די וואך האבן מיר געליינט 12 מאל די פרשת הנשיאים וואס סך הכל מיטן מעביר סדרה זיין איז 36 מאל א חוץ וואס מען ליינט עס חנוכה און די ערשטע 12 טעג פון חודש ניסן,
אסאך מענטשן טראכטן אסאך מאל (אינטערן באוויסט זיין) האט די תורה נישט געקענט שרייבן אלע אויף איין מאל? (שוין געהערט אמאל אן עלטערע באטשי פרעגן די קשיא זייענדיג הינגעריג צום טשאלנט)
איז אונז זענען נישט דא צו פארענטפערן די קשיא ווייל אונז ווייס מיר אז יעדע אות אין די תורה איז אויסגערעכנט און עס איז תלוי אין יעדע אות רבבות ענינים וואס אונז האבן נישט קיין השגה,
נאר אויב דער עולם קען עס אזוי גוט וואלט איך געוואלט מאכן א שטיקעלע פארהער (נישט קיין שווערע)(סוף כל סוף האט זיך ד׳רולם צוגעוואוינט אז מען קען פארהערן טאטעס)
וויל איך פרעגן אפאר פשוט׳ע שאלות
1. וויפיעל ”מתנות” (כלים) האט יעדע נשיא געגעבן פאר די משכן? (לחידודי, צו וואס האט מען געניצט א יעדע מתנה, און אין וועלעכע פרשה שטייט וואס מען האט געטון מיט א יעדע זאך,)
2. פון וועלעכע מין מתכות זענען די כלים געמאכט געווארן?
3. די כלים זענען געווען ליידיג אדער פיל? און מיט וואס איז עס געווען פיל (יעדע איינע פון זיי)?
4.וויפיל האט געוואויגן ידע כלי?
5. וויפיל מיני קרבנות האט יעדע נשיא געברענגט?
6. וויפיל מיני בהמות האט יעדע קרבן געהאט?
7. וויפיל פון יעדע מין בהמה?
וויפיל צייט האט גענימען צו טראכן די תשובה אויף יעדע שאלה?
= נאכנישט געניג גע׳חזר׳ט.
א געשמאק אין פרשת הנשיאים
-
מנחם קארפינקל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
- x 36
Re: א געשמאק און פרשת הנשיאים
א גוטע עצה איז איבער'חזר'ן אין געדאנק די פירוש רש"י קערת כסף אחת גי' תתק"ל וכו' ס'געט א פרישקייט און א באדייט אין יעדע נשיא
Re: א געשמאק און פרשת הנשיאים
אני הק' האב געזאגט פאר די קינדער שבת ביים סעודה, אז מ'זעהט אז די תורה שרייבט איבער יעדע מאל ווייל ס'נישט געוועהן אז זיי האבן אלע צוזאמען אפגעמאכט וואס צו ברענגען (דאכצעך אזוי שטייט פון חז"ל), און אויך נישט אז דער צווייטער האט געקוקט אויפן ערשטען און אים נאכגעמאכט, נאר יעדער האט אליינס אזוי געטוהן.
דאס קומט אונז צו ווייזן אז אפילו יעדער טוט די זעלבע זאך, אלע אידן טוען די זעלבע "סיסטעם", איז עס נישט ווייל "יעדער טוט אזוי", נאר אויב דאס איז די רצון ה' טוה איך דאס פונקט ווי מיין חבר טוט דאס ווייל עס איז די רצון ה', דהיינו מ'מעג טוהן די זעלבע און נישט טראכטן אז ס'איז נער'יש - ווילאנג דאס איז די רצון ה', און וויסן זיין אז איך טוה זאס זעלבע פון יעדעם נישט "ווייל" יענער טוט דאס נאר ווייל דאס איז מיין עבודה.

.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס