בלאט 1 פון 24
היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 8:38 am
דורך צפת'ער געסלאך
אין אן אינטרסאנטע שריט איז היינט געמאלדען געווארן אז נעכטען פאר האדמו''ר מגור האט זיך ארויסגעלאזט צו ארץ ישראל אויף די פריוואטע פליגער פון הרבני הנגיד רבי יואל לאנדא איז פארגעקומען א לחיים אויפן פליגער צווישען די רבי מיט רבי יואל, ווי צווישען אנדרע האט ר' יואל איבערגעגעבן א בריוו פארן רבי'ן.
היינט איז מפרסם געווארן די תוכן פונעם בריוו, ווי הרבני הנגיד בעט פונעם רבי'ן אז היות די מוסדות גור זענען די גרעסטע מוסדות אין ארץ ישראל, בעט ער פונעם רבי'ן אריבער צו פירן אלע מוסדות על טהרת הקודש און מ'זאל נישט דארפן צוקמען צום שטיצע פונעם מדינה, אינעם בריוו ווערט ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צוויי יאר האט די רבי באוויזען צו שאפען ריזעגע ציפערן לטובות די מוסדות און פאר קרן עולם התורה און מ'זעט אז עס איז דא די יכולות אלעס צו שאפען פון היימשע גבירים, און אפילו אמאל איז געווען א מחלקות צו מ'זאל נעמען געלא צו נישט זענען היינט הכל מודים אז עס איז נשתנה געווארן לגרועיתא.
נאך ברענגט ער ארויס אז ער האט מיט אלע כוחות ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן דורכאויס זיין באזוך, און דאס קומט נאך דעם וואס ער האט געהערט פונעם רבין ביי זיין ביקור בקודש פנמיה דעם פארלאפנעם ערב שבועות די שטארקע שטעלונג פונעם רבי'ן בנוגע דעם גזירת הגיוס ווי די רבי איז בשפו''א נישט מסכים אויף קיין שום פשרות.
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 8:46 am
דורך צפת'ער געסלאך

- 3d4bbe_98a0411f22ca4cb48d5128c39a01c924~mv2.jpg (29.49 KiB) געזען געווארן 2912 מאל

- 3d4bbe_df28dd796b80449cad7b81dcbf5c6868~mv2.jpg (35.44 KiB) געזען געווארן 2912 מאל

- 3d4bbe_6e948bfa97b54f05b9fc288bd4fda815~mv2.jpg (36.88 KiB) געזען געווארן 2912 מאל
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 8:46 am
דורך צפת'ער געסלאך

- 3d4bbe_9392765686184c87834fc69ebc53203e~mv2.jpg (34.99 KiB) געזען געווארן 2909 מאל

- 3d4bbe_67ef82298b7c4d8a90df532b60fe9178~mv2.jpg (29.49 KiB) געזען געווארן 2909 מאל

