די געוויסן שפּראַך

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מרדכי
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:55 pm
x 13

די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך מרדכי »

די געוויסן שפּראַך - דאס איז אזא שפראך וואס מ'קען דערהערן מיט שכל און מיט געפיל, ווען מ'דערהערט דאס אמת, און מ'שפירט יענעמס געפיל.

אבער היכי תמצא אז נאטורליך דארף צוזיין אזוי, אז א טאטע מאמע הערן אויס א קינד, און דאס קינד טרעפט שוץ ביי זייערע פליגלען.
און דא איז עס נישט בנמצא?

אזא ערפארונג האב איך מיטגעהאלטן פונדערווייטענס, ביי א נייעם פריינד מיינע, וואס איז מיר אויפגעקומען אלץ א חידוש אין מיין ליסטע אויף וויסנשאפט.
כ'האב עס דערשניפט שטייענדיג גענוג ווייט, אבער היבש נאנט.

דער נפש נאנחה, וואס האט זיך מיר אריינגעשפילט אין האנט, האט מיט חשדות'דיגע אויגן זיך ענדליך געעפענט צו מיר, און מגלה געווען אפאר טראפן ווערטער...
ממש געהאקטע זאצן, און כ'האב תופס געווען, אז דא ליגט באהאלטן א אוצר פון געוויסן שפראך.

פון זייט יארן, וואס דעם פנים האב איך געקענט, בלויז פון זען דא און דארט, אבער ס'איז געווען א פליאה א פארמאכטער שאכטל.
ס'האט געדויערט א יאר דרייסיג, ווען כ'האב זיך באגעגענט מיט דעם פארמאכטער טעקע, און עס געעפענט מיט אכטונג. און דארט ליגט א אוצר.
א אוצר פון ווייטאג, אויך פון טיפע חכמה, אויך פון פראגעס - אסאך.

ס'האט מיר גוט געשפילט, אז ער האט זיך פאר מיר געעפענט, און אויסגעזאגט דעם געהיימניס; ער האט נישט קיין איין געטרייע טרויליכער פערזאן אויף דעם ערד קוגל.
אויך נישט קיין ברודער צו א פריינד, קיין איין אוזן קשבת פאר א רפואה.

און טאטע מאמע - פרעג איך?
דא הייבט זיך עס... לאכט ער ביטערלעך
זייט כ'האב פארשטאנען אז איך בין זיי א בושה, האב איך פראבירט זוכן ווער שעצט מיר יא.
און די רעזולטאט איז געווען... קיינער

שהחיינו... זאגט ער מיר
כ'מיין אז דו ביסט דער ערשטער וואס איז נייגעריג צו הערן מיינע אוצרות וואס ליגט שוין פארפאקט ביי מיר אין מוח, א קנאפע פאר יאר.
אוודאי מיין טעראַפּיסט. ער מאכט דאך א לעבן אויף מיר... אבער חס ושלום, איך בין אים דאנקבאר אז ער דערהאלט מיר ביים לעבן. אבער דו? ווער האט דיר פארציילט אז איך האב באגאזשן אין קאפ, אז איך טראג מיט מיר געפעק, אוצרות פון מחשבות און נישט קיין געמאכטע מעשות.

ווער ס'האט מיר פארציילט? דערפאר האב איך א גאט געבענטשטער נאז, וואס פראבירט צו דעשיפרירן סארטן מענטשן. און ביי דיר איז מיר דערגאנגען א שמעק פון געהיימע אוצרות, עפעס וואס קען מיר רייכער מאכן - סיי מיר און סיי דיר.

און פון דאן, פונקטליכער; יענעם שבת מיטאג. האבן מיר ווי געשלאסן א סוד פון נאנטשאפט, און זייט דאן שוין פארברענגט אסאך צייט, מיט מחשבות און טיפע רעיונות.
ער האט מיר אסאך געגעבן צום טראכטן, און כ'האב קונה געווען נאך א אנדערער בליק אינעם מענטשהייט. א חידוש אז ער איז פארשטילט און נישט פאר'ן ברייטער ציבור פאר הנאה.
נאך א גרעסערע חידוש פאר מיר, אז די אייגענע עלטערן זאלן אזוי ווארפן א קינד צום פרייער גאס - אלץ בושה
הפלא ופלא...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך פופציגער »

אוי וויי.

