בלאט 1 פון 1
פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 7:05 pm
דורך פופציגער
זיצ'מיר אזוי ביי א ליל ששי פארברענג, און איינער ביים טיש ברענגט אויף אן אינטערסאנטע קאנספיראציע טעאריע, ווי פאלגענד:
מיר ווייסן דאך אז מארקעטינג איז א טיפע חכמה... אודאי אזוי, אלע חדשים לבקרים אינגעלייט וואס עפענען מארקעטינג פירמעס ווי די אמאליגע אמאזאן סטייל, ווייסן צו דערציילן מיט באקציינער אז מארקעטינג איז נישט סתם נאך א פאך, נאר ס'ליגט דערין טיפע ענדלאזע חכמה.
"האביך א שאלה" קלארט ער זיך אויס דאס גארגל "פארוואס האבן אלע מארקעטערס א פּ' אין זייער נאמען?"
DPMG, פענטעגאן, פיוואט, פינעקס, קאמפעס, ועוד.
ליגט עפעס דערין? איז דא א באהאלטענע כח פון א מארקעטינג פערספעקטיוו אין דעם אות פּ'?
זיצן די חכמים און קראצן זיך איינער דעם צווייטנ'ס קאפ, פשיהא... דער בחור איז קלוג... ער איז אויפגעקומען מיט דעם באהאלטענעם סוד...
מען הייבט שוין אן ארויפקוקן די היימישע מארקעטערס וועלכע האבן אויסגעטראפן דעם קאוד, און אין די זעלבע צייט באנעבעכט מען שוין די מארקעטינג פירמעס וואס האבן נישט דעם פּ', נעבעך, שוין לאנג גע'טענה'ט אז ער פארשטייט נישט צו מארקעטינג... אפילו זיין אייגענע ברענד האט ער נישט גוט געבויט...
א רגע, וועלכע מארקעטער האט אויסגעטראפן דעם נאמען פּאפּא פאר א קהלה? יענער מוז זיין א דזשיניעס...
בקיצור, ס'ווערט אזא שמועס דערוועגן, ס'מוז דאך זיין אז אויב אלע מארקעטערס האבן עס געטון, טוט מען עס בשיטה... אביסל שפירט זיך עס לוזעריש צו אויסגעפונען אז מ'ארבעט אויף אונזערע מוחות אזוי ווייט, און פון די אנדערע זייט, ווי קען זיין אז אזא סוד האט נאך קיינער ביז היינט נישט אויפגעדעקט?
וואונדערבאר. קיינער איז נאכנישט געווען אזוי קלוג ווי אונז. זיכער אזוי.
איינער פרובירט אריינלערנען אז א פּ' סימבאליזירט שטייפע קלארקייט, א צווייטער וואונדערט זיך הויך פארוואס ס'הייסט מארקעטינג און נישט פּארקעטינג, און א דריטער גייט שוין א שטאפל ווייטער אז נישט נאר האט עס א פּ' נאר רוב מארקעטערס לייגן דעם פּ' אנהייב פונעם ווארט.
האמיר דא געטראפן א פרישע אניאגראם חכמה? אדער האט עס מיט שמעון גרינ'ס מהלך? ווער ווייסט...
דאס איז אבער זיכער, אז ס'קלאר אז אלע מארקעטינג פירמעס מאכן זיכער צו האבן דעם מסוגל'דיגן פּ' אין זייער נאמען.
אן אנוועזנדער נעמט ארויס זיין טעלעפאון, ער גייט טון צום זאך, אנרופן מרדכי פריעדמאן פון DPMG און אומצוויידייטיג פארלאנגען ער זאל ארויסגעבן דעם געהיימען סוד. מרדכי גלייכט געווענליך נישט צו האלטן סודות, גיימיר זיך איזדיקעווען איבער אים.
אבער איימעניט... דער בעל הקאנספיראציע שמייכלט זיך עפעס אונטער...
"נאך א שאלה" לייגט ער צו "פארוואס האבן אלע מארקעטערס א ט' אין זייער נאמען?"
דאַרט, פיוואט, פענטעגאן, מידיע OTG, ועוד...
ליגט עפעס דערין? איז דא א באהאלטענע כח פון א מארקעטינג פערספעקטיוו אין דעם אות ט'?
"און נאך א שאלה" געבט ער נישט אויף "פארוואס האבן אלע מארקעטערס א ד' אין זייער נאמען?"
דאַרט, DPMG, עדמארק, מידיע OTG, דזשוי-2-מידיע, ועוד...
ליגט עפעס דערין? איז דא א באהאלטענע כח פון א מארקעטינג פערספעקטיוו אין דעם אות ד'?
ביי דעם פונקט זענען שוין די קעפ געווען פולקאם צעקראצט... אקעי, קאל נישט מרדכי, לאז...
האמיר דעם חכם. שוין אין ישיבה האט ער געגליכן אנצודרייען א פּרענק-צוויי-דריי צו יעדע צייט, און דא האט ער אלעמען אריינגעשלעפט אין א טיפע פילאזאפישע שמועס אן קיין הענט און קיין פיס.
און דאס, מיינע פריינט, איז וויאזוי אסאך קאנספיראציע טעאריעס ווערן געבויט.
א פרייליכן זונטאג.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 10:50 pm
דורך שמח
@פופצי סופער!
You made my day (night...)
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 1:33 am
דורך בודקע
@פופציגער , ווי אלעמאל, קוריאזע געדאנקען מיט טעם!!!


(ס'איז עכט געווען די שמועס? פליז ענטפער, כ'בין זייער נייגעריג, דאס קוקט מער אויס ווי דיין מהלך המחשבה

)
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 1:05 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דער פופציגער איז אלעמאל חידוש'פול. וואס דעם איד פאלט ביי פאלט קיינעם נישט ביי. איך קלער אז מען גייט טוישן און אים אנהויבן רופן "פּופּציגער", על שם זיינע געוואלדיגע מארקעטינג טאלאנטן. וועגן די ד' זאל זיך דער פריעדמאן זארגן, איך בין געבליבן ביים פ'.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 2:51 pm
דורך פופציגער
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:33 am
@פופציגער , ווי אלעמאל, קוריאזע געדאנקען מיט טעם!!!


(ס'איז עכט געווען די שמועס? פליז ענטפער, כ'בין זייער נייגעריג, דאס קוקט מער אויס ווי דיין מהלך המחשבה

)
געבויט אויף א מעשה שהיה...
אגב, וויכטיג צו באטאנען, אז דער פּ' טעאריע האט בעצם יא עפעס צו זיך...
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 3:02 pm
דורך שבת קודש
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 2:51 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:33 am
@פופציגער , ווי אלעמאל, קוריאזע געדאנקען מיט טעם!!!


(ס'איז עכט געווען די שמועס? פליז ענטפער, כ'בין זייער נייגעריג, דאס קוקט מער אויס ווי דיין מהלך המחשבה

)
אגב, וויכטיג צו באטאנען, אז דער פּ' טעאריע האט בעצם יא עפעס צו זיך...
איך פארשטיי נישט צו פראפגאנדע
אבער אין אנשי שלומינו ביכל איז דא אין אות פ' די מערסטע לעצטע נעמען, זעהט אויס אז אין אונזער לשון באנוצט מען זיך מיט אות פ' מער ווי אנדערע אותיות
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 3:06 pm
דורך בודקע
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:02 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 2:51 pm
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:33 am
@פופציגער , ווי אלעמאל, קוריאזע געדאנקען מיט טעם!!!


(ס'איז עכט געווען די שמועס? פליז ענטפער, כ'בין זייער נייגעריג, דאס קוקט מער אויס ווי דיין מהלך המחשבה

)
אגב, וויכטיג צו באטאנען, אז דער פּ' טעאריע האט בעצם יא עפעס צו זיך...
איך פאשטיי נישט צו
פראפעגאנדע
אויך מיט א פ', נישט איינס, פאר אזא ווארט קומט זיך צוויי..
#קאנספיראציע אלערט

Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 7:17 pm
דורך דער תהלים איד
@פופציגער טיפיקל טיפיקל.
איי ער זאגט אז ס'איז געווען א עכטע שמועס?
טאקע דאס איז די טיפיקלקייט... ביי מיינע שמועסן געשעט דאס נישט
לענין, צו מיין סופרייז האב איך יעצט געמאכט א סיורטש און געוואויר געווארן אז ס'האט עפעס צו זיך...
https://chatgpt.com/share/6859e03a-5b48 ... 7a48a5aaf3
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 8:45 pm
דורך חלום חלמתי
טשעט דזשי פי טי .... פרעג אים פארוואס אלע גראסעריס האבן א ענדע ך און ער וועט האבן אן סיבה....
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 9:04 pm
דורך פופציגער
נישט זיכער אז טשעט גפ"ט איז אזוי גערעכט דאסמאל...
איך האב געזאגט אז סהאט עפעס צו זיך, מיינענדיג צו זאגן אז דער טעאריע איז נישט ממש ניי. געהערט פון א צווייטן שוין וואס טראגט זיך ארום מיטן טעאריע אז דער P האט עפעס א צויבער קראפט.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 9:12 pm
דורך פופציגער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 8:45 pm
טשעט דזשי פי טי .... פרעג אים פארוואס אלע גראסעריס האבן א ענדע ך און ער וועט האבן אן סיבה....
@דער תהלים איד

- Screenshot_20250623_210635_ChatGPT.jpg (128.76 KiB) געזען געווארן 1050 מאל
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 9:22 pm
דורך שפיגל
איך האב געהאט דעי קשיא אבער אביסל אנדערש. פארוואס האבן אלע שיך סטארס די אות "ש" אין זייער נאמען?.
פריינדס שיך סטאר, גרינס שיך סטאר, איי ענד אר שיך סטאר. עניוועי אלע האבן א "ש"
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 9:27 pm
דורך חלום חלמתי
שפיגל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:22 pm
איך האב געהאט דעי קשיא אבער אביסל אנדערש. פארוואס האבן אלע שיך סטארס די אות "ש" אין זייער נאמען?.
פריינדס שיך סטאר, גרינס שיך סטאר, איי ענד אר שיך סטאר. עניוועי אלע האבן א "ש"

Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:08 pm
דורך הלבלר בקולמסו
איך וויל דיר פרעגן אן אינטערסאנטע פראגע,
פארוואס האסטו געמאכט דעם קעפל איבער פ', וואלסט דאך געקענט אנהייבן מיטן ד' אדער ט', און ענדיגן ביים פ'...
אלא מאי אינערליך פארשטייסטו אויך אז ס'איז דא עפעס אינעם פ'.
די סיבה איז לכאורה ווייל ווען דו האסט א ווארט וואס האט א פ' הערסטו דעם פ' שטערקער פון אלע אותיות. דאס מיינט אבער נישט אז אויב האסטו א פ' ביסטו מסודר, און אז עס מוז דוקא האבן א פ' אין זיך. עס איז נאריש צו אויסוועלן א ווארט דוקא ווייל ס'האט א פ', אבער אויב דו וועסט אנאליזירן די ווערטער וועסטו זען אז וואס די זעקסטע חוש זאגט אז ס'איז א גוטע ווארט, וועט אפט מאל די פ' צולייגן צו די זאך.
נאך א זאך, עס איז באקאנט די מעשה פון מגילה מיט די אות פ'. אויף אייוועלט האט מען שוין געמאכט מיט אנדערע אותיות אויך, אבער סאם האו האט עס נישט אזא חן ווי די אות פ'...
און אגב; פי-אר, פראפאגאנדע, קאמפיין, פאם-פא-די-ראם-פאם.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 2:37 pm
דורך פופציגער
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 2:08 pm
איך וויל דיר פרעגן אן אינטערסאנטע פראגע,
פארוואס האסטו געמאכט דעם קעפל איבער פ', וואלסט דאך געקענט אנהייבן מיטן ד' אדער ט', און ענדיגן ביים פ'...
אלא מאי אינערליך פארשטייסטו אויך אז ס'איז דא עפעס אינעם פ'.
די סיבה איז לכאורה ווייל ווען דו האסט א ווארט וואס האט א פ' הערסטו דעם פ' שטערקער פון אלע אותיות. דאס מיינט אבער נישט אז אויב האסטו א פ' ביסטו מסודר, און אז עס מוז דוקא האבן א פ' אין זיך. עס איז נאריש צו אויסוועלן א ווארט דוקא ווייל ס'האט א פ', אבער אויב דו וועסט אנאליזירן די ווערטער וועסטו זען אז וואס די זעקסטע חוש זאגט אז ס'איז א גוטע ווארט, וועט אפט מאל די פ' צולייגן צו די זאך.
נאך א זאך, עס איז באקאנט די מעשה פון מגילה מיט די אות פ'. אויף אייוועלט האט מען שוין געמאכט מיט אנדערע אותיות אויך, אבער סאם האו האט עס נישט אזא חן ווי די אות פ'...
און אגב; פי-אר, פראפאגאנדע, קאמפיין, פאם-פא-די-ראם-פאם.
דער קעפל האב איך געמאכט מיט'ן אות פ' ווייל ווי געשריבן איז דער געשיכטע באזירט אויף א מעשה שהיה, און מעשה שהיה כך היה.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 7:12 pm
דורך אהרן זאב
קנאקעדיגע ארטיקל!
אגב, האב איך אמאל געהערט אז איינער פון שליסלען צו די גרויסע סוקסעס וואס קאקע קאלע האט, איז די איבערפלוס פון ק' אינעם קאקע קאלע נאמען...
סהאט עפעס אן אייגענארטיגע געשמאקייט צו זאגן קאקע קאלע מיט אן אפענע מויל פון די ערשטע ק' פון קאקע, ביזן סוף פונעם קאלע... פראביר עס אויס...
פיין געשריבן, און די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די ליין:
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 7:05 pm
א רגע, וועלכע מארקעטער האט אויסגעטראפן דעם נאמען פּאפּא פאר א קהלה? יענער מוז זיין א דזשיניעס...
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: מיטוואך יוני 25, 2025 10:11 am
דורך עדיטאריעל
אהרן זאב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 7:12 pm
פיין געשריבן, און די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די ליין:
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 7:05 pm
א רגע, וועלכע מארקעטער האט אויסגעטראפן דעם נאמען פּאפּא פאר א קהלה? יענער מוז זיין א דזשיניעס...
ס'האט עפעס אין זיך, עפעס מיינט עס...
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: זונטאג יולי 13, 2025 8:09 pm
דורך יוחנן כהן
פיין פיין!
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: זונטאג יולי 13, 2025 8:22 pm
דורך יוחנן כהן
שפיגל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:22 pm
איך האב געהאט דעי קשיא אבער אביסל אנדערש. פארוואס האבן אלע שיך סטארס די אות "ש" אין זייער נאמען?.
פריינדס שיך סטאר, גרינס שיך סטאר, איי ענד אר שיך סטאר. עניוועי אלע האבן א "ש"

Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:42 am
דורך טיפע טאשן
עס איז נישט דא.
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:50 pm
דורך וואוילער
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:42 am
עס איז נישט דא.
נאר ווען מ'איז פארקילט
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 4:44 pm
דורך ערשטע מאל
מענין לענין באותו דמיון
כ'האף ס'קומט דא אהער, און איך בעט אייך איבער אויב נישט, די געשיכטע האט מיר אבער דערמאנט פון אן 'אמת'ע' - 'מעשה שהיה' (מוז נישט זיין א דאפעלטע לשון..) וואס מ'האט אליינס מיטגעהאלטן.
א קופקע איז געשטאנען און געשמועסט על דא ועל הא, רעדענדיג איבער שווייץ, איר וואונדערליכע נאטור און זעלטענע אייגענשאפטן, ווען איינער האט זיך אנגערופן מיט א שטארק איבערוואגעדיגע זעלבסטזיכערקייט; "אזוי ווי די פרוכט און שווייץ וואס ווערן רייף אסאך שנעלער ווי אין אנדערע פלעצער...
פאר א סעקונדע איז געווארן שטיל און אזוי - תוך כדי דיבור – איז ער ממשיך ווייטער מיטן זעלבן פשטות'דיגן שטומע; "זיכער אזוי! דאס איז דאך דער סיבה פארוואס מ'רופט שווייץ מיטן נאמען - שווייץ! נישט אזוי.."?!
די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן אזוי בנשימה אחת שנעל און כלאחר יד האבן נאך באוויזן צו באקומען עטליכע לייכטע קאפ שאקעלרייען פון די אנוועזנדע - ווי ס'וואלט געווען די פשוט'סטע זאך אין דער וועלט...
די שמועס איז שוין געפארן ווייטער ווען א שטילע אומזיכערע קול האט זיך געוואגט איבערצופרעגן; "איין מינוט? דער נאמען שווייץ איז וועגן וואס..? וועגן די פרוכט וואס נעמט שנעלער צו ווערן גרייט.."?!
תיכף נאכן פרעגן האט ער שוין חרוטה געהאט פארן זיך אפציעל ארויסשטעלן אלץ דער שטאטס נער – די איינציגסטע דא וואס האט נישט געוויסט אזא פשוטע זאך.. אז דער נאמען שווייץ קומט צוליב דעם וואס אין שווייץ ווערן פרוכט שנעלער געצייטיגט...
עס וואלט געקענט בלייבן ביי דעם ווען נישט וואס דער ערשטע האט זיך פשוט נישט געקענט צוריקהאלטן און אויסגעשאסן און געלעכטער..
און דאכט זיך אז ער לאכט נאך ביז יעצט... (און מיט רעכט...)
Re: פארוואס איז דא א פּ' אין מארקעטינג?
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 1:09 pm
דורך טאג
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:33 am
@פופציגער , ווי אלעמאל,
קוריאזע געדאנקען מיט טעם!!!


גענאגלט!