בלאט 1 פון 1

טייערע אידן אין וויליאמסבורג: Vote!

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 10:19 am
דורך אייביג אייביג
עס קומט פאר וואַלן איבעראל.
אין די לעצטע יארן האט מען געזען א געוואלדיגע שינוי לטובה און אלע היימישע געגענטער... אבער נישט אין וויליאמסבורג...

וויליאמסבורג דארף און קען האבן א מעכטיגע שטומע מיט א מינימום צוואנציג טויזענט שטומען!!!

---

לעצטענס איז געווארן זייער גרינג אז א יעדער רעגיסטרירטער קען פארלאנגען א עבסענטי בעלעט.
די דארפסט נישט גיין ווארטן אויף די ליניע ביי די שטום בודקעס צווישן אויסגעלאסענע בהמות, מיט אפאר סקונדעס אויף דיין באקוועמע פאטעל קענסטו אפגעבן דיין שטומע...

---

לייגט עס נישט אפ נאר זאפארט באשטעל א בעלעט.
די גרינגסטע וועג צו רעקוועסטן א בעלעט איז דא https://requestballot.vote.nyc/absentee
אדער רופט אריין די באורד אף עלעקשאנס און זײ וועלן דיר שיקן א אפליקאציע און די פאסט אדער א פעקס.

Call 1-866-VOTE-NYC (1-866-868-3692).

טו עס שוין יעצט!!!
רעקוועסט פאר דיר פאר דיין ווייב און אלע העכער 18...

---

זיי א עסקן! און בעט דיינע קינדער, עלטערן, געשוויסטער, חברים, וכו'...

עס איז גאר גרינג!!

Re: טייערע אידן און וויליאמסבורג. VOTE!!!

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:16 pm
דורך גרינגראז
אמת שטימען איז זייער וויכטיג אפילו אין וויליאמסבורג, אבער מ' דארף וויסן אז די סיבה פארוואס וויליאמסבורג גייט נישט ארויס שטימען אין די מאסן איז ווייל דארט וואו די היימישע עולם וואוינט איז צוטיילט אין עטליכע דיסטריקטן, מילא מאכן נישט די שטימען אזויפיל אויס.

Re: טייערע אידן און וויליאמסבורג. VOTE!!!

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 1:24 pm
דורך אנדערער
גרינגראז האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 1:16 pm אמת שטימען איז זייער וויכטיג אפילו אין וויליאמסבורג, אבער מ' דארף וויסן אז די סיבה פארוואס וויליאמסבורג גייט נישט ארויס שטימען אין די מאסן איז ווייל דארט וואו די היימישע עולם וואוינט איז צוטיילט אין עטליכע דיסטריקטן, מילא מאכן נישט די שטימען אזויפיל אויס.
אויב וואוט מען נישט מאכט עס זיכער ווייניגער אויס

Re: טייערע אידן און וויליאמסבורג. VOTE!!!

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 3:04 pm
דורך אייביג אייביג
גרינגראז האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 1:16 pm אמת שטימען איז זייער וויכטיג אפילו אין וויליאמסבורג, אבער מ' דארף וויסן אז די סיבה פארוואס וויליאמסבורג גייט נישט ארויס שטימען אין די מאסן איז ווייל דארט וואו די היימישע עולם וואוינט איז צוטיילט אין עטליכע דיסטריקטן, מילא מאכן נישט די שטימען אזויפיל אויס.
זאל ווען יעדער בארעכטיגטר צו וואוטען ארויסקומען וואוטען ד.מ. אלע פרויען און מענער פון די אכצען ביז....
איז אפילו מיט די צוטיילטע וויליאמסבורג געהאט א מאכטפולע כח...
שוין אפגערעדט אויב האבן מיר א שטומע דאן וועט מען עס קענען מסדר זיין אז ס'זאל טאַקע זײן א פאראייניגטע כח...

אָבער וויליאמסבורג שלאפט......

Re: טייערע אידן און וויליאמסבורג. VOTE!!!

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 5:56 pm
דורך טיפע טאשן
מען בעט סיי די אידן און סיי וויליאמסבורג...

Re: טייערע אידן און וויליאמסבורג. VOTE!!!

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 12:54 am
דורך אייביג אייביג
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 5:56 pm מען בעט סיי די אידן און סיי וויליאמסבורג...
פארראכטן