קודם ברענג אים ארויף אהער...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך בודקע »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 4:08 pm אוי וויי.

קודם ברענג אים ארויף אהער...
אויך נייגעריג, וואס?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
מרדכי
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:55 pm
x 13

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך מרדכי »

דווקא נאכ'ן שקיעה...

כ'ווייס אז ס'ווערט נאכט, איז שטוב לעכטיגקייט א פאסיגע פלאץ פאר אלע קליינטשיקע רמשים.

אבער פונקט היינט?
איבער מיינע לעכטיגע שבת ליכט מוזטו דזשומען און פליען הקפות שניות?

ווארט נאר ווארט... כ'זאג דיר זייער קלאר, לו יש חרב בידי... האב איך דען נישט? אבער ס'שבת קודש געוואלד. און כ'וועל ניטאמאל פראבירן צו לאקערן אויף דיר, ניטאמאל וועלן קוקן אין דיין ריכטונג.
וואס ריכטונג? ער פליעט דאך רינגס ארום, אז ווען כ'זאל אים נאכקוקען קען איך חלילה - אלע שקצים געזאגט - זיך אויסדרייען די פוס און קריגן א שטייפער גענאק!

ס'איז שבת קודש.. און שבת האסטו מיר באזיגט, אבער איך האב דעם יצר רע באזיגט. ווייל די אלע שקצים האבן דאך מנוחה אין גיהנום אויך.
אבער יקרבו מוצאי שבת, און יעך וועל דיר אזאנס באקלאפן, אז דו וועסט קיין נחת האבן פון דעם נייעם זומער סעזאן.

ווי כ'קום אהיים פון שול, און דער דזשומער איז מיר נעלם...
אוודאי זיך געטראפן א קרן זוויות ווי צוצושפארן דעם שייגעץ קעפעלע. נאר מיר זאלסטו נישט דזשומען, ווייל איך פארדין אויך שבת מנוחה.

און שבת פרי אינעם באגינען, זיפט זיך א גלעזאלע קאפע, און ויבוא המן.. ער האט מיטגעברענגט זיין שכן...
נאך א אינזעקט שוועבט מיר העכערן טשייניק.

אוה נאו... נישט ביי מיר אין שטוב... איך מאך אויף דעם טאראסע, און 'אנע הענט' אוודאי, צייג זיי דעם וועג ארויס פון דא.
דזשומער מאכט זיך כאילו לא ידע את יוסף. און זיין שכן דער געלער בין, סתם א חוצפה יסגא. ער לויפט מיר גאר א קעגן, און פראבירט מיר שרעקן מיט זיינע שפיזיגע בליקן און ווילדע מאנעוורירן.

כ'בין עפעס א יוצא דופן?
קיינמאל, איך געדענק גוט וואס די באבע פלעגט אלץ זאגן; קינדערלעך אז איר וועט אים נישט שטערן, וועט ער אייך נישט בייסן...

און כ'בין שוין טיף אינעם מארגן סדר, א מחי' שבת מיט'ן זון אויפגאנג, ניטאמאל בליק איך מער אהין, נישט צום דזשומער און נישט צום געלער עזות פרצוף. ביי מיר איז שבת, אבער יבוא זאל ער נאר קומען מוצאי, וועל איך אים שוין צייגן, און פאר אלע זיינע וועטשערע געסט, מי בעל הבירה...

אט דער בין האט זיך געשטעלט נאך א וויילע קלאצן אויפ'ן שויבן, און איך אז אפען דעם זייטיגער פענסטער, אולי וועט ער מיר פארשפארן א מעשה, ער זאל זיך אליינס גיין צו די רוחות, און כ'זאל קענען זאגן ידינו לא שפכו את הקיתון חמה הלזה עליו...

