בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:33 am
דורך מאירוואלף
א מאסיווע קורצשלוס האט היינט מאנטאג באטראפן שפאניע און פארטוגאל, אפעקטירענדיג איבער 50 מיליאן מענטשן אין ביידע לענדער. דער קורצשלוס האט אויסשאלטערט די סאבוועי נעצן, טעלעפאן ליניעס, טרעפיק לעקטערס, און ATM מאשינען אין די גרויסע שטעט ווי מאדריד און ליסבאן. עמערדזשענסי סערוויסעס ארבעטן צו צוריקשטעלן די עלעקטריציטעט. דער שפאנישער פרעמיער מיניסטער פעדרא סאנטשעז האט באזוכט די רעד עלעקטריעק פירמע צו באאבאכטן די אקטיוויטעטן.

הויפט דעטאלן:

- באטראפענע געגנטן: שפאניע, פארטוגאל, און טיילן פון פראנקרייך
- אורזאך:
-נאך נישט קלאר, אבער מעגליך פארבונדן מיטן אייראפעישן עלעקטריק סיסטעם אדער א פראבלעם מיטן דיסטריביושען נעץ אין שפאניע
- אפעקטירונג:
- סאבוועי סיסטעמען און באנען אפגעשטעלט.
- טרעפיק ליכט און עלעקטראנישע גאסן און שאסייען שילדן באטראפן
- עי טי עם און עלעקטראנישע פעימענט סיסטעמען אראפ
- שפיטעלער און עמערדזשענסי סערוויסעס זענען אריבערגעגאנגען צו גענעראטארן

Re: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:36 am
דורך מאירוואלף
מאדריד האט אקטיוויזירט "סטאטוס 2" פון די טעריטאריאלע עמערדזשענסי פלאן אין רעאקציע צו די ברייטע עלעקטרישע קורצשלוסן.

Re: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:38 am
דורך מאירוואלף
רעד עלעקטריעק זאגט אז דער קורצשלוס איז "אויסערגעווענליך" און וועט נעמען "ביז 10 שעה צו פאררעכטן" כאטש זי קלארט נישט אויס די סיבות דערצו.

Re: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:39 am
דורך מאטאווירט
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:36 am מאדריד האט אקטיוויזירט "סטאטוס 2" פון די טעריטאריאלע עמערדזשענסי פלאן אין רעאקציע צו די ברייטע עלעקטרישע קורצשלוסן.
דהיינו?

Re: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:40 am
דורך מאירוואלף
מאדריד מעיאר בעט די רעגירונג צו אקטיוויזירן "סטאטוס 3" ןואס וועט ערלויבן די שפאנישע מיליטער צו קענען "גאראנטירן ארדענונג".

Re: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:48 am
דורך מאירוואלף
די מאסיווע קורצשלוס אין שפאניע האט געפירט צו כאאס אין סופערמארקעטן, מיט געשעפטן וואס האבן זיך פארמאכט צו פארמיידן רויבערייען און לאנגע רייעס וואס האבן זיך געשאפן ווען קונדן האבן זיך געיאגט צו קויפן סחורה. די קורצשלוס האט געשטערט די רעדזשיסטערס און סופליי טשעין.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:55 am
דורך מאירוואלף
געוויסע טיילן אין בעלגיע זענען אויך אפעקטירט.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:59 am
דורך מאירוואלף
אלע נישט לעבנסוויכטיגע סערוויסעס אין די שפיטעלער אין שפאניע ווערן סוספענדירט.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:05 am
דורך מאירוואלף
שפאניע בעט פון אירע בירגער נישט צו נוצן קיין אויטאס בשעת די קורצשלוס נאר אויב עס איז זייער וויכטיג.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:19 am
דורך מאירוואלף
די ארבעט ביי די שפאנישע אויל ריפיינעריס זענען אפגעשטעלט געווארן.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:22 am
דורך מאירוואלף
די אייראפעיש פאראיין EU זאגט אז זיי זענען בקשר מיט שפאניע און פארטוגאל צו דערגיין די סיבות אונטער דעם קורצשלוס.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:23 am
דורך מאירוואלף
די הויפט טעאריע דערווייל אין שפאניע איז אז די קורצשלוס איז די רעזולטאט פון א סייבער אטאקע.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:46 am
דורך מאירוואלף
פארטוגאל'ס גריד אפעראטאר באשולדיגט א "זעלטענע אטמאספערישע ערשיינונג" פאר די ברייטע קורצשלוסן און עס קען נעמען ביז א וואך עס צוריקצושטעלן.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:47 am
דורך מאירוואלף
דער פרעזידענט פון די אי יו קאונסיל זאגט אז דערווייל איז נישטא קיין שום אנדייטונג אז עס איז געווען א סייבער אטאקע.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 2:51 pm
דורך יושע שרייבער
8184a040-2458-11f0-bbaf-c0285c7932e0.jpg
8184a040-2458-11f0-bbaf-c0285c7932e0.jpg (32.39 KiB) געזען געווארן 337 מאל

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:44 am
דורך מאירוואלף
שפאניע און פארטוגאל האבן צוריקגעשטעלט די לעקטער נאכדעם וואס א מאסיווער קורצשלוס האט באטראפן די איבערישע האלבאינזל, וואס האט פאראורזאכט ברייטע שטערונגען אין טראנספארטאציע, אינטערנעט, און טעלעפאן נעטוואורקס. די קורצשלוס, איינע פון ​​די גרעסטע אין אייראפעאישער געשיכטע, איז פארגעקומען מאנטאג, וואס האט באטראפן מיליאנען מענטשן. דער שפאנישער גריד אפעראטאר REE האט אויסגעשלאסן א סייבער-אטאקע, אבער די גענויע אורזאך איז דערווייל אומקלאר. פרעמיער מיניסטער פעדרא סאנטשעז האט געזאגט אז זיין רעגירונג וועט זיך נישט יאגן צו מסקנות און וועט אויספארשן דעם אינצידענט. מעגליכע הסברים שליסן איין א זעלטענע אטמאספערישע ערשיינונג אדער א פיזישע פראבלעם אין די היי-וואולטידזש ליניעס. די עקאנאמישע קאסטן ווערן געשאצט צווישן 2.25 ביליאן און 4.5 ביליאן יורא, לויט דער אינוועסטמענט באנק RBC. אויטאריטעטן האבן ארויסגעשטעלט 30,000 פאליציי אפיצירן צו האלטן ארדענונג, און די לעקטער איז ביסלעכווייז צוריקגעשטעלט געווארן. שולעס, פאבליק טראנספארטאציע, און שפיטעלער הייבן שוין אן צו ארבעטן.

Re: ברעיקינג: מאסיווע קורצשלוס באטרעפט שפאניע און פארטוגאל

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 6:23 am
דורך מאירוואלף
בשית די מאסיווער לעקטער קורצשלוס אין שפאניע און פארטוגאל, איז דאס באנוץ מיט סטארלינק געשטיגן 35% העכער ווי דורכשניטליך, מיט א 60% שפרינג אין שפאניע, ווייל די סאטעלייט אינטערנעט סערוויס איז געבליבן אנליין בשעת מאביל נעטוואורקס און צענדליגער טויזנטער סעל טורעמס זענען געגאנגן פייפן.