בלאט 1 פון 2

קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 10:06 pm
דורך לנצח
כידוע איז לעצטע פאר יאהר דא א פריש אויפגעכאפטע אידישע האטליין, מיט אסאך ייודשע תוכן, חסידישע נייעס און אידישער נייעס פון אלע מיני קרייזן

חסידים שמועסן, היכל הנגינה, יוחסין, ודרשות ועוד,

זיי האלטן זיך גאנץ נייטראל און פארדעהם האט עס אן הצלחה

רופט און האט הנאה...

Re: קול בחצרות

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 10:14 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
נומער?

Re: קול בחצרות

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 12:00 am
דורך שמח
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:14 pm נומער?
518-613-0150
605-313-1700
716-232-2888

זיי האבן אויך געעפנט א וועב סייט

Bechatzros.com

דא האט איר א טעלעגראם באט וואס איז בלויז פאר די סייט.

קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:23 pm
דורך שבת קודש
גאר א געשמאקע ליין נייעס און ראקדירונגען פון אלע קהלות און חצרות הקודש

א הערה צו די מנהלים פונעם טעלעפאן ליין:
אויב מעגליך צו מעלדן די נייעס מער פשוט אן קיין פראפאגאנדע,
אזוי אויך נאר קראנטע נייעס אן די שמועות פורחות באויר,

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:33 am
דורך חוט של חסד
בראשית דרכם זענען זיי געווען זייער געשלאגן אין מעלדן אומבאשטעטיגטע נייעס. יעדע בחור'ל/כולל אינגערמאן האט געקענט איבערלאזן א מעסעדזש ככל העולה על רוחו, און ס'איז שפעטער געמאלדן געווארן מיט גרויס פאמפע און פאראדע...

שפעטער זענען זיי געווארן אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, און אנגעהויבן זיכער מאכן צו ברענגען נאר קראנטע זאכן. אבער לעצטנס זענען זיי לדעתי היבש צוריקגעפאלן אין דעם...

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:57 pm
דורך שבת קודש
די הוילע פראפאגאנדע מיט וואס מערסטענס נייעס ווערט געמאלדן מאכט עס שטארק ביליג

לענ''ד זאל מען מעלדן בלויז די טרוקענע פאקטן פון א יעדע נייעס

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:09 pm
דורך איטשע
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:33 am בראשית דרכם זענען זיי געווען זייער געשלאגן אין מעלדן אומבאשטעטיגטע נייעס. יעדע בחור'ל/כולל אינגערמאן האט געקענט איבערלאזן א מעסעדזש ככל העולה על רוחו, און ס'איז שפעטער געמאלדן געווארן מיט גרויס פאמפע און פאראדע...

שפעטער זענען זיי געווארן אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, און אנגעהויבן זיכער מאכן צו ברענגען נאר קראנטע זאכן. אבער לעצטנס זענען זיי לדעתי היבש צוריקגעפאלן אין דעם...
זיי מעלדן נישט אומקראנטע נייעס, נאר יעדע קליינע נייעס'ל בלאזן זיי אויף

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:18 pm
דורך טיפע טאשן
מזל טוב
K.jpg
K.jpg (220.81 KiB) געזען געווארן 2697 מאל

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:12 pm
דורך איטשע
לעצטנס האט קול בחצרות באטיטלט געוויסע רבנים וגדולים מיט נייע טיטלען, למשל הרה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי ברודער פון הרה"ק מראחמיסטריווקא האט באקומען די טיטל "גאב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי", און פון הגאון רבי משה שטערנבוך איז ארארפגענומען געווארן די טיטל "ראב"ד"...

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:51 pm
דורך קשאנובער
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:12 pm לעצטנס האט קול בחצרות באטיטלט געוויסע רבנים וגדולים מיט נייע טיטלען, למשל הרה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי ברודער פון הרה"ק מראחמיסטריווקא האט באקומען די טיטל "גאב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי", און פון הגאון רבי משה שטערנבוך איז ארארפגענומען געווארן די טיטל "ראב"ד"...
אמאל רעגט ער מיך אויף מיט דעי אלע טיטלן.. אבער כגעב א טראכט וויפיל בעסער ער שלאפט נאכן זאגן גאב"ד אנשטאטס אב"ד וכדו'... געב איך א שמייכל און כדריק דעם פאוינד קנעפל.