ביים שינת צהריים זע איך אים גוט... ער קלאצט נאך אויפ'ן שויבן, כ'ווייס נישט וואס ער טוט דארט - בעסער געזאגט - וואס ער טראכט אזויפיל... ס'דאך א שפיל פון לעבן און טויט, יאפעץ אפ פון דא, און בדיל ויעבור...

אבער ניין, ער שפילט מיט מיר באהאלטן, ער איז פלוצים נעלם, און איך כאפ מיר אז דער דזשומער איז אויך נישט דא. טייטשט עס ער האט געכאפט בעוד יום דעם נעקסטן באן...

זייער קלוגע שריט...
אבער דער געלער בין כאפט א שפאציר איבער די שויבן, כאפט א טענצל און רועט זיך אפ א וויילע, און נאכאמאל צום זיבעטער הקפה, און איך אוודאי קוק נישט אהין, ווייל יעצט וויל איך שוין טאקע נקמה, זאל ער נאר בלייבן דא אינעם געגענט - און נישט פארשוואונדען, ווייל יעצט איז מיר געקומען א רוח קנאות, וואס מ'וועט האפענטליך - נישט אין שבת גערעדט - דעם מזיק צייגן די אנדערע זייט וועלט.

ולא אחמצנה... האלט איך א אויג, און ס'נאך א דריי שעה צום זמן, נו נו... כ'האב גארנישט געזאגט!

כל עוד הנר דולק, קענסטו נאך אפפליען פון דאנעט.
ווילסטו נישט.
אויך דער זייגער איז מתקתק והולך, און כ'האב שוין זעקס וועגן וויאזוי כ'וועל דעם אנשיקעניש שטראפן.
אבער ער האט נאך צייט, ס'איז נאך געבליבן א שעה אנדערט האלבן.

כ'בין שוין צוריק פון שול איינמאל און נאכאמאל און ס'שוין נאך מעריב; הייבט אן א הכנה ניגון, ווייל איך גיי שוין צו לידי מעשה.

יעך נעם דעם שמאטע ביד אחת מקרבת, און דעם בליטש שפריצער אינעם צווייטן יד, און כ'האב אים אונטערגעשאצט... קוקט אויס דער עולם החרקים האבן אויערן...
נו גיי טארקע אים אן ביים אוזן שלא שמעה... אבער ער איז צו הויעך.

אהער מיט דיר!!!!!!! איך האב אויסגעשפריצט בחימה שפוכה א האלבער גאלען בליטש זאפט, און כ'קוק מיך אום, ער שטויסט מיט די פארדערשטע פיסלעך, ווי א געלערנטער שוחט געב איך א כאפ מיט'ן שמאטע דעם בחור; ארויס פון פענסטער.

איי א שמחה... ס'דא פארוואס אפצו'אטעמען...

ניין!!!!!!!!! דער דזשומער איז דא.
ניי ניי ניין... יעצט איז שוין נאך די שעות פון פארדאנירן, און דיר קומט טויט!
ער שפילט מיט מיר א וויילע קעטש... אבער כ'האב דעם פגע ביים האלדז, און א שליידער אזאנס - אךךךך - ס'געלונגען צו אייך אין שטוב!? זייט מיר מוחל.

איך האב זיי בעבי-סיט גאנץ שבת, אביסל זאל ער זינגן זמירות ביי א צווייטן אין חצר.

א גוטע וואך ...

וויפיל מאסקיטאס ביים גאסן לאמפ, אזויפיל גאלדענע רענדלאך פאר אלע יודען...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך בודקע »

מרדכי האט געשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 9:59 pm דווקא נאכ'ן שקיעה...

וויי געוואלד... :lol:
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מרדכי האט געשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 9:59 pm
:lol:
די שפראך... צום באלעקן.
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 719
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 985

Re: די געוויסן שפּראַך

פאוסט דורך הדסים »

@מרדכי אויף עטליכע פלעצער דערמאנט דיין שפראך מנחם מענדל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט