בלאט 1 פון 1

א משוגענער, יא, כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 1:14 pm
דורך יוחנן כהן
א משוגענער אוי איך וויל זיין
אין משוגעים אנשטאלט גיין
נישט טראכטן וויסן רעדן ניין
א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

דער משוגענער ווייט פון פּיין
ער טוט אלעמאל פרייליך זיין
כאילו שיכור געווארן פון וויין
א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

ס'שוועבט אין זיין וועלט אליין
אלעס געקעסטלט גאר קליין
משוגע ווי גוט, משוגע ווי פיין
א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

--

איך שטרעב און איך וויל מער
נישט אנגיין וואס זאגט יענער
מיין אייגן לעבן מאכן שענער
שטאלץ! כ'בין א משוגענער

"מה יאמרו הבריות" זאגט ער
זיך שרעקן פון זיי? קיין קלער
איך טו גיין מיין וועג אָן שטער
שטאלץ! כ'בין א משוגענער

זאל זיין וואס זאל זיין כ'שווער
קיינע דעות פון קיינעם כ'הער
געפעלטירניש מיין פארקער?
שטאלץ! כ'בין א משוגענער!

Re: א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 5:04 pm
דורך פארנומען
דו ביזט משוגע גוט!

Re: א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 5:26 pm
דורך צפת'ער געסלאך
עי' בהאינטערשריפט שלי...

Re: א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 7:22 pm
דורך יוחנן כהן
הער נאר, דו קענסט מיר גלייבן
דאס אז איך קען אזאנס שרייבן
מיינט די שיגעון עס טוט טרייבן
הלוואי אייביג משוגע בלייבן!!

Re: א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 9:05 pm
דורך פופציגער
האמיר דעם משוגענער אין טאון...

Re: א משוגענער, יא כ'וויל זיין!

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 10:29 pm
דורך פארנומען
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2025 9:05 pm האמיר דעם משוגענער אין טאון...
:lol: