
[/quote]

גראדע ביי מהרי"י ברענגט מען הגה"צ רבי צבי מאיר זילברברג שליט"א, וואס כאטש ער איז א קנאי, איז עס אגודיסטישע קנאות, און נישט לויט שיטת הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:15 am
דורך דערווייל
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 10:36 am
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:23 pm כ'האב געליינט אין בחצרות סאטמאר א לענגערע מאמר פון הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א, איבער וועמען מ'מעג הערן.
איינער פון די קלארע לאיסור, איז געוועהן משפיעים וואס גייען נישט בדרך די סאטמארע שיטה אנבאלאנגט ציונות, אפילו אויב רעדן זיי נישט וועגן די ענינים.
למעשה, באקום איך א אימעיל פון "הביננו", אז הרה"ג ר' שמעון שפיצער האט אויפגעטרויטן נעכטן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ב"פ.
וויל איך פארשטיין, וואס איז די טאקע די אנגענומענע מהלך אין סאטמאר ביי דעם, איז דא א חיליק וועלכע סאטמאר. און ס'איז דא אויף דעם תורה שבכתב.
ס'באקאנט אז ר' עמרם איז א שטארקע אנהענגער אין ר' שמעון שפיטצער.

ר' שמעון האט שוין גערעדט כמה פעמים בבתי מדרשים שע"י קהילת מהר"א - אריינגערעכנט א דרשה ביי איינע פון די "יום חתנים" שע"י בית נאמן, אזוי אויך וועט ער אויפטרעטן בעניני הדרכת הבית די וואך מיטוואך אין ביהמ"ד ברך משה סקיללמאן.

עס איז דא עטליכע "פרעמדע" וועלכע זענען פשוט געפרופט געווארן אז זיי זענען ראוי לעלות על שולחן סאטמאר... ס'מיינט לאו דוקא אז די אנדערע זענען נישט גוט, זיי זענען פשוט נאכנישט אריבער דעם טעסט...
הייסט עס אז רבי עמרם איז "חכמתו מרובה ממעשיו", ער פאדערט פונעם עולם, אבער ער קען זיך נישט איינהאלטן?

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:37 am
דורך מסתמא
דערווייל האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 11:15 am

אז דו האסט קשיות אויף ר’ עמרם קענסטו אים אליינס פרעגן. ער איז נישט אין סיי וועלכע וועג סאטמארס (אפילו נישט צד מהר"א) ווארטזאגער אדער פארטרעטער, פרעגסט דא בס”ה אויף א יחיד.

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:43 am
דורך פאפקארן
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:49 pm כ'דערמאן מיר יעצט אז בי א שבת פון קהילת מהר"א האט מען געברענגט רעדן הרב קארניאל פון בעלזא.

ביי מהרי"י ברענגט מען אויכעט "פרעמדע" רעדנערס?

Re: הערן "פרעמדע" בעלי דרשנים אין סאטמאר

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:54 am
דורך דערווייל
פאפקארן האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 11:43 am
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 6:49 pm כ'דערמאן מיר יעצט אז בי א שבת פון קהילת מהר"א האט מען געברענגט רעדן הרב קארניאל פון בעלזא.

ביי מהרי"י ברענגט מען אויכעט "פרעמדע" רעדנערס?
אינטרעסאנט.
נאך מער מקיל ווי ביי מהר"א...
ביי מהר"א האט ער שוין גערעדט בנוכחותו?