בלאט 1 פון 1

פירקלען...

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 10:25 pm
דורך יוחנן כהן
פירקלען.jpg
פירקלען.jpg (77.13 KiB) געזען געווארן 397 מאל



פירקלען און קראצן
ס'בליי אביסלע צורייבן
צוהאקטע רויע זאצן
אבער גארנישט שרייבן


--
ווען איך זיץ אליין
איך טראכט אריין

מוח פארשוועמט
כח פון וואו מ'נעמט

ס'בליי כ'באטראכט
קאטשקענען לייכט

ס'פעדער'ל איך ליב
אזויפיל אים איך גיב

מצמצם זיין מיר איז
שווער שרייבן שורות

די צייט יעצט איז לויז
כ'וויל גארנישט בלויז


פירקלען און קראצן
ס'בליי אביסלע צורייבן
צוהאקטע רויע זאצן
אבער גארנישט שרייבן

--
די פעדער אויסהערט
שפירט וואס שווער'ט

צו אים רעדן איך קען
אייביג קיין חילוק ווען

צייכענען ריקן און רירן
אזויווי איך טו אים פירן

א שורה און נאך איינס
די טינט געפילן מיינס

מיינע האָפן איז הלוואי
פארבלייבן שרייבן בליי

ווען די צייט איז לויז
כ'וויל גארנישט בלויז


פירקלען און קראצן
ס'בליי אביסלע צורייבן
צוהאקטע רויע זאצן
אבער גארנישט שרייבן


--
מיין נשמה געפילן ריין
נאר דו טוסט פארשטיין

מיין ליבליכער פעדער
שטארק איך בעהט דיר

פעדער'ל זאג מיר צו
אפהיטן וואס איך טוה

מיינע סודות באהאלט
אין דיין טיפן שפאלט

קיינער הערט, ס'שטיל
דאס איז בלויז וואס איך וויל


פירקלען און קראצן
ס'בליי אביסלע צורייבן
צוהאקטע רויע זאצן
אבער גארנישט שרייבן




עי איי בילד קרעדיט @אלטע קוגל - אייוועלט

Re: פירקלען...

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 11:07 pm
דורך פעינטיג
הוהא! א דורכזיכטיג פאום!.. זייער ארטיסטיש.

Re: פירקלען...

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 11:29 pm
דורך הדסים
הערליך


אגב, איך פארשטיי נישט אזוי אין גראמען אבער מיר קוקט אויס אז ווען דו שרייבסט ווען "דאס בליי אביסעלע רייבן" וואלט דער גראם אביסל בעסער געקלינגען

Re: פירקלען...

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 12:55 pm
דורך להגדיל הטראסק
פעדער פירקלט
אן ווערטער געצירקלט

מחשבות געפאטשקעט
פעדער געקאטשקעט

צו דעם רעיון
איך געטון רעפלייען

Re: פירקלען...

געפאוסט: זונטאג מאי 11, 2025 11:41 pm
דורך never say never
זייער אונטרעסאנט.

Re: פירקלען...

געפאוסט: דינסטאג יולי 01, 2025 9:08 pm
דורך פופציגער
שיין!