בלאט 1 פון 1

ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 5:54 pm
דורך פופציגער
א געזונטן זונטאג.

היינט האב איך ממש נישט קיין צייט, אבער איך שפיר ס'וויכטיג צו אויפרודערן ס'יהדות החרדית מיט א גאר וויכטיגן נושא.

שוין לאנג זעמיר ביי די מיינונג אז ביי א געוויסן פונקט וועט דארפן אפירקומען דער יעניגער וואס וועט אראפציען די זיידענע הענטשוך, לייגן אלע דעפלאמאטישע כללים אין א זייט, און אריינרייסן אין אונזער רינדעכיגן דור איבער וויכטיגע פונדאמענטאלע דברים הצריכין תיקון.

אקעי, סא לאמיר אנהייבן קודם מיט איינס, דאס איז דער אינגערמאן וואס האט "פאליסיס".

בום! ער איז שוין 24 יאר צום גוטן, ער האלט שוין קענעהארע ביי צוויי בעקיטשעס, 3 סייזעס, א טאטעל לאס, און 4 יאר נאך זיין חתונה. ער איז שוין א גאנצער יש.

זיינע שיך זענען שוין מאראסטיג, זיין רעקל אויפגעבלאזן פון ליגן אין קאר, און א קנאבל בוים פארפלאנצט אינעם בערדל. ער איז שוין נישט דער פרישער אורח, זיינע ברילן זענען אויליג און ער געבט שויניש קיין דעקל.

ער איז שוין א גאנצע מענטש געווארן, ער האט שוין פאליסיס!

הער איך אים אראפסטעיפלען שטייענדיג ביי די מודעות אין שוהל: "איך האב א פאליסי, אז אן ארגאניזאציע וואס שרייבט אז זיי האבן א דעפיציט, מיינט עס אז זיי פארדינען גענוג געלט!"
אהא, אקעי, שמשי, שרייב אריין אינעם ביכל; ער האט א פאליסי!

חול המועד האט ער ווידער וואס צו זאגן: "סא קוק, מיין פאליסי איז אז איין טאג נעם איך מיינע קינדער כאלעמויד האלטן, די אנדערע טעג זענען פאר מיר וואקאציע".
נו נו, לאמיר נאר פארצייכענען א נאטיץ; מזל טוב, נאך א פאליסי געבוירן.

בנוגע זיין אינגעלע'ס רבי פארפירט ער אז: "לאמיר דיר מסביר זיין מיין פאליסי! איך קאל נישט א רבי מער ווי איין מאל א יאר! אויב קאלט ער מיר, באקומט ער א שיינע טיפ. אויב נישט, איז נישט!".
אקעי, דער פאליסי גייט שוין אביסל צום שארפן באלבאטישן ריכטונג; וויכטיג צו פארצייכענען.

מיין מעסעדזש האט ער נישט געענטפערט ווייל: "איך האב א פאליסי אז מיין פאון באדינט מיר, נישט איך דעם פאון. סא צו פראוון דעיס, ענטפער איך אסאך מאל דוקא נישט פאר 2 ביזנעס טעג".
דאס איז שוין סאמטינג ספעשיל, איך מיין ס'צייט ער זאל שרייבן א קאלום אין די השמיענו את קולך.

אויך האט ער אודאי א פאליסי מיט די זויער-טייג קויפעריי: "איך זאג אלץ פאר מיינע קינדער, דער פאליסי איז אז פאר שבת ספענדט מען וויפיל ס'גייט! שמור לי ואשמור לך! - - כמיין, ואני פורע!".
העי, שיק זאגן פאר'ן פמליא של מעלה אז זיי האבן פארוואס אראפצוקומען זען די שיינקייט פון כלל ישראל. העווי לכבוד-שבת-קודש-פאליסיס.

אבער אין די זעלבע צייט וועט ער נישט דולדן די ר' ישעי' ב"ר משה סעודות ווייל: "מיין פאליסי איז, אז אויב וויל איך טון עפעס לעילו נשמת א צדיק, טו איך עס דארט וואו מיין הארץ זאגט מיר אז ס'גייט פאר עכטע נצרכים".
פיין, דאס פארט שוין צוריק מער צום טראדיציאנאלע סארט פאליסיס.

פארשטייט זיך אז שלאגן קינדער איז ביי אים שטארק געפאליסיט: "אודאי דארף מען אמאל געבן א פעטשל! מיין פאליסי איז אז פאר'ן בוליען א צווייטן אדער פאר'ן וועיפן, געב איך פעטש!"
עכט האט ער געוואלט זאגן ליגנט און חוצפה, אבער דאס איז שוין צו אלטמאדיש.

*

בקיצור, ער האט פאליסיס.

ער געדענקט נאך דעם היינטיגן רבי'ן אין די געזונטע יארן, כאפסט? ער איז שוין מער אזא אלטגעזעסענער אויף דער וועלט. ער האט שוין נישט מורא צו וויצלען איבער זיין שלום בית, און רעדט פון טויט כאילו ער טוט עס יעדן טאג.

מיין איך, אזוי קלער איך, אז ס'צייט צו מאכן ספעציעלע תקנות איבער פארמאגן פאליסיס.

עכט, מן הדין, דארף מען ווען איינפירן אז ביז די 60 יאר האט א אינגערמאן נישט וואס צו האבן א פאליסי! נישטא! גארנישט!

אבער כעמיך רעכענען אביסל מיט אינפלאציע, איז לאמיר עס מאכן פאר 40. אבער נישט ווייניגער!

א אינגערמאן אין די 20'ער און 30'ער יארן, האט נישט וואס צו זוכן מיט פאליסיס!

"אינגערמאן, פאר דו רעדסט ווייטער פון דיין פאליסי, האסט אן איי די?"

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 5:57 pm
דורך הדסים
:lol: :lol:

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 5:58 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך האב א פאליסי נישט צו לאכן הויעך אין אפיס. אבער עס מאכט זיך אמאל ווען איך מוז מאכן אן אויסנאם. למשל יעצט.

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 7:46 pm
דורך גרינגראז
@פופציגער, א לייף אינשורענס פאליסי האט ער??

דאס איז די עיקר...

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 8:01 pm
דורך צולייגער
האול לייף אדער טערם?
פעפערקארן אדער רעמזי?

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 8:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
צולייגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 8:01 pm האול לייף אדער טערם?
ראנג פארום. (נאר א ווערטל....)

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: זונטאג אפריל 27, 2025 10:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
גרינגראז האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 7:46 pm @פופציגער, א לייף אינשורענס פאליסי האט ער??

דאס איז די עיקר...
ווען דער אינשורענס אגענט האט געקאלט פינקי וועבער צוויי וואכן נאך די חתונה, האט ער אים געענטפערט "סאררי, אבער איך האב שוין א פאליסי".

אזוי? ביי וועם האסטו עס געמאכט?

"מיין פאליסי איז נישט צו ווערן פארקויפט פאר געריבענע סוחרים וואס רייטן אויף מיין תמימות..."

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 2:19 am
דורך יוחנן כהן
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 5:54 pm מיין פאליסי איז אז פאר'ן בוליען א צווייטן אדער פאר'ן וועיפן, געב איך פעטש!"
עכט האט ער געוואלט זאגן ליגנט און חוצפה, אבער דאס איז שוין צו אלטמאדיש.
:lol: :lol: :lol:

👍👍👍

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 4:07 pm
דורך העלדיש
גוט !

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:17 pm
דורך בערל דער פייפער
זייער גוט ארויסגעברענגט! פעלט אפאר פון זייערע פאלעסיס...

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:17 pm פעלט אפאר פון זייערע פאלעסיס...
קום אריין קלאר...

Re: ער האט א פּאַליסי מיט א קנאָבּל-בּאָרד

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:05 am
דורך בודקע
@פופציגער , לייק אללוועי"ס, סופע"ר!!👍