דער "גראסערי חבר"
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 1:58 am
א פרייליכן מוצאי זונטאג אייך אלע.
פארלאפענעם פרייטאג נאכמיטאג איז מיר אויסגעקומען צו קענענלערנען א פרישן כאראקטער, וואס איך קלער אז ער קען נוצן א געהעריגע לעיבל מיט רויטע אותיות.
דאס איז דער "גראסערי חבר".
דער "גראסערי חבר" איז א נחלת הכלל, פונקט ווי יעדער האט א געשמאקע פעטער, א שוואגער, א זיסע זיידע, און אזוי ווייטער, האט אויך יעדער א "גראסערי חבר".
לאמיר איבערגיין אביסל די סימפטאמען וויאזוי צו אידענטיפיצירן דעם "גראסערי חבר" אין די פריע שטאפלען.
ווער קוואליפיצירט צו זיין א "גראסערי חבר":
1. דיין חבר מיט וועמען האסט אסאך פארברענגט און זיך אסאך געקריגט אין ישיבה קטנה, אבער זינט דאן ווען ער איז געפארן לערנען אין א צווייטע ישיבה, ביז'ן היינטיגן טאג ווען איר ביידע האט שוין עטליכע קינדער, האסטו נישט געהאט מיט אים קיין בלאסן שייכות.
2. דיין צוגעקומענע פעטער וואס האט פרובירט צו ווערן דיין פרענד אין דיין שבע ברכות אבער זינט דאן האסטו גארנישט מיט אים, חוץ ווען ער קומט צו ביי שמחות צו דיר און קוועטשט דיין האנט "אויף שמחות געזונטערהייט".
3. דער אינגערמאן וואס זיצט נעבן דיר אין שוהל, אבער פאר סיי וועלכע סיבה האסטו נאך קיינמאל נישט געטוישט קיין ווארט מיט אים, חוץ פון "אנטשולדיגט, כ'קען ארויסגיין?".
4. דער אינשורענס אגענט וואס וויל שוין פאר 2 יאר האבן מיט דיר ממש א קורצע מיטינג.
5. דיין שכן וואס וואוינט אפאר הייזער נעבן דיר, און אייער גאנצע קשר באשטייט פון דעם אז ווען איר טראגט פונקט די זעלבע צייט ארויס די גארבעדזש באגריסט איר זיך, און די צווייטע נאכט יום טוב אויב ממש קיינער פון די נאנטע שכנים האט נישט קיין פייער, גייסטו צו אים מיט א טעפל איבער'ן ליכטל.
6. דיין געוועזענע קאלעגע וואס האט מיטגעהאלטן די ציפעדיגע מינוטן ווען מ'האט דיר פארווארפן פון דיין דזשאב בבושת פנים.
אין קורצן, אזעלכע מענטשן וואס דו קענסט אים גוט, ער קען דיר גוט, אבער זעלטן וועט איר אויסטוישן א ווארט.
וויכטיגע פרטים וואס פעלט זיך אויס, אז נאכ'ן פארמאגן איינס פון די אויבנדערמאנטע כללים, זאל דער קאנדידאט טאקע קענען ווערן א פולקאמער "גראסערי חבר":
1. איר טארט נישט האבן קיין נושא אין וואס איר האט ביידע א ספעציעלע אינטערעסע. דאס הייסט אז אויב ביידע פון ענק זענען שטארק פאראינטערסירט אין פאליטיק, אדער אויב ביידע פון ענק זענען עוסק אין די זעלבע אינדוסטריע, וועט עס לכאורה נישט ארבעטן צו זיין א "גראסערי חבר".
2. כאטש איינער פון ענק מוז זיין אזא סארט וואס פרובירט צו זיין "געשמאק".
3. עס דארף זיין דוקא איינער וועמען דו טרעפסט אסאך, אבער דאך קומט נישט אויס צו אויסטוישן קיין ווארט. לאפוקי איינער וועמען ס'קומט פשוט נישט אויס צו קענען זיך באגעגענען און רעדן.
4. אויב איז דא עפעס אן אומאויסגעגליכענע ריס צווישן ענק פון יארן צוריק, אדער אויב ווייסט איינער פון ענק אז דער צווייטער בארעדט אים אפט אונטער זיין רוקן, ספעציעל אויב דער צווייטער ווייסט אז דער ערשטער ווייסט דערפון, איז עס אודאי א געוואלדיגע פלאס, אבער מוז נישט זיין.
*
אפאראציע "גראסערי חבר" אין קראפט:
פרייטאג נאכמיטאג, באוואפנט מיט'ן גראסערי ליסט, שפאציר אין אריין אין גראסערי.
ביים נעמען דעם וועגעלע, טרעף איך נאך א פאר הענט פרובירן נעמען א וועגעלע אין די זעלבע צייט. אה, ס’איז ער, מיין גראסערי חבר. קיין ברירה האבעך נישט, "א גוטן" שאקל איך אים צו.
ער ענטפערט "אה, א גוטן, סמאכסטע פופצי?", איך ענטפער "באכאשעם! ווי גייט עס ביי דיר?", און אזוי צעגייען מיר זיך איש תחת וועגעלתו ואיש תחת גראסערי ליסטתו.
אבער דאן הייבט דער געשיכטע אן ווערן פארקניפט.
איך שטיי און זוך א הארטן דיקן זאפטיגן רעטעך, און העלאו, ער איז אויך דא.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך פרוביר שלום מאכן צווישן אלע שאקאלאדן וואס שרייען עלי ינוח צדיק את ידו, און גוט מארגן, פונקט דארף ער אויך שאקאלאד.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך שמייס אריין אינעם אומבא’חנ’ט ספייסעס - בונדלעך - לאקשן אייל, און וועלקאם, ער קומט מיר אנטקעגן.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך זיך א בעקעלע, פונקט זוכט ער 9 אינטשיגע טעלערס הארט דערנעבן.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך רוק אריין א קאנטעינער אייער-פלענט באבאגאנוש, אה, ער וויל פונקט קויפן כריין.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך לויף ארויס פונעם נאש אייל, "אוי, אנטשולדיגט!" כהאב זיך אריינגעהאקט אין א צווייטנס וועגעלע. לחיים, ער איז עס.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
און למען השם ביים רעדזשיסטער, נאכן צאמבלאשן דעם גראסערי באזוך, ווער מיינסטו שטעלט זיך אונטער מיר? ער איז ווידער דא!
דא העלפט שוין נישט קיין קאפ-שאקל... מיר שטייען ביידע און ווארטן אין די ליין... ער ווארט איך זאל אנהייבן א שמועס, איך קען באשטיין אים צו געבן דעם כיבוד, און אזוי שטייט מען אומבאקוועם ווי דער אינגעלע אינעם מנהל’ס אפיס, ביז איך כאפ מיך, א רגע, כבד את אביך ואת אמיך, שטייט דאך קלאר למען יארוכין ימיך, אז דאס העלפט ווען מ’טרעפט זיך אין אזעכע לאנגע לאנגווייליגע טעג...
אקעי, איך האב מיין אנטלויף פלאן... ספיד דייל, "יא מאמי, א גוטן ערב שבת, וואס טוט זיך?"...
אבער איר פארשטייט שוין פארוואס איך רוף אים דער גראסערי חבר, איא?