- 3d4bbe_58980d2ba20f4505b3a01b4cdb8378fe~mv2.jpeg (16.54 KiB) געזען געווארן 2909 מאל
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 8:48 am
דורך זכריה
סאיז נטכנישט היסטאריש ווילאנג גור האט נישט רעאגירו דערויף
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 8:49 am
דורך צפת'ער געסלאך
אזא בקשה איז אויך א היסטארישע זאך...
הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא מיט א מכתב צו האדמו''ר מגור
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 9:49 am
דורך דער מוכר
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 11:39 am
דורך צפת'ער געסלאך
אזוי ווי כ'האב שוין געשריבען, אז צו האלטען ביי א דרגה אז איינער זאל האבען אפילו אן העזה צו בעטען אזא זאך, איז אויך היסטאריש.
פאר דער וואס קען אביסלע גור, ווייסט ווי מאדנע עס איז צו בעטען אפילו אזא בקשה, וע''כ איז עס היסטאריש
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 11:41 am
דורך חכם עצום
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 11:39 am
אזוי ווי כ'האב שוין געשריבען, אז צו האלטען ביי א דרגה אז איינער זאל האבען אפילו אן העזה צו בעטען אזא זאך, איז אויך היסטאריש.
פאר דער וואס קען אביסלע גור, ווייסט ווי מאדנע עס איז צו בעטען אפילו אזא בקשה, וע''כ איז עס היסטאריש
און פאר דער וואס קען דעם נגיד ווייסט ווי נישט מאדנע ס’איז פון זיין זייט... וע”כ איז עס מעגליך היסטעריש אבער נישט היסטאריש....
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 12:25 pm
דורך נקודות טובות
אויב ווען סאטמאר רבי זי"ע האט געבלוטיגט און געיאמערט קעגן די בחירות, זענען זיינע וויינערייען געפאלן אויף טויבע אויערן. און אויב ווען ער האט בדם לבבו געשריבן דעם ויואל משה, האט מען זיך נישט צוטוהן געמאכט דערפון. אויב ווען ער האט זיך מוסר נפש געווען אין זיינע לעצטע יארן מיט זיינע לעצטע כוחות פאר תורה על טהרת הקודש, האט קיינער נישט געקוקט זיין וועג. איז שייך צו קלערן אז ווען עפעס א נגיד בבחינת ועשיר יענה עזות שרייבט א בריוו וועט עפעס זיין?
ניטאמאל אן עקסטערע טעמע קומט זיך פארדעם! מערסטענס געהערט עס אין על דא ועל הא...
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 12:27 pm
דורך צפת'ער געסלאך
וכבר אמרו לנו חכמינו זכרונם לברכה ''דער וואס האט דער מאה, דער האט דער דעה''
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 12:33 pm
דורך שבת קודש
ר' יואל פארט אויף א ראנג דירעקעשן
טאר נישט און גייט נישט אזא זאך אז 'נגידים' זאלן זיך אריינמישן און איינטיילן אין רוחניות'דיגע ענינים
היינט איז פאר א גוטע זאך און מארגן קען זיין פאר די פארקערטע
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 12:40 pm
דורך א יוני אין שוויץ
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 12:33 pm
ר' יואל פארט אויף א ראנג דירעקעשן
טאר נישט און גייט נישט אזא זאך אז 'נגידים' זאלן זיך אריינמישן און איינטיילן אין רוחניות'דיגע ענינים
היינט איז פאר א גוטע זאך און מארגן קען זיין פאר די פארקערטע
ער האט עס נישט אנגעהויבן, ניטאמאל ביי די באזוך איז ער די ערשטע, פאר דער וואס ווייסט פארוואס גורער רבי איז נישט למעשה געקומען מיט די קרן עולם התורה, ווייסט אויך אז עס האט געהאט מיט דעם אז איין עושר האט געמיינט אז ער איז הייליגער און בעסער ווי גורער רבי וד"ל ואכמ"ל.
Re: הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא מיט א מכתב צו האדמו''ר מגור
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 12:46 pm
דורך גרינגראז
זייער גוט ארויסגעברענגט.
גור קוקט אן נעמען געלט פון מדינת ישראל, אזוי ווי סאטמאר קוקט אן נעמען געלט פון די ניו יארק'ע/אמעריקאנער גאווערמענט.
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:03 pm
דורך דבוק אין צדיק
סוחר הרכבים הידוע אהרל׳ה זלצמן חטף היום דו״ח תנועה בגין עיסוק בנייד בעת נסיעה. הנימוק שהסביר לשוטר בגלל דיון סוער בקבוצת הוואטסאפ בנושא מכתב יואלי לנדא לרבי מגור, וכך נכתב בדו״ח: ״המכתב של הנגיד יואלי לנדאו לאדמו"ר מגור עורר דיון וביקורת. הדבר צרם לי מאד, והרגשתי צורך להגן על כבודו של הנגיד, יהודי יקר התורם רבות. הגבתי מיד מהטלפון, למרות שהייתי בנסיעה״
הפרגוד

- IMG-20250624-WA0043.jpg (283.58 KiB) געזען געווארן 2485 מאל
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:13 pm
דורך תורה ויראה
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:22 pm
דורך ריכטיג
דא רעדט מען דאך אבער פון דעם כח הפועל בנפעל...
רי"ל האט דאך געגעבן געלט פאר גור...
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:25 pm
דורך צווייטער
ווער איז ער? ווער פרעגט אים?
א נייע סטייל ווי נגידים ווערן מורי דרך, דור ששופט את שופטיהם.
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:53 pm
דורך דעת קדשי
ק''פ
האדמו'ר מ'גור שליט'א האט אנגענומען די פארשלאג פון הנגיד ר' יואל לאנדא שליט'א צו גיין אויף טהרות הקודש מיט תנאי אז ר' יואל שטעלט צאם און די ערשטע צוויי יאר האלב פון די קאסטן.
קהילות גור האט היינט ארויסגעלייגט ספיציעילע מעלדונג דערוועגן
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:54 pm
דורך שמייכלדיג
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 1:57 pm
דורך שבת קודש
ריכטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:22 pm
דא רעדט מען דאך אבער פון דעם כח הפועל בנפעל...
רי"ל האט דאך געגעבן געלט פאר גור...
וויפיל האט ר' יואל געגעבן פאר גור?
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:27 pm
דורך איד
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:53 pm
ק''פ
האדמו'ר מ'גור שליט'א האט אנגענומען די פארשלאג פון הנגיד ר' יואל לאנדא שליט'א צו גיין אויף טהרות הקודש מיט תנאי אז ר' יואל שטעלט צאם און די ערשטע צוויי יאר האלב פון די קאסטן.
קהילות גור האט היינט ארויסגעלייגט ספיציעילע מעלדונג דערוועגן
אפשר ברענגט איינער די ספעציעלע מעלדונג?...
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:40 pm
דורך ריכטיג
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:57 pm
ריכטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:22 pm
דא רעדט מען דאך אבער פון דעם כח הפועל בנפעל...
רי"ל האט דאך געגעבן געלט פאר גור...
וויפיל האט ר' יואל געגעבן פאר גור?
א פריוואטע פליגער זיכער...
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:43 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פון דעם וואס זיי לייגן אפיציעל בילדער פון זייער רבין ווי ער ליינט דעם צעטל קוקט עס מער אויס ווי עפעס אן אפגעשמועסטע אקציע וואס גייט האבן א המשך
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:57 pm
דורך דעת קדשי
Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 3:39 pm
דורך שבת קודש
פארוואס האט ר' יואל נישט געבעטן מען זאל אויפהערן גיין צו די בחירות?