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 1:10 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
קשאנובער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:51 pm
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 6:12 pm לעצטנס האט קול בחצרות באטיטלט געוויסע רבנים וגדולים מיט נייע טיטלען, למשל הרה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי ברודער פון הרה"ק מראחמיסטריווקא האט באקומען די טיטל "גאב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי", און פון הגאון רבי משה שטערנבוך איז ארארפגענומען געווארן די טיטל "ראב"ד"...
אמאל רעגט ער מיך אויף מיט דעי אלע טיטלן.. אבער כגעב א טראכט וויפיל בעסער ער שלאפט נאכן זאגן גאב"ד אנשטאטס אב"ד וכדו'... געב איך א שמייכל און כדריק דעם פאוינד קנעפל.
ס'נערווירט מיך מורא'דיג די וועג פון רעדן פון דער וואס האט אנגעהויבן רעדן מיט א יאר צוריק, ער לייגט אלעס אראפ די פאלשע פראפאגאנדע מיט עקלדיגע פאמפע איך וויל הערן די נייעס איך בין נישט אינטרעסירט צו הערן כולם נקבצו ובאו לך! מיט שמחה וחדוה און מיט געפילן וואס רוישן ווי א טרעקטאר! און התרגשות וואס רינט איבער ווי שווייס! און מיט התרוממות וואס שטייגט איבער דעם פרידאם געביידע! גרייטן זיך אלפי אלפים ורבי רבבות שלומי אמוני ישראל וואס קלויבן זיך צוזאם תחת גג אחד בשלום ושלוה אלע מיט איין רצון צום געהויבענעם מאמענט וואס מ'קען שוין קוים ווארטן עס זאל שוין אריבער גיין און ווען די רבי איז ערשינען איז ער אויף גענומען לקול תרועת השמחה והזמר בקול צהלה ורנה בהמון חוגג...................................................................................................................................................................

און צו דעם האט נאך קאלאדני איהם אנגעפאנגען נאכצומאכן...

ס'גרוילט, קיינער הערט סיי ווי נישט אויס די אלע גרעפסעראציעס, ס'אינטרעסירט נישט קיינעם אז האדמו"ר מפישפיקלאדאני איז אויף גענומען געווארן לקול תרועת הזמר ווייל בעצם האב איך מיך פארגעשטעלט אז מ'האט אויף גענומען מיט גרויס חוצפה און עזות אדער אז ראב"ד (גאב"ד) ליעגעניעמיהאלי האט דאס יאר געזינגען א צווייטע ניגון אויף קדיש תתקבל, מ'וויל הערן די נייעס און געגאנגען ווייטער די חסיד פון א צווייטע רבי וועט נישט מער ארויף קוקן אויף דיין רבי וועגן קאלאדני אדער די אנדערע נייעס מעלדער זאגן אויף דיין רבי די אלע פאריקטע טיטלען ער הערט עס אפילו נישט אויס.
גראדע איך אליינס הער אסאך ווייניגער אויס בחצרות זייט די טיטלען איז ארויף א שטאפל...
איך מיין אז מ'מעג זיך אביסל אפלערנען פון די ליטווישע וועלט אין די נושא פון טיטלען וכל הדומע לו!

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm
דורך שבת קודש
קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:56 pm
דורך יום טוב
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.
איך האלט אז אויב האבן זיי נישט געוואוסט דארפן זיי ארויסקומען מי אן אנטשולדיגונג אז זיי האבן נישט געוואוסט און זיי וועלן פראבירן בעתיד דאס צו פארמיידן

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:57 pm

וועלכע אסיפה?

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:03 pm
דורך דעת קדשי
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:56 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.
איך האלט אז אויב האבן זיי נישט געוואוסט דארפן זיי ארויסקומען מי אן אנטשולדיגונג אז זיי האבן נישט געוואוסט און זיי וועלן פראבירן בעתיד דאס צו פארמיידן
פארוואס אנטשולדיגן? ער האפט צו מאכן נאך געלט...

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:11 pm
דורך שבת קודש
לעת עתה האב איך טראסט אין דעם ליין נאר אויף די רעקעדירונגן..

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:25 pm
דורך שמח
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.
גענאגלט!

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:45 pm
דורך פרייליך
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:56 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.
איך האלט אז אויב האבן זיי נישט געוואוסט דארפן זיי ארויסקומען מי אן אנטשולדיגונג אז זיי האבן נישט געוואוסט און זיי וועלן פראבירן בעתיד דאס צו פארמיידן
פארוואס זאלן זיי פארמיידן צו אויפהאלטן זייער ליניע, די האטליין וועט נאר פארדינען ווי מער מען וועט זיי נאכלויפן צו דעקן צדדים אין פאליטישע איינגעלעגנהייטן

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:51 pm
דורך שמח
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:45 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:56 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:36 pm קול בחצרות האט דאנערשטאג געמאלדן א גאר לאנגע באריכט איבער א אסיפה אין ב''פ פול מיט שקרים וכזבים

