א געשיכטע מיט א רוקן-קריכער
געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 9:33 pm
זיצט ער ביים בארטן, פארזינקען אין א טיפן דרימל.
די קנייטשן ארום זיינע אויגן דערציילן פאר די צוקוקער א שטומע געשיכטע, א געשיכטע וואס האט זיך פארמירט מיט מערערע שיכטן.
ער איז רואיג, און ווי שיין איז צו באטראכטן דעם צופרידענעם מינע זיינעם אויפ’ן געזיכט. ער איז שוין נישט אינג, ער האט שוין געזען וועלטן, ער האט שוין מיטגעלעבט תקופות, ער איז שוין אריבער אזויפיל סצענעס, דראמא און אנגסט, טרויער און פרייד, זיין לעבנס-געשיכטע איז א טיפער לעקציע.
זיין רוקן שיינט צו זיין פון א גאר הארטע מאטעריאל, וואס אפילו אן צוגיין נאנט און עס שפירן, דערקענט זיך אז אן א שטארקע רוקן-ביין וואלט ער נישט געקענט דורכטראגן אזויפיל קלעפ, און עס לאזט זיך בלויז שפעקולירן אז דער רוקן זיינער דינט אים ווי א שיידעלע זיך צו באהאלטן אין רוישיגע זמנים.
אזוי מוז מען איינזעצן.
ששש... קוק ווי שיין ער זיצט דארט, ווען פון א קליינע ווינקעלע נעבן אים דראפעט זיך ארויף אויף זיין רוקן א קליינער שרצ’ל וועלכע זעט נישט קיין בעסערע פלאץ צו כאפן זיין רוה, ווי אויף דעם אויסגעהארעוועטן רוקן.
לאמיר שטיין און אבזערווירן דעם מחזה, און לאמיר זען וויאזוי ער וועט רעאגירן. איז דער רוקן זיינער טאקע אזוי הארט? שפירט ער ממש גארנישט?
זיצט דאס שרצ’ל און עקספערימענטירט דאס. ער הייבט אן מיט לייכטע קלאפעריי, דאן גיין ער אריבער צו רואיגע קלעפ, און פון דארט גייט עס צו מאכטפולע שטויסן.
דערווייל קוקט נישט אויס ווי עפעס רוקט זיך. דאס שרצ’ל שיינט צו זיין אין א רואיגע פאזיציע, ער טוט אויס די שיך און הייבט אן קראצן די פיס מיט פלייס אין די זוימען פון דעם הארטן רוקן-ביין, און מיט די נעגל פון די הענט קראצט ער ארום, און רעדט זיך - און אונז - איין אז מיט דעם רייניגט ער דעם רוקן-ביין.
אזוי גייט עס שוין פאר א וויילע, און עס קען זיך דאכטן אז אזוי וועט עס שוין בלייבן... דאס שרצ’ל וועט האבן געקראצטע פיס, און א ריינער גלאנציגער רוקן-ביין וועט זיך אנטפלעקן, צוריקברענגענדיג די יוגנט-לוסט צום אלטן הויקער.
אבער מיינע פריינט, פאפט אייך נישט... ס’וועט נישט אייביג אזוי בלייבן...
איך ווייס ס’קוקט אויס ווי ער שלאפט אזוי געמיטליך און שפירט בכלל נישט דעם רוקן-קריכער. אבער וויסן זאלט איר אז עס איז בכלל נישט דאס דער פאל. ער שלאפט נישט. ער שפירט יא. און זיין געדולד וועט אויך עווענטועל קומען צו אן ענדע.
יא יא, כלל ישראל האט טאקע א הארטן רוקן-ביין, און אסאך תקופות הויערן אויף אונזער רוקן. ס’קען אויסקוקן ווי מיר זיצן אונטער א טשערעפאכע רוקן, און מ’קען אויף אונז קריכן מיט פארגעניגן.
אבער וויסן זאלסטו, דו רוקן-קריכער, אז מיר זענען בכלל נישט דא פאר דעם!
גענוג געווען! טו אן די שיכעלעך, און קריך זאפארט אראפ פון כלל ישראל’ס רוקן!
מיר דארפן נישט דיינע מעסעדזשעס און לעקציעס, מיר נויטיגן זיך נישט אין דיינע אויפקלערונגען, און עס איז גענצליך איבריג דיין מי אונז צו אויסבעסערן.
מיר דארפן נישט דיין הילף; כלל ישראל האט געבליעט אויך אן דיינע פערל רייד; מיר זענען א הייליג פאלק אויך ווען דו ביסט אויף וואקאציע; און אונזער גרויסער באשעפער דארף נישט דיין הילף.
געב איבער פאר אלע דיינע חברים, די וואס מיינען זיי מוזן - אזויווי דיר - ארויסקומען נאכאנאנד מיט שארפע מעסעדזשעס פאר כלל ישראל, און מאכן סדר מיט דעם עם קשה עורף, אז א דאנק, אבער מיר ברויכן נישט אייער סערוויס.
קשה עורף? שוין איינמאל! אבער נישט אז דו זאלסט קריכן אויף אונז.
גארנישט. פלעין. כאפ זיינע געפעק און וואק אראפ פון כלל ישראל!
מיר האבן אונזערע מנהיגים, און אויב זיי וועלן דארפן אייער הילף וועלן זיי אייך תיכף ומיד אריינביפן.
גענוג מיט די חדשים לבקרים’דיגע ערשיינונגען פון "אינפלוענסערס" וועלכע גייען איין מאל פאר אלעמאל פיקסן אלע באגס אין כלל ישראל.
האטס מיר א לעכטיגן זונטאג נאכט.