איז די שאלה ממ''נ, האבן זיי געוויסט די שקר נאר זיי זענען באצאלט געווארן דערפאר איז עס שרעקליכע עוולה מצדם ארומצונארן די מענטשהייט פאר געלט, האבן זיי נישט געוויסט נאר ארויפגעלייגט וואס זיי האבן געזעהן מיינט דאס אז דאס איז אומקראנטע טעלפאן ליין ווי מען לייגט ארויף באריכטן אן מברר זיין די קראנטקייט פון די נייעס.
איך האלט אז אויב האבן זיי נישט געוואוסט דארפן זיי ארויסקומען מי אן אנטשולדיגונג אז זיי האבן נישט געוואוסט און זיי וועלן פראבירן בעתיד דאס צו פארמיידן
פארוואס זאלן זיי פארמיידן צו אויפהאלטן זייער ליניע, די האטליין וועט נאר פארדינען ווי מער מען וועט זיי נאכלויפן צו דעקן צדדים אין פאליטישע איינגעלעגנהייטן
ליידער.

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:48 pm
דורך וואוילער
א גאנצע דיבאטע אויף א ליין וואס ווערט אנגעפירט דורך בחורים.

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:52 pm
דורך איטשע
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:48 pm א גאנצע דיבאטע אויף א ליין וואס ווערט אנגעפירט דורך בחורים.
ערשטנ'ס, וואס איז א חילוק ווער די אנפירער איז, דארף מען אין אכט נעמען אויב ס'פארהאן דארט פראבלעמען, עס איז א ליין וואס ווערט געהערט דורך טויזנטע יודן, און איין טעות קען אויסמאכן אסאך

צווייטנס, מ'רעדט נישט פון קיין בחורים, די אנפירער זענען יונגעליט, און עטליכע וואס ארבעטן אין די מערכת זענען עלטער ווי יונגעלייט

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:28 pm
דורך דער תהלים איד
איטשע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:52 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:48 pm א גאנצע דיבאטע אויף א ליין וואס ווערט אנגעפירט דורך בחורים.
ערשטנ'ס, וואס איז א חילוק ווער די אנפירער איז, דארף מען אין אכט נעמען אויב ס'פארהאן דארט פראבלעמען, עס איז א ליין וואס ווערט געהערט דורך טויזנטע יודן, און איין טעות קען אויסמאכן אסאך

צווייטנס, מ'רעדט נישט פון קיין בחורים, די אנפירער זענען יונגעליט, און עטליכע וואס ארבעטן אין די מערכת זענען עלטער ווי יונגעלייט
זיי האבן עס געעפנט אלס מירע תלמידים, בחורים.

היות ס'איז געווארן א גוט גייענדיגע ביזנעס אויף וואס חצירות צאלן שיין געלט בליעה"ר... איז עס געבליבן זייער פרנסה יעצט נאך די חתונה...

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:57 pm
דורך שבת קודש
ס'איז וויכטיג עס זאל זיך עפענען א נייע חצרות הקודש ליין וואס זאל האבן:
1. נאר קראנטע נייעס אן קיין באצאלטע שקרים
2. מעלדן אלע נייעס באשיידן אן די הוילע פראפגאנדע ארום

די ציבור האט ליב צו וויסן נייעס פון איבעראל אבער קיינער האט נישט ליב קיין שקרים און אויך נישט די זינלאזע קינדרישע פראפגאנדע,
זיי וועלן אפשר נישט מאכן אזויפיל געלט פון די קהלות אבער אז ס'וועט זיין א נערמאלע באזעסענע ליין וועלן זיי האבן מער אדוועטייזמענטס.

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:58 pm
דורך בערל דער פייפער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:28 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:52 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:48 pm א גאנצע דיבאטע אויף א ליין וואס ווערט אנגעפירט דורך בחורים.
ערשטנ'ס, וואס איז א חילוק ווער די אנפירער איז, דארף מען אין אכט נעמען אויב ס'פארהאן דארט פראבלעמען, עס איז א ליין וואס ווערט געהערט דורך טויזנטע יודן, און איין טעות קען אויסמאכן אסאך

צווייטנס, מ'רעדט נישט פון קיין בחורים, די אנפירער זענען יונגעליט, און עטליכע וואס ארבעטן אין די מערכת זענען עלטער ווי יונגעלייט
זיי האבן עס געעפנט אלס מירע תלמידים, בחורים.

היות ס'איז געווארן א גוט גייענדיגע ביזנעס אויף וואס חצירות צאלן שיין געלט בליעה"ר... איז עס געבליבן זייער פרנסה יעצט נאך די חתונה...
מען קומט באצאלט פון די טעלעפאן קאמפעני פאר די מינוטן

Re: קול בחצרות הקודש טעלעפאן ליין

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:38 pm
דורך דער תהלים איד
@בערל דער פייפער שוין לאאאאנג נישטא אזא